נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
80חאהו
תזריע ב
א.אין פּסוק „ושלשים יום ושלשת ימים תשב בדמי טהרה בכל קדש לא תגע גו' עד מלאת ימי טהחה"א, שטעלט זיך רש"י אויף „תשב" און איז מפרש; „אין תשבב (אָדער „אין ל' ישיבה"ג) אלא לשון עכבה וכמו ותשבו בקדשד, וישב באלוני ממרא"ה.
לערנט דער רמב"ןו, אַז לויט פּי' רש"י „תשב — לשון עכבה", גייט עס אויף „בכל קש לא תגע ואל המקדש לא תבוא", און דער פּסוק זאָגט מיט „תשב ל' עכבה" אַז זי זאָל זיך אָפּהאַלטן פון נגיעה בקדש און ביאת מקדש במשך די ל"ג ימים — כאָטש זיי זיינען „ימי טוהר" לגבי בעלה.
ועפּי"ז דאַרף מען לערנען, אַז רש"י ברענגט די הוכחה צו „תשבו ל' עכבה" פון די פּסוקים „ותשבו בקדש" און „וישב באלוני ממרא" — ווייל לויט פּי' רש"י איז דער ל' „ישיבה"00) דאָרט ניט לשון „התיישבות" — באַזעצן זיך
[ווי דער ל' „וישב" ברוב המקומות — וואָרום דאַן וואָלט פון דאָרטן ניט געווען קיין הוכחה צום פּי' „ישיבה ל' עכבה". ואדרבה, „באַזעצן זיך" און „עכבה" זיינען צוויי הפכים; ווען איינער באַזעצט זיך אין אַ געוויסן אָרט, ער ווערט דאָרט אַ תושב, הייסט עס אַז ער געפינט זיך דאָרט מיט אַ קביעות, באופן של התיישבות; דאַקעגן, אויב איינער געפינט זיך אין אַן אָרט מחמת אַ סיבה וואָס איז עם מעכבז, וואָס האַלט אים אָפּ פון אַוועקגיין — מיינט עס דאָך אַז זיין געפינען זיך אין יענעם אָרט איז היפך ההתיישבות והקביעות; דאַרפן האָט ער געדאַרפט זיין ערגעץ אַנדערש, נאָר ער איז פאַרבליבן דאָרט מצד אַ מניעה ועיכוב ],
נאָר לשון עכבה:
בשעת די אידן זיינען אַרויס פון מצרים, איז זייער גיין פון דאָרט געווען כדי צו קומען אל ארץ טובה ורחבהח, אל ארץ נושבתט. און זייער פאַרבלייבן אַ משך זמן (אין מדבר, ובכלל זה) אין קדש — „ותשבו בקדש", איז געווען (ניט בקביעות והתיישבות, נאָר אדרבהי:) בלויז מצד דעם וואָס צוליב סיבות שונות זיינען זיי אָפּגעהאַלטן געוואָרן פון קומען אין אר־ישראל, און זיי האָבן געמוזט פאַרבלייבן אין קדש.
דאָס זעלבע איז אויך ביי אברהם אבינו:81גלייך נאָך דעם ווי דער אויבערשטער האָט אים געזאָגט „קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה", שטייט „וישב באלוני ממרא". מוז מען זאָגן אַז עס איז געווען אַ זאַך וואָס האָט עם דאָרט מעכב געווען, און דער פּי' פון „וישב" דאָרט איז [ ניט מלשון התיישבות־קביעותיא, נאָר „לשון עכבה"; אברהם האָט זיך פאַרהאַלטן פון גיין „בארץ לארכה ולרחבה" און איז פאַרבליבן אין אלוני ממרא.
ב. פאַראַן מפרשיםיב וואָס לערנען אַז „עכבה" מיינט פאַרבלייבן (און דער וואָרט „תשב" באַציט זיך צו „בדמי טהרה", אַז די יולדת פאַרבלייבט במשך ל"ג ימים אין אַ מצב של טהרה אפילו ווען זי איז רואה דם — בדוגמת פון איינעם וואָס באַזעצט זיך אין אַן אָרט און ווערט דאָרט אַ תושב, ער איז דאָרט באופן קבוע, אָן שינוייםיג). ולפי"ז איז דער פּי' „ישיבה" אין „ותשבו בקדש" און „וישב באלוני ממרא" — באַזעצט זיך.
