English
ספרייה

לקוטי שיחות

בהר ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

175ב

א. אין די שבתים וואָס צווישן פסח און שבועות לערנטא מען פרקי אבות, יעדן שבת אַ פרקב.

און וויבאַלד אַז אַלע ענינים פון תורה זיינען בתכלית הדיוק (ובמכ"ש פון דעם וואָס אפילו עניני העולם זיינען ניט באקראי ח"ו, נאָר בהשגחה פּרטית), איז מובן, אַז דער פרק וואָס מען לערנט אין דעם באַשטימטן שבת, האָט אַ שייכות אויך צו דער סדרה וואָס מען לייענט דעמאָלט.

פון די משניות פון היינטיקן פרק (ד'), וואָס מ'געפינט אין זייער תוכן אַ שייכות מיוחדת צו דער היינטיקער פּ' (בהר), איז די משנהג; „ר"מ אומר הוי ממעט בעסק ועסוק בתורה כו'", וואָס איר סיום איז „ואם עמלת בתורה הרבהד, יש שכר הרבה ליתן לך" — בדוגמא צום סיום הסדרה „אני הוי' (וואָס דאָס מיינט, ווי רש"י זאָגט.ח) — נאמן לשלם שכר".

די הבטחה פון שכר פאַר לימוד התורה וקיום המצות אין אַלגעמיין, געפינט מען אין כמה וכמה סדרות התורה און אין כו"כ משניות (אויך אין מס' אבותח). אָבער דער חידוש וואָס איז דאָ אינעם סיום פון היינטיקער סדרה, באַשטייט אין דעם וואָס „נאמן לשלם שכר"; דער אויפטו פון פּסוק איז דאָ (ניט דער צוזאָג אַז ס'קומט אים שכר פאַר שמירת שבת און יראת המקדש, נאָר) אַז דער אויבערשטער איז „נאמן" צו באַצאָלן, און ניט פאַרמיידן ח"ו, דעם שכר וואָס עס קומט אָט־די וואָס דערפילן די דערמאָנטע ציוויים *ד.

על דרך זה איז אויך אין סיום משנה הנ"ל; ר"מ איז דאָ מחדש (ניט אַז פאַרן עמל בתורה הרבה קומט אַ סך שכר, נאָר) אַז „יש שכר הרבה ליתן לך". ד. ה., דער מענטש קען דאָך טראַכטן; אמת טאַקע אים קומט אַ סך שכר פאַר דער גרויסער האָרעוואַניע ; עס קען אָבער געמאָלט זיין ער זאָל דאָס ניט באַקומען אין פולן, ווייל ס'איז גאָר ניט בנמצא אַזויפיל שכר צו געבן אים — איז ר"מ מדגיש און באַוואָרנט „יש שכר הרבה וכו'", אַז ער איז פאַראַן אין דער גרויסער מאָס, און במילא איז דער מענטש176פאַרזיכערט צו באַקומען דעם „שכר הרבה"ז.

דאַרף מען פאַרשטייןח ; וואָס איז דאָ דער „חידוש" (הן אין פּסוק) אַז דער אויבערשטער איז אַ „נאמן" צו באַלוינען דעם מענטשן דאָס וואָס אים קומט, און (הן אין דער משנה) אַז דער אויבערשטער האָט דעם גענוגנדיקן שכר הרבה צו באַצאָלן דעם מענטשן וויפל אים קומט ?

ב. דער פּסוק „את שבתותי תשמורו גו' אני ה'" שטייט אויך אין אַ פריערדיקער סדרהט, און דאָרט איז רש"ייט ניט מפרש „נאמן לשלם שכר", ווי ביי דעם פּסוק שבפּרשתנו. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז די באַוואָרעניש, אַז דער אויבערשטער איז „נאמן לשלם שכר", פאָדערט זיך בלויז ביי דעם פּסוק „את שבתותי תשמורו גו'" — וועלכער קומט בהמשך צום פריערדיקן פּסוק „לא תעשו לכם אלילים" און וואָס ביידע ציוויים זיינען געזאָגט געוואָרן בשייכות צו אַ אידן „הנמכר לנכרי".

בנוגע אידן בכלל, איז כשם ווי כלפי זיי איז ניטאָ קיין חידוש מיוחד אין דעם ציווי גופא, אַזוי איז אויך דערביי ניטאָ קיין חדוש אַז דער אויבערשטער האָט און ער וועט געבן דעם גאַנצן שכר פאַר אויספירן דעם ציווי.

משא"כ ביי אַ נמכר לעכו"ם, וואָס אים דאַרף די תורה באַזונדערס אָנזאָגן „לא תעשו לכם אלילים גו' את שבתותי תשמורו גו'" — וואָרום אלולי הציווי, וואָלט אַזאַ איינער געקענט טראַכטן ביי זיך „הואיל ורבי עובד ע"ז אף אני כמותו, הואיל ורבי מחלל שבת אף אני כמותו"יא —

האָט דאָ אויך געקענט זיין אַן אָרט צו מיינען, אַז זייענדיק אַ „נמכר לעכו"ם" איז ניטאָ קיין שכר הרבה אום צו געבן אים שכר פאַר די ציוויים; דערפאַר דאַרף מען זאָגן, אַז מיט „אני ה'" מיינט דאָ דער פּסוק צו מדגיש זיין, אַז אויך בנוגע צו אים איז דער אויבערשטער נאמן לשלם שכר.

און אין זעלבן אופן איז אויך דער אויפטו פון דער משנה „ואם עמלת בתורה הרבה יש שכר הרבה ליתן לך": מיט „יש שכר הרבה כו'" ווערט ניט געמיינט בנוגע צו עמל בתורה בכלל (וואָרום דאַן איז עס קיין חידוש ניט), נאָר בשייכות צו „עמלת בתורה הרבה" פון אַ סוג מיוחד וועגן וועלכן עס רעדט זיך במשנתנו — פון אַ בעל עסק;

בתחלת המשנה ווערט געזאָגט „הוי ממעט בעסק ועסוק בתורה", אַז אויך אַ בעל עסק — אַזאַ וואָס ע"פּ דין מעג ביי אים זיין110) מלאכתו קבע און תורתו עראייב — זאָל ממעט זיין אין177„עסק" (אייגענע באַשעפטיקונג) און זיך עוסק זיין אין תורה. און ביי דעם „עמלת בתורה הרבה" פון דעם בעל עסק, וואָס דאָס איז דאָך געטאָן לפנים משורת הדין, איז ר"מ מחדש אַז „יש שכר הרבה ליתן לך".

איז עס אָבער שווער צו פאַרשטיין, און אין ביידע פאַלן קען מען פרעגן אַז איפכא מסתברא ; אויב ביי שמירת שבת וכו' פון סתם אַ אידן, פון אַ בןחורין, און ביי לימוד התורה פון אַ יושב אוהל (וועלכע זיינען ניט פאַרבונדען מיט „עמלת" — מיט אַ באַזונדער באַמיאונג — ניט צו נאַרן זיך, אָדער צו טאָן „במדת חסידות ואהבת התורה"120)) איז אַ דבר פּשוט אַז זיי האָבן און וועלן באַקומען שכר מלא — איז דאָך מכל שכן אַז אין פאַל ווען אַ נמכר לעכו"ם איז שומר דעם שבת כהלכה (טראָץ דעם וואָס ער האָט אַ סלקא דעתך — אין תורה — אַז „הואיל ורבי מחלל שבת אף אני כמותו") און ווען אַ בעל־עסק איז עמל „בתורה הרבה" דורך ממעט זיין אין זיין „עסק" (הגם ער איז דאָס ניט מחוייב ע"פּ דין), דאַרף דאָך אַוודאי זיין פּשוט אַז זיי קומט און זיי זיינען געזיכערט מיטן פולן שכר! ווי קומט עס, וואָס דווקא ביי זיי איז נויטיק צו באַוואָרענען אַז „נאמן לשלם שכר" און אַז „יש שכר. הרבה ליתן לך" ?

ג. אויך דאַרף מען פאַרשטיין; פאַרוואָס זאָל זיין אַ סבראיג „הואיל ורבי עובד ע"ז אף אני כמותו"?

בנוגע חילול שבת, קען מען עס מסביר זיין ; היות אַז ע"פּ תורה איז ער משועבד לרבויד, ער איז מחוייב178צו אַרבעטן פאַר אים, און וויבאַלד אַז ביי רבו איז ניטאָ דער ענין פון שבת און ס'איז אַ טאָג גלייך מיט אַנדערע טעגיג, קען מען דערפון במילא אַרויסנעמען אַ טעות'דיקע מסקנא, אַז דער חיוב צו אַרבעטן איז פאַר אים גילטיק אויך שבת. [און נאָך מער; וויבאַלד ער מעג (לפי הטעות) און דאַרף אַרבעטן בשבת בשביל רבו, איז שוין פון אים נפקע געוואָרן אינגאַנצןי דער חיוב פון שמירת שבת*18) — „אף אני כמותו" — אַז ער מעג שוין מחלל שבת זיין אויך אין פאַל ווען ס'איז ניט נוגע צו עבודת רבו].

אויך בנוגע גילוי עריות קען זיין אַן ענליכע הסברה; וויבאַלד אַז „להוליד וולדות" איז אַ טייל פון עבודת העבד לרבו — וואָס דערפאַר ווערט געזאָגט ביי אַן עבד עברי הנמכר לישראל אַז „רבו מוסר לו שפחה כנענית להוליד ממנה עבדים"187) — איז דעריבער, וויבאַלד דער ישראל הנמכר לעכו"ם מעג און דאַרףיח נעמען אַ שפחה כנענית להוליד ממנה עבדיםיט, קען זיך אָפּלייגן, אַז ביי אים ווערט נפקע דער גאַנצער איסור פון גילוי עריות (די עריות וואָס אידן זיינען אויסגעטיילט פון ב"נכ), און אַזוי ווי רבו — „אף אני כמותו" — איז ער ניט מוזהר אויף די עריות וואָס זיינען מותר לב"נכא.

179אַנדערש איז אָבער ביי ע"ז: (א) ווייל אויך אויף רבו איז חל דער איסור פון צו דינען ע"ז, וואָרום ס'איז דאָך איינע פון די ז' מצות ב"נב, און (ב) ווייל דאָס איז אַ זאַך וואָס האָט לגמרי ניט צו טאָן מיט עבודת רבו. און וויבאַלד אַזוי, פאַרוואָס זאָל זיין אַ וועלכ־ניט־איז נתינת מקום צו מיינען, אַז ער זאָל אויך מעגן דינען ע"ז?

ד. וועט מען עס פאַרשטיין, דורך מקדים זיין וואָס דער זהר זאָגט (אין אָנפאַנג פון היינטיקער סדרהכג) בנוגע אַן עבד עברי הנמכר לישראל, אַז עבדים זיינען פטור פון „עול מלכותא דלעילא" און דערפאַר זיינען זיי אויך „פטורין מן המצות".

און דערמיט איז דער זהר מבאר דעם פי' פון „ובשביעית יצא לחפשי חנם"כד, אַז זייענדיק אַן עבד (וואָס פאַרן זמן פון „יצא לחפשי"ג), איז „כל מה דעביד חנם הוא — בלא עול מלכות שמים". ובדוגמת מ"ש96) „זכרנו את הדגה אשר נאכל במצרים חנם", אַז בעת די אידן זיינען געווען בשעבוד אין מצרים, איז אויף זיי ניט געווען דער „עול דלעילא" — עס איז געווען אינעם אופן פון „חנם".

אין דעם איז אָבער ניט מובן;

דאָס וואָס דער זהר זאָגט, אַז עבדים זיינען פטורין פון „עול מלכותא דלעילא", קען מען דאָס מסביר זיין, אַז זייענדיק אונטערגעוואָרפן דעם עול פון אַ בו"ד, איז במילא ניט בגדר אַז צו דער זעלבער צייט זאָלן זיי גופא אויף זיך טראָגן (בשלמות) אויך דעם עול פון מלכות שמים

[און דאָס איז מתאים מיטן מאמר רז"לכז „אזן ששמעה כו' כי לי בנ"י עבדים ולא עבדים לעבדים והלך זה וקנה אדון לעצמו", אַז דערמיט וואָס ער מאַכט זיך פאַרשקלאַפט צו אַן אַנדער „אדון", ער ווערט אַן „עבד לעבדים", ווערט פון אים אָפּגעטאָן (כביכול) די עבדות צום אויבערשטןכח],

ווען עס רעדט זיך אָבער וועגן קיום המצוות אין פּועל ממש, איז דאָך אַן עבד עברי, אפילו אַזאַ וואָס איז נמכר לעכו"ם, מחוייב צו מקיים זיין אַלע מצות — וואָרום „הואיל ורבי כו' אף אני כמותו" איז דאָך ניט מער ווי אַ קס"ד וואָס תורה איז עס שולל „שלא יאמר" ; און אויך דער קס"ד איז בלויז בנוגע צו געציילטע מצות (ג"ע, ע"ז און חילול שבת), אָבער ניט אין באַצוג צו כל המצותכט — היינט וואָס איז180דער פּשט פון דעם וואָס דער זהר זאָגט, אַז אַן עבד עברי הנמכר לישראל איז פּטור מן המצות? !

אויך דאַרף מען פאַרשטיין דאָס וואָס אין זהר ווערט פאַרגליכן דער „שש שנים תזרע שדך גו'" (וואָס פאַר דעם „ושבתה הארץ" אין שנה השביעית) צו די „שש שנים יעבוד" פון אַן עבד (וואָס פאַר „ובשביעית יצא לחפשי"),

ולכאו', וואָס פאַר אַ דמיון איז דאָס; אמת טאַקע אַז* אין די שש שנים, ווען מ'איז פאַרנומען מיט עבודת האדמה, האָט מען ניט אַזויפיל צייט זיך אָפּצוגעבן מיט לימוד התורה און עבודת ה' ווי אין שנת השביעית, וואָס דאַן איז „ושבתה הארץ שבת לה' "*30); פונדעסטוועגן איז דאָך דער איד אויך במשך די שש שנים ניט אונטערגעוואָרפן קיין עול פון אַ בו"ד, ער איז דאַן ניט קיין „עבד לעבדים" — איז אין וואָס קען עס פאַרגליכן ווערן צום פאַל פון „שש שנים יעבוד", וואָס דורכן „קנה אדון לעצמו" ווערט ער (כביכול) פּטור פון עול מלכות שמים ?

ה. וועט עס ווערן פאַרשטאַנדיק, פון דעם וואָס דער זהר איז דאָרט ממשיך ומבאר דעם ענין פון עול מלכות שמים מיט אַ משל — און דער אַלטער רבי ברענגט עס אין תניאלא — „כהאי תורא דיהבין עלי'* עול בקדמיתא בגין לאפקא מיני' טב לעלמא . . ה"נ איצטריך לי' לב"נ לקבלא עלי' עומ"שלב בקדמיתא . . ואי האי לא אשתכח גבי' לא שריא בי' קדושה".

ולכאורה, וואָס ווערט דאָ אויפגעקלערט און מבואר דורך געבן דעם משל „כהאי תורא כו'" — און בפרט אַז דערפון וואָס דער אַלטער רבי איז מעתיק דעם משל אין תניא (אע"פ אַז ער איז משמיט כו"כ ענינים שבזהר שם), איז דאָך מובן, אַז דערמיט ווערט מבואר אַן ענין עיקרי אין דעם ענין פון קבלת עול מלכות שמים?

איז דער ביאור אין דעם;

דער חידוש וואָס דער אַלטער רבי טוט אויף אין דעם פרק וואו ער ברענגט דעם משל פון זהר — און וואָס דערמיט גופא איז ער אים מפרש — איז דאָך (ניט אַז אַ איד דאַרף בכלל האָבן קבעומ"ש — דאָס איז אַ דבר הפּשוט ; וויבאַלד אַז דער שרש צו שס"ה ל"ת איז יראת ה'לג, איז דאָך מובן אַז אַ איד איז מוכרח אין יראה — קב"ע — בכדי ער זאָל זיין אויסגעהיט אין שס"ה ל"ת — נאָר) אַז „אע"פ שהיראה היא שרש לסור מרע והאהבה לועשה טוב, אעפ"כ לא די לעורר האהבה לבדה לועשה טוב ולפחות צריך לעורר תחלה היראה כו'"לד,181אַז אויך צוליב „ועשה טוב" פאָדערט זיך קבלת עומ"ש.

דערפאַר איז ער אויך דאָ מעתיק דעם משל „כהאי תורא דיהבין עלי' עול בקדמיתא בגין לאפקא מיני' טב לעלמא", וואָס פון דעם משל איז מובן, אַז אויך צוליב „ועשה טוב" מוז זיין קב"ע; אַזוי ווי „האי תורא" אַז דאָס וואָס „יהבין עלי' עול בקדמיתא" איז עס (ניט בלויז בכדי צו פאַרהיטן ער זאָל ניט שטויסן און ניט מזיק זיין, נאָר אויך) „בגין לאפקא מיני' טב לעלמא", אַזוי איז אויך דאָס וואָס „ב"נ אצטריך לקבל עלי' עומ"ש בקדמיתא", איז עס (ניט בלויז בכדי צו באַוואָרענען ער זאָל זיין אַ סור מרע, נאָר אויך) ווייל „אי האי לא אשתכח גבי' לא שריא בי' קדושה"; אויך די „השראת הקדושה" — דער „גילוי והמשכת אוא"ס ב"ה למטה"לו, וואָס קומט דורך מ"ע — קען ביי אים זיין דוקא ווען דער קיום המ"ע איז (אויך) מצד קבלת עולמ.

ו. מען קען נאָך אָבער פרעגן ; דער אַלטער רבי איז דאָך מעתיק דעם לשון פון נמשל אין זהר „ואי האי לא אשתכח גבי' לא שריא בי' קדושה", וואָס אויך פון דעם אַליין איז שוין קלאָר, אַז אויך צוליב השראת הקדושה וואָס קומט דורך קיום מצות עשה פאָדערט זיך קב"ע — וואָס דאַרף ער אויך ברענגען דעם משל „כהאי תורא כו'"?

וועט דאָס ווערן פאַרשטאַנדיק נאָכן מבאר זיין דעם ל' פון אַלטן רבי'ן „כי אף שהיראה היא שרש לסור מרע והאהבה לועשה טוב, אעפ"כ לא די כו'"; לכאו' איז דאָך דאָ נויטיק בלויז צו באַוואָרענען בנוגע צו „ועשה טוב", אַז הגם דער שרש פון ועשה טוב איז אהבה, פונדעסטוועגן איז „לא די" מיט אהבה אַליין און מ'דאַרף (אפילו צוליב ועשה טוב) מעורר זיין אויך יראה. אָבער וואָס איז דאָ נוגע די באַוואָרעניש פון די ווערטער „אף שהיראה היא שרש לסור מרע"?

נאָר דער הסבר אין דעם איז, אַז מיט אָט־די ווערטער גיט דער אַלטער רבי קלאָר צו פאַרשטיין וואָס עס ווערט געמיינט דערמיט אַז יראה און קב"ע זיינען נויטיק אויך ביי דער עבודה פון „ועשה טוב":

ווען ער וואָלט דאָ דערמאָנט בלויז דעם פּרט פון אהבה און „ועשה טוב", וואָלט מען דאַן געקענט מיינען, אַז דאָ רעדט זיך וועגן אַ פאַל וואו עס פעלט איבערהויפּט דער ענין פון קב"ע ויראה; און מ'וואָלט במילא איינגעלערנט, אַז פאַרוואָס איז „לא די לעורר האהבה לבדה לועשה טוב" און מ'מוז אָנקומען צו קב"ע — ביז אַז „ואי האי לא אשתכח גבי' לא שריא בי' קדושה" — ווייל דער העדר הקב"ע איז סותר צו השראת הקדושה. וואָרוםלז בעת אַז182איינער האָט ניט קיין קב"ע, איז ער דאָך ניט בטל צום אויבערשטן, קען דעריבער אין אים ניט זיין קיין השראת הקדושה, ווייל „אין הקב"ה שורה אלא על דבר שבטל אצלו ית'"לה.

דערפאַר גיט ער אויך צו די ווערטער „שהיראה היא שרש לסו"מ", אַז כאָטש ביי אים פעלט ניט די יראה אַלס אַ שרש צו סור מרע; עס איז נאָר וואָס זיין עבודה פון ועשה טוב ווערט געטאָן מצד התעוררות האהבה לבדה און ניט מצד קב"ע — פונדעסטוועגן איז דאָס ניט גענוג און אויך אין זיין „ועשה טוב" אין „אי האי (קב"ע) לא אשתכח גבי' לא שריא בי' קדושה"לט.

און בכדי צו מאַכן נאָכמער קלאָר דעם פי' פון „ואי האי לא אשתכח גבי' כו'" — אַז דאָס מיינט (ניט

נאָר דעם אופן פון העדר הקב"ע וואו

דאָס איז פשוט סותר צו השראת

הקדושה, נאָר אויך), אַז צוליב דער

השראת הקדושה גופא פאָדערט זיך קב"ע — איז דער אַלטער רבי מעתיק דעם משל „כהאי תורא כו'" אין וועלכן אָט־דער ענין ווערט אַרויסגעבראַכט און קלאָר אונטערגעשטראָכן, אַז דאָס וואָס „יהבין עלי' עול בקדמיתא" איז עס „בגין לאפקא מיני' טב לעלמא".

און דערמיט ווערט אויך פאַרשטאַנדיק וואָס דער זהר זאָגט אַז עבדים פטורין מן המצות; דער עיקר ענין פון מצות איז כשמם, מצוה מל' ציווי, אַז זייער קיום איז מצד דעם באַפעל. און וויבאַלד אַז זיי זיינען פטורין פון עומ"ש, זיינען זיי במילא פטור פון „מצות" — לשון ציווי.

ז. דער טעם וואָס צו דער השראת הקדושה גופא איז נחוץ דער קבלת עומ"ש אויך אין קו פון ועשה טוב, און בשעת דאָס קומט בלויז מצד אהבה איז עס ניט ממשיך השראת הקדושה (הגם אַז ס'איז דאָ ביי אים קב"ע אינעם קו פון סור מרע) ;

נברא האָט קיין שום ערך ניט לגבי בורא. און דערפאַר, ווען דער קיום המצות איז בלויז מצד אהבה, וואָס דאָס איז אַ הרגש וועלכער איז פאַרבונדן מיט דער מציאות האוהבמ, מציאות הנברא, דערפאַר קען דער קיום המצות (מיט אהבה — ענינו דהנברא) ניט דערגרייכן צו „גילוי והמשכת אוא"ס ב"ה" (גילוי הבורא) — וויבאַלד אַז בורא איז באין ערוך183העכער פון נברא. דוקא ווען דער קיום המצות איז מצד קבעומ"ש, וואָס קב"ע איז פאַרבונדן (ניט מיט זיין מציאות, נאָר) מיט מציאות ה"מלך"מ, דעמאָלט האָט די מצוה אין זיך, כביכול, דעם כח פון „בורא" און קען במילא פועל זיין „השראת הקדושה".

זאת ועוד יותר; דער גדר פון אַן „עבד" איז, אַז ער איז אינגאַנצן קנוי לרבומא; און אויב ער שפּירט אין זיך עפּעס פון זיין אייגענער מציאות, איז דאָס היפך פון עבדות. און דעריבער, ווען זיין קיום המצות (פון ועשה טוב) איז „באהבה לבדה", קומט אויס אַז דאָס גופא וואָס ביי אים איז דאָ אַ הרגש פון אהבה (וועלכע איז פאַרבונדן מיט זיין מציאות והתפּשטות), איז עס אין סתירה צום ענין פון קב"ע (כאָטש אַז ביי אים איז דאָ דער קב"ע בנוגע צו סור מרע און ער האָט מורא „שלא למרוד במלכותו ית' ") ובמילא — צו השראת הקדושה. און דערפאַר מוז אויך דער ועשה טוב (ווי אויך די אהבה וואָס איז דער „שרש לועשה טוב"), זיין דורכגעדרונגען מיט קב"ע (אַז אויך זיין אהבת ה' זאָל קומען מצד דעם ציווי „ואהבת את ה' אלקיך"מב) — אַזוי ווי אַן עבד וואָס האָט ניט קיין מציאות פאַר זיך אויסער מציאות האדון.

ח. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם פאַרגלייך פון די „שש שנים תזרע גו'" (בשייכות לשמיטה) צו די „שש שנים יעבוד" פון אַן עבד;

מצד דער פולשטענדיקער אָפּהיינגיקייט און איבערגעגעבנקייט פון אַן עבד לגבי זיין אדון, אַז כל מציאותו איז קנוי לרבו, איז כשם ווי ס'איז ניט שייך אַז דער עבד זאָל האָבן אייגענע רצונות (ביז אפי' ניט קיין אהבה צום אדון כנ"ל, סיידן אַז מיט דער אהבה גופא פירט ער אויס אַ ציווי פון אדון) — אַזוי איז אויך לאידך גיסא ניט זיין זאַך צו באַזאָרגן זיך זיינע הצטרכות ; אויפן אדון ליגט אַ חיוב צו שפּייזן און באַזאָרגן זיין עבד מיט אַלעם נויטיקןמג — דער עבד אַליין דאַרף זיך פאַר דעם ניט זאָרגן ווייל ער איז אַ טייל פון נכסי האדון.

דערפאַר פאַרגלייכט דער זהר די „שש שנים תזרע גו'" צו די „שש שנים יעבוד"* פון אַן עבד וואָס איז פטור פון עומ"ש ; וויבאַלד במשך די „שש שנים" זאָגט דער אויבערשטער צו אַ אידן „תזרע שדך" און „תזמור כרמך", אַז דער איד אַליין זאָל זיך זאָרגן פאַר זיין פרנסה

[און הגם אַז די צמיחה פונעם „תזרע" און „תזמור" קומט דאָך אויסשליסלעך מצד דעם „וברכך ה' אלקיך בכל אשר תעשה"מד, וויבאַלד אָבער די ברכה פון אויבערשטן איז פאָרט אָנגעטאָן און ווערט אויסגעדריקט דווקא „בכל אשר תעשה" (און בפרט, אַז מצד דעם העלם והסתר קען נאָך זיין אַ מקום לטעות אַז „כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה"מג) —184ניט ווי בשנה השביעית ווען דער „וצויתי את ברכתי גו' "יד איז בגילוי און ניט מלובש אין לבושי הטבע (וואָרום מצד הטבע איז וויבאַלד אַז „לא נזרע ולא נאסוף גו'", קען אויפקומען די שאלה (ביז אַז אפילו תורה גיט אַן אָרט אויף דער שאלה) „וכי תאמרו מה נאכל"מה)] —

קומט דאָך אויס, אַז אין די „שש שנים" בדוגמא צו די „שש שנים יעבוד", האָט דער אויבערשטער אַראָפּגענומען כביכול זיין אדנות פון דעם אידן און אים אַריינגעשטעלט ברשות עצמו, אַז ער אַליין דאַרף אַרבעטן פאַר זיין פרנסהמח — כאָטש אַז אַן אדון איז מחוייב לזון את עבדו — ווייל די אדנות איז ניט בגילוי.

ט. הגם אַז אין די „שש שנים" איז דער „וברכך ה' אלקיך" מלובש און נעלם אינעם „כל אשר תעשה", אין לבושי הטבע, אעפ"כ, וויבאַלד אַז אויף אידן ווערט געזאָגט „כי חלק הוי' עמו"מט, אַז זיי זיינען אַ חלק פון הוי'* (הי' הוה ויהי' כאחדל) שלמעלה מהטבע — דערפאַר זיינען ביי זיי די לבושי הטבע ניט מעלים אויף אַזויפיל אפילו אין משך פון די „שש שנים" ווען תורה זאָגט אַז עס דאַרף זיין „תזרע" און „תזמור"; ד. ה., אַז אויך אין טבע דערהערן אידן דעם למעלה מהטבע.

וואָס דאָס איז דער חילוק צווישן דער השפעה מלמעלה צו אידן, און די השפעה צו אוה"ע, להבדיל; די אומות העולם, וויבאַלד זיי זיינען מקבל זייער השפעה פון די כוכבים ומזלות (און פון די ע' שרים) „אשר חלק ה' גו' לכל העמים"לא — לגבי זיי איז טאַקע טבע אַ העלם והסתר באמת. [וואָס דאָס איז דער טעם וואָס ב"נ זיינען ניט מוזהר אויף „שיתוף"לב — הגם אַז די כו"מ זיינען ביים אויבערשטן נאָר „כגרזן ביד החוצב" — ווייל מחמת דעם וואָס „חלק ה' להם", גיט עס אַן אָרט אַז לגבי די ב"נ זאָלן די כו"מ (און שרים) אויסקוקן עכ"פּ ווי שותפים וואָס האָבן (כביכול) אַ דיעה אין דער השפּעה אלקיתנג ].

משא"כ אידן זיינען מוזהר על השיתוף. וואָרום הגם אַז אויך די השפעה צו אידן קומט אין אַן אופן פון „ממגד תבואות שמש גו'"לד — הערט זיך אָבער ביי זיי בגילוי ווי דער שמש וירח וכו' זיינען נאָר כגרזן ביד החוצב, און אַז די השפעה קומט פון אויבערשטן.

יו"ד. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין ווי עס קען זיין אַ ס"ד „הואיל ורבי עובד ע"ז אף אני כמותו";

185וויבאַלד אַז די השפעת הפרנסה צום עבד קומט אינגאַנצן דורך זיין אדון — וכנ"ל אַז ער איז מחוייב ע"פ תורה לזון את עבדו (ביז אַז אויב דער עבד אַליין טוט עס פאַר זיך, איז עס גאָר היפך ענין העבדות, כנ"ל) — ובמילא קען דאָך ביי אים אויפקומען אַ סברא „הואיל ורבי עובד ע"ז"; וויבאַלד עס זיינען דאָ ענינים פון ע"ז אין וועלכע „רבי" איז מותר (כנ"ל דער ענין השיתוף אויף וואָס זיין אדון איז ניט מוזהר, ווייל לגבי אים זיינען די כו"מ טאַקע כאילו ווי שותפים), און היות אַז זיין השפעה קומט ע"י רבו — איז „אף אני כמותו", אַז אויך די השפעה צו אים קומט (ע"י רבו ו)כאילו דורכן שיתוף פון די כו"מ — עבודה זרה.

און דאָס איז דער אויפטו אינעם אָנזאָג פון תורה „לא תעשו לכם אלילים גו'", אַז אַ איד, אין וועלכן מצב ער זאָל ניט שטיין — איז ער „חלק הוי'"; דער חילוק איז נאָר בנוגע העלם וגילוי, אַז בשנה השביעית איז „וצויתי את ברכתי" בתכלית הגילוי ; אין די „שש שנים" איז דער „וברכך ה' אלקיך" מלובש און נעלם אין „בכל אשר תעשה" ; און ביי אַ נמכר לעכו"ם איז די ברכת ה' מלובש אין נאָך אַ גרעבערן לבוש, ביז אַז זיין פרנסה (בגילוי) קומט דורך אַרבעט פאַר אַ גוי (און אפי' נאָך נידעריקער דערפון — אַ „נמכר לעקר" — דורך ווערן אַ חוטב עצים און שואב מים פאַר ע"זלג). דאָס איז אָבער נאָר אַ לבוש חיצוני, בפנימיותו אָבער איז די השפעה פון ה'לח שלמע' מהטבעלז.

יא. ע"פ הנ"ל וועט אויך פאַרשטאַנדיק ווערן, וואָס דוקא ביי דעם קיום הציווי פון „לא תעשו לכם

56) וה"ז בפשטות — ענין ברכות הנהנין ותוכנן.

57) ועפ"ז תובן השייכות דסיום הסדרה לתחלתה — כי גם החידוש שבהחלת הסדרה הוא, שהזריעה וכו' שבהשש ישנים תהי' באופן שלא תסתור ל"ושבתה הארץ" בשביעית*.

וזוהי גם השייכות של תחלת הסדרה וסיומה ל"בהר" — שהשם (ע"פ תורה, או ע"פ מנהג ישראל) הסדרה מורה על תוכן כל הענינים שבה — כי החיבור של ב' ההפכים: העלם והסתר של הטבע (שבשש שנים תזרע ובפרט בנמכר לעכו"ם), ועם זה — ובשנה השביעית שבת שבתון ; לא תעשו וגו', הוא מ"הר סיני" דמכיך מכל טוריא (מדרש תהלים סח, יז (הוצאת בובר). וראה ג"כ מגילה כט, א), שגם ב"הר" המורה על הגבהה והתנשאות — יהי' „מכיך" **186אלילים גו'"* און „את שבתותי תשמורו גו'", וואו עס רעדט זיך וועגן אַ „נמכר לעכו"ם", דאַרף דער פסוק מחדש זיין „אני הוי' — נאמן לשלם שכר":

דער שכר פון מצות איז (ניט קיין זייטיגע זאַך, מיט וועלכער מען באַלוינט דעם מענטשן פאַר דער מצוה וואָס ער האָט געטאָן, נאָר) אַ דירעקטע תוצאה פון די מצוה גופאלח. און ווי דער אַלטער רבי זאָגטלט „כי הגורם שכר המצוה הוא המצוה בעצמה".

אָבער אין שכר המצות גופא זיינען פאַראַן צוויי ענינים; א) דער ווערן פון דער מציאות פון דעם שכר, וואָס ווערט געשאַפן דורך דער עשיית המצוה. און ב) דער תשלום השכר, די באַלוינונג וואָס ווערט געצאָלט און קומט אָן צום מענטשן.

בנוגע אַלע מצות איז אַ דבר פּשוט, אַז; א) דורך קיום המצוה ווערט אויפגעטאָן (למעלה) שכר המצוה. ב) דער שכר קומט אָן צום אדם המקיים את המצוה. בעת עס רעדט זיך אָבער וועגן דעם ציווי „לא תעשו לכם אלילים גו' את שבתותי תשמרו" וואָס איז געזאָגט געוואָרן צו אַ נמכר לעכו"ם ; צו אַזאַ וואָס בגילוי שטייט ער אין אַ מצב פון „אני כמותו", אַז ער איז מקבל זיין השפּעה דורך רבו (און ניט פון הוי' שלמעלה מהטבע) —

קען ער דעריבער טראַכטן ביי זיך ; וויבאַלד אַז תורה זאָגט מיר אָן „לא תעשו לכם אלילים גו' את שבתותי תשמרו", איז טאַקע אַ זיכערע זאַך אַז דורך מיין מקיים זיין אָט־די מצוה, וועט זיך אויפטאָן דער ענין פון שכר ; ס'איז אָבער דאָ אַן אָרט צו אָננעמען, אַז דער דאָזיגער שכר זאָל מיר ניט „אָפּגעצאָלט" ווערן, זאָל מיר ניט דערגרייכן. וואָרום וויבאַלד אַז לויט מיין מצב איז „אני כמותו", היינט ווי איז מעגליך אַז דער שכר וואָס טוט זיך אויף דורך ניט דינען ע"ז און שמירת שבת (וואָס דאָס איז דער גילוי פון הוי' שלמעלה מהטבע וועלכער איז שייך דווקא צו אידן) זאָל אָנקומען צו מיר, און נאָך בגילוי?

אויף דעם זאָגט דער פּסוק „אני ה' — נאמן לשלם שכר"; מצד דער מדריגה פון ה' אַליין, וואָס אויך ה' איז בלויז אַ שם (אע"פּ וואָס צווישן שמות גופא איז ער דער שם העצם, שם המפורש80), שם המיוחד וכו'81)), קען ער טאַקע ניט נמשך ווערן בגלוי צו אַזאַ אידן וואָס נמכר לעכו"ם. און דערפאַר איז מצד תורה פאַראַן אַן אָרט אויפן ס"ד „הואיל ורבי כו' אף אני כמותו" — כאָטש אַז „חלק ה' עמו" — ווייל ביי דעם אידן וואָס נמכר לעכו"ם, איז דער שם הוי' ניט מאיר בגילוי.

אָבער דורך דעם וואָס ער איז מקיים דעם ציווי (וואָס מצות דערלאַנגען אין עצמות) לא תעשו גו'187את שבתותי תשמרו, דאָס רירט אָן אין „אני הוי'". און וויבאַלד אַז מצד דעם „אני", מצד עצמות, איז ניטאָ קיין הגבלות — קומט דעריבער דער שכר אָן אויך צו דעם נמכר לעכו"ם.

יב. עד"ז איז אויך בנוגע צו דער הבטחה „יש שכר הרבה ליתן לך", וואָס ר"מ זאָגט דעם אידן וואָס איז „ממעט בעסק" און אַנשטאָט דעם איז ער זיך עוסק בתורה — אַז וויבאַלד ער שטייט אין אַזאַ דרגא וואָס מצד מעמדו ומצבו איז ע"פּ שו"ע איז ער אַ בעל־עסק82) (און אויך די הוראת המשנה איז ניט ער זאָל אויפהערן זיין אַ בעל־עסק און ווערן אַ יושב אוהל, נאָר ער זאָל בלויז ממעט זיין בעסק); ער שטייט ניט אין דער דרגא פון די „עושין רצונו של מקום" וועגן וועלכע עס רעדט די גמרא אין ברכות, וואָס זייער עבודה איז בכל מאדךסג, וועלכע זיינען אינגאַנצן איבערגעגעבן צו תורה און זייער פּרנסה ווערט זיי נמשך אין אַן אופן שלמעלה מהטבעד (בדוגמת „ועמדו זרים ורעו צאנכם" וואָס וועט זיין לע"ל) —

קען ער טראַכטן ביי זיך, אַז דער „עמל בתורה"; א) האָט ניט קיין „שכר" — אַ מסובב בגדר שכר — ווייל עס איז העכער פון דעם88), ב) עס קען צו עם במעמדו ומצבו ניט דערגרייכן, ווייל דאָס איז לגמרי העכער פון דעם, העכער פאַר „זמן און מקום"88).

זאָגט ר' מאיר; א) „יש שכר הרבה" ב) „ליתן לך",

וואָרום מצד עצמות, וואָס ער איז ניט מוגדר אין קיינע הגדרות ח"ו, ניט אין גדר פון גבול און אויך ניט אין גדר פון בל"ג, איז פאַראַן דער „שכר הרבה" און עס איז אויך „ליתן לך".

משיחות ש"פ בהו"ב תשכ"ד

וש"פ עקב תשכ"ח)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-ydfpkmq3

עותקים

פעילות אחרונה

#123 Likkutei Sichos vol 7: machine reading · אושרה

מקורות