לקוטי שיחות
אמור ב
153אמור 2
א. ס'איז ידוע וואָס עס שטייט אין מדרש1), אַז די אַלע מצות וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט די אידן צו מקיים זיין, איז ער זיי אַליין מקיים. דערפון איז מובן אויך בנוגע דער אזהרה צו כהנים זיי זאָלן זיך ניט מטמא זיין, אַז אויך דער אויבערשטער — וואָס „אלקיכם כהן הוא"2) — היט זיך כביכול פון צו „נטמא" ווערן. דעריבער באַוואָרנט תוספות3) אַז ס'איז ניט קיין קשיא; ווי אַזוי האָט דער אויבערשטער „געמעגט" זיך מטמא זיין ביי דער קבורה פון משה רבינו — ווייל „ישראל נקראו בנים למקום", און צו זיין „בן" מעג זיך אַ כהן טמא מאַכן.
עד"ז שטייט אויך אין זהר4) בנוגע דער גאולה העתידה — וואָס דאַן וועט זיך דער אויבערשטער, כביכול, „מטמא" זיין ביים אַרויסנעמען אידן פון גלות אדום (ווי דער פּסוק זאָגט; „מי זה בא מאדום חמוץ בגדים גו' וכל מלבושי אגאלתי"3)) — אַז אידן זיינען כביכול „אחותו (של הקב"ה) הבתולה הקרובה אליו אשר לא היתה לאיש", און דעריבער איז „לה יטמא".
דאַרף מען פאַרשטיין ; דער אויבערשטער איז דאָך (ניט סתם אַ כהן,
2) סנה' לט, סע"א.
ענין הכהונה למעלה עפ"י חסידות — ראה ד"ה ויקחו לי תרומה תרכ"ח.
3) סנה' שם.
4) פרשתנו פט, א. ונתבאר בד"ה ולאחותו הבתולה תרכ"ז ותרכ"ט.
5) ישעי' סג, אנאָר) אַ „כהן גדול"ח, און אַ כהן גדול טאָר זיך דאָך ניט מטמא זיין „על כל נפשות מת" אפילו ניט לבנו ולאחותו הבתולה — ווערט דאָך ווידער ניט פאַרשטאַנדיק; ווי אַזוי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה'ן, און ווי וועט ער זיך מטמא זיין צוליב אידן*?
ב. דער מהרש"א3) איז דאָ מסביר, אַז אין אמת'ן איז למעלה בכלל ניט שייך קיין טומאה, „כי דבר הרוחני לא יקבל טומאה". און דאָס וואָס די גמרא3) זאָגט אַז דער אויבערשטער (נאָך קבורת משה רבינו) האָט זיך כביכול „טובל" געווען „בנורא", איז דאָס ניט מער ווי אַן ענטפער לויט דער שאלה און דיעה כוזבת פון דעם מין, וואָס האָט אָנגענומען אַז דער אויבערשטער איז אַ מציאות אין אַ גשמיות'דיקן ציור.
און לויט דעם הסבר פון מהרש"א וואָלט פאַרענטפערט געוואָרן די קשיא הנ"ל בשייכות צום תירוץ התוספות, ווייל באמת איז למעלה איבערהויפּט ניט שייך דער ענין פון טומאה;
154און די באַוואָרעניש פון תוספות איז בלויז פאַרוואָס דעם מין, לדעתוט, איז ניט געווען שווער „היאך נטמא" — און לויט אים איז מספיק דער ענטפער פון „ישראל נקראו בנים למקום", ווייל ער האָט נאָר געוואוסט אַז „אלקיכם כהן הוא", אָבער ניט אַז דער אויבערשטער איז אַ כהן גדול.
אָבער נוסף צו דעם, וואָס ס'איז שווער צו זאָגן אַז אַ גאַנצער ענין ושקו"ט אין גמרא, זאָל זיין בלויז לדעת המין — איז דאָך מוכח פון דעם זהר הנ"לי אַז אויך למעלה איז שייך אַן ענין פון טומאה כביכול.
און וויבאַלד אַזוי, איז דאָך הדרא קושיא לדוכתא; ווי אַזוי איז דער אויבערשטער, אַ כהן גדול, זיך „מטמא" כביכול צו „בנו" און „אחותו הבתולה"?
דאָס וואָס למטה זיינען אַלע עניני הבריאה אויסגעשטעלט אין אַזאַ אָדער אַנדער אופן, איז דאָס דערפאַר וואָס אַזוי זיינען זיי למעלה, אין זייער שורש, פון וואַנעט זיי ווערן נמשך. און הגם אַז דער שורש למעלה איז באין ערוך העכער פון צו האָבן די הגדרות און ציורים פון די נבראים למטה — פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז אויך (שרשן) די מדות שלמעלה [זיינען ניט בבחי' פּשיטות בתכלית, ווי אוא"ס מצד עצמו וואָס ער איז פּשוט בתכלית הפּשיטות, נאָר זיי] האָבן אַ געוויסן גדר און ציור — חסד, גבורה וכו', דעריבער איז אין זיי שוין פאַראַן געוויסע ענליכקייטן צו די פּרטיות'דיקע נבראים שלמטה וואָס ווערן פון זיי נתהווהיא און אין וועלכע דער פּרט פון שרש קומט באופן בולט ומוגדר. אַזוי ווי, למשל, מים וואָס זייער טבע הירידה מלמעלה למטהיב איז אין דער דוגמא צו מדת החסד (וועלכע איז דער שרש פון בחינת מיםיג) וואָס ענינה איז המשכה מל־155מעלה למטהיד. און עד"ז איז אויך ביי די אַנדערע נבראים.
און דערפאַר זיינען די נבראים לגבי שרשן אין דער בחינה פון „משל", וואָרום דורך זיי קען מען האָבן אַ געוויסע השגה אין דעם „נמשל", אין זייער שרש למעלהטו.
און היות אַז ס'איז דער רצון העליון מען זאָל האָבן אַ ידיעה והשגה אין די מדריגות שלמעלה, אויך אין אוא"ס (ווי דער לשוןטז; ש"יכירו גדולתו" וכו' — זיין גדולה וואָס איז) הפּשוט בתכלית הפּשיטות, האָט ער דעריבער אויך אין דער בריאה אַריינגעגעבן ענינים וואָס זיינען בבחינת פּשיטות (בערך הבריאה), בכדי מען זאָל קענען דורך זיי, ווי דורך אַ „משל", האָבן אַ וועלכן ס'איז באַגריף כביכול אין דער פּשיטות פון אויבערשטן.
ד. הגם אַז אויך די ענינים אין דער בריאה וועלכע זיינען בבחינת פּשיטות וואָס נוצן אַלס „משל" אויף דער פּשיטות פון אויבערשטן, איז עס (ניט סתם אַ משל בעלמא, נאָר דאָס איז) מצד דעם ווייל די נבראים ווערן נמשך פון די בחינות וואָס זיינען העכער פון השתלשלות
[בדוגמת ווי די הגבלות און ציורים וועלכע זיינען אַ משל אויף די מדות שלמעלה — וואָס דאָס איז מצד דעם ווייל „נשתלשלו מהן"יז, זיי ווערן נשתלשל פון די מדות העליונות, כנ"ל ס"ג],
דאָך איז פאַרשטאַנדיק, אַז מצד דעם וואָס זיי זיינען נבראים, מוזן זיי האָבן כמה גדרים און הגבלות — און דעריבער, בעת מען נוצט אָט די פּשיטות'דיקע ענינים אַלס „משל" אויף דער פּשיטות פון אויבערשטן, טאָרן דאָ ניט אַריינגעמישט ווערן זייערע גדרים און הגבלות (וואָס זיי מוזן האָבן אויף זיך, ווייל זיי זיינען נבראים) — ווייל אין דעם זיינען זיי ניט קיין משל אויף אוא"ס ב"ה.
אַזוי ווי דער שמש — וואָס דערמיט וואָס ער ווערט ניט געענדערט דורך דעם אור וזיו וואָס קומט אַרויס פון אים איז ער אַ משל אויף „אני הוי' לא שניתי"יח [און — ע"פ הנ"ל — דאָס וואָס דער שמש איז אַ משל אויף „אני הוי' לא שניתי" איז עס מצד דעםיט ווייל ער ווערט נמשך כביכול פון „שמש הוי'"כ] — איז אָבער מובן, אַז די פאַרשידענע הגבלות וכו' וואָס זיינען פאַראַן אין אור156השמש (מצד דעם וואָס ער איז אַ נברא) זיינען ניטכא קיין משל אויף אור א"סכב.
ה. דערפון איז פאַרשטאַנדיק בנוגע לעניננו — דער אונטערשייד צווישן בחינת „כהן סתם" און „כהן גדול" למעלה;
אמת טאַקע אַז דער כהן גדול שלמטה איז אַ משל ודוגמא צו „כהן גדול" שלמעלה — איז אָבער מובן אַז ער איז אַ משל אין דעם פּרט פון כהונה וקדושה נוספת וואָס איז דאָ אינעם כהן גדול שלמטה; אָבער די ענינים פון דעם כה"ג שלמטה וואָס זיינען אין אים מצד דעם וואָס ער איז אַ נברא, אַ נשמה אין אַ גוף — זיי זיינען ניט קיין משל אויף בחי' כה"ג שלמעלה.
און דעריבער איז פאַרשטאַנדיק, אַז וויבאַלד דער כה"ג שלמטה, מצד דעם ענין פון כהונה גדולה וואָס אין אים, איז העכער (און מובדל) פון ענין הטומאהכג, ביז אַז אפילו „לאביו ולאמו לא יטמא",
[און דאָס וואָס ס'איז שייך אַז ער זאָל טמא ווערן, איז עס ניט מצד ענין הכהונה גדולה וואָס אין אים, נאָר מצד דעם וואָס ער איז מוגדר אין די הגבלות פון גוף],
איז דערפאַר אין בחינת „כהן גדול" שלמעלה ניט שייך דער ענין פון טומאה.
משא"כ די בחינה שלמעלה וואָס הייסט „כהן" סתם (וואָס זי איז אַ „שרש" אויף כהן סתם — הדיוט למטה); וויבאַלד אַז ביי אַ כהן הדיוט למטה איז שייך דער ענין פון טומאה אויך מצד דעם ענין הכהונה וואָס אין אים — וואָס דעריבער מעג ער און מוזכד זיך מטמא זיין „לשארו הקרוב וגו'" — איז דערפאַר איז עס אויך כביכול דאָ אין בחי' כהן הדיוט שלמעלה.
ע"פ הנ"ל וועט זיין פאַרשטאַנדיק — ווי אַזוי האָט דער אויבערשטער כביכול זיך מתעסק געווען בקבורת משה און דער ענין פון „וכל מלבושי אגאלתי" — ווייל אין דער בחינה פון כהן גדול איז מלכתחילה ניט שייך ענין הטומאה; די שאלה איז מצד דער בחינה פון „כהן הדיוט" שלמעלה — און אויף דעם איז דער ענטפער כנ"ל אַז „ישראל נקראים בנים למקום" און „ולאחותו הבתולה גו' לה יטמא".
אויפן פּסוק „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים"כג שטייט אין בעל־הטוריםכח, אַז דאָס מיינט כהנים גדולים. ד. ה. אַז בשעת מ"ת איז יעדער איד געוואָרן אין דער בחינה פון כהן גדול.
דערפון איז מובן, אַז כשם ווי אין בחי' כה"ג שלמעלה איז ניט שייך קיין טומאה כלל (כנ"ל ס"ה), עד"ז איז עס אויך בנוגע צו אידן מצד בחי' כה"ג וואָס אין זיי. [וע"ד הידועז אַז בחי' יחידה פון אַ אידן, קען קיין טומאה ניט „אָנרירן"].
זעט מען פון דעם, דעם גודל החביבות פון אידן וואָס דריקט זיך אויס אין דעם „כל מלבושי אגאלתי"; בנוגע צו עצם הנשמה, איז מלכתחלה ניט שייך דער ענין פון חטא (וטומאה), ובמילא, אויך ניט דער ענין פון גלות און אגאלתי; דער ענין הטומאה והגלות איז בלויז אין די כחות הגלויים — און פונדעסטוועגן וועט זיך דער אויבערשטער, כביכול, „מטמא" זיין בכדי אַרויסנעמען פון גלות די כחות הגלויים פון אידן, ווייל אויך זיי קען ער, כביכול, ניט איבערלאָזן אין גלותכח און ער לייזט אויס אַלע אידן מיט אַלע זייערע ענינים בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו בב"א.
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- חלק ז׳
- מזהה
- rh-tsmd88p1