מען קען אָבער אַזוי ניט לערנען. וואָרום אויב מיט ל' „עכבה" וואָלט רש"י געמיינט, פאַרבלייבן באופן קבוע ובהתיישבות — האָט ער ניט געדאַרפט ברענגען דערצו קיין הוכחות, און עאכו"כ ניט קיין ראי' פון „ותשבו בקדש" וואָס אין ס' דברים: דער ל' ישיבה מל' התיישבות (באַזעצן זיך) איז דאָ כמה וכמה פּעמים אין די פריערדיקע סדרות. נאָך מערער ; ביי דעם ערשטן מאָל אין תורה וואו עס שטייט דער לשון „וישב" — „וישב בארץ נוד קדמת עדן"יד, איז דער פּי'טז אַז קין האָט זיך באַזעצטיח אין ארץ נודטו — ווי ער זאָגט גלייך אין צווייטן פּסוק; ויהי בונה עיר.
פון דעם וואָס רש"י דאַרף יע אָנקומען צו הוכחות לפּירושו „ישיבה ל' עכבה", איז מוכח אַז מיטן ל' „עכבה" מיינט ער „פאַרהאַלטן זיך" (וכפּירוש הפּשוט פון וואָרט „עכבה' *יז), און וויבאַלד אַז דער פּי' אין „ישיבה" (עכבה, פאַרהאַלטן זיך) איז אַ חידוש (ניט ווי ברוב המקומות וואו ישיבה מיינט; „זיצן" אָדער „באַזעצן זיך"), מוז רש"י ברענגען אַ דוגמא וחבר צו דעם פּירוש אין ישיבה — פון „ותשבו בקדש" און „וישב באלוני מורא"יח.
ב) פאַרוואָס ברענגט ער דעם פּסוק „ותשבו בקדש" וואָס שטייט אין פּרשת דברים פאַר דעם פּסוק „וישב באלוני ממרא" וואָס שטייט פריער, אין פּרשת לך לך?
איז דער ביאור אין דעם;
אברהם איז דאָך פאַרבליבן אין אלוני ממרא (ניט מצד עמיצן אנדערש וואָס האָט אים מכריח געווען ניט צו גיין בארץ לארכה ולרחבה, נאָר) מצ"ע און דערפאַר איז פון דאָרט ניט קיין ראי' מוכחת אַז ישיבה מיינט עכבה, וואָרום היות אַז דאָס איז געווען מצד עצמו קען מען דאָרט לערנען „וישב" פון ל' התיישבות קביעות, אַז ער האָט זיך באַזעצט אין אלוני ממרא.
דערפאַר מוז רש"י אָנקומען צו „ותשבו בקדש", וואָס דאָרטן מוז מען לערנען ישיבה ל' עכבה — וואָרום היות אַז זייער געפינען זיך בקדש איז געווען היפך פון זייער רצון צו גיין קיין א"י **1), קען מען דאָרט ניט טייטשן אַז זיי האָבן זיך אין קדש באַזעצט בקביעות, און מען מוז דאָרט לערנען ישיבה ל' עכבה — ווייל עס איז ניט געווען „בהעלות הענן" — האָט ניט געקענט זיין „יסעו בני ישראל", ווייל „לא יסעו עד יום העלותו"יט.
נאָר לאחרי ווי מען האָט שוין אַ ראי' פון ותשבו בקדש אַז ישיבה איז ל' עכבה, איז שוין מסתבר צו לערנען אויך דעם וישב אין פּסוק וישב באלוני ממרא, אַז ער איז פון ל' עכבה.
און דער טעם צו זיין שינוי הסדר איזכה, ווייל דער פּי' „לא תגע — אזהרה84לאוכל", דאָס איז מכריח צו מפרש זיין „לרבות את התרומה"כ ;
מיט עטליכע פּסוקים ווייטערה שטייט, אַז נאָכדעם ווי עס פאַרענדיקן זיך „ימי טהרה" דאַרף זי ברענגען אַ קרבן און ערשט דאַן ווערט זי טהור. אָבער די אזהרה „בכל קדש לא תגע גו'" (וואָס אין אונזער פּסוק) איז נאָר „עד מלאת ימי טהרה", ד. ה. ביז צו שקיעת החמה של יום ארבעים. איז דאָך דערפון מובן, אַז די אַזהרה „בכל קדש לא תגע גו' עד מלאת ימי טהרה" איז מרבה אַן איסור נוסף. ד. ה. אַז לאחרי מלאת ימי טהרה, נאָך שקיעת החמה, ביז זי ברענגט ניט כפרת טהרתה, איז זי אסור בלויז אין אַ טייל ענינים פון קדש, און במשך די ל"ג ימים, עד מלאת ימי טהרה — איז זי אסור אין נאָך ענינים.
איז אויב מען וואָלט געלערנט „לא תגע" כפּשוטו, אַז זי טאָר ניט אָנרירן אין קדש, האָט מען דאַן געקענט אָננעמען אַז דער איסור „עד מלאת ימי טהרה" וואָס איז נוסף אויפן איסור וואָס זי האָט אויך שפּעטער (כל זמן זי האָט ניט געבראַכט דעם קרבן), באַשטייט אין „לא תגע"; ביז צו שקיעת החמה של יום ארבעים איז זי אסור אויך בנגיעת קדש, און שפּעטער, איז זי אסור נאָר באכילת קדש.
לאחרי אָבער ווי רש"י איז מפרש „לא תגע — אזהרה לאוכל", אַז אויך „עד מלאת ימי טהרה" איז זי אסור נאָר באכילת קדש, מוז מען במילא לערנען „לרבות את התרומה", אַז דער איסור במשך די ל"ג ימים וואָס איז נוסף לגבי שפּעטער באַשטייט אין אכילת תרומהלח, ווייל שפּעטער — אפילו קודם שהביאה הקרבן, איז זי אסור נאָר באכילת קדש אָבער ניט באכילת תרומה.
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין:
פון וואַנעט נעמט טאַקע רש"י אַז „לא תגע" מיינט „אזהרה לאוכל" (און צוליב דעם מוז מען שוין לערנען „לרבות את התרומה") — דער פּי' הפשוט פון „לא תגע"**) איז דאָך — זי זאָל ניט אָנרירן, וואָס איז דער הכרחלט, ע"פּ דרך הפּשט, אויף אַרויסנעמען דעם וואָרט „תגע" פון פּשוטול ?
85ז. לאחרי ווי רש"י זאָגט „לרבות את התרומה" איז ער מוסיף: „לפי שזו טבולת יום ארוך, שטבלה לסוף שבעה ואין שמשה מעריב לטהרה עד שקיעת החמה של יום ארבעים שלמחר תביא את כפּרת טהרתה" — אַז איר איסור באכילת תרומה במשך די ל"ג ימים איז [ניט מצד דעם וואָס די טומאת לידה בנוגע לקדש ומקדש איז פערציק טעג, נאָר] מצד דעם וואָס איר חיוב צו ברענגען „כפּרת טהרתה", וואָס זי קען עס טאָן ערשט למחרת יום ארבעים, מאַכט אויף אַז איר הערב שמש (וואָס איז איר מטהר לתרומהלא) איז ערשט ביי דער שקיעת החמה של יום ארבעים (אָבער ווען זי וואָלט ניט געווען מחוסר כפּרה, וואָלט זי געמעגט עסן תרומה גלייך נאָכן הערב שמש של יום השביעי).
דאַרף מען פאַרשטיין; אין פּשטות קומט אויס לכאורה, אַז דאָס וואָס זי איז אסור באכילת תרומה „עד מלאת ימי טהרה" איז עס מצד דעם ווייל די טומאת לידה בנוגע לקדש ומקדש איז מצד עצמה אויף פערציק טעג — אפילו ווען זי זאָל ניט דאַרפן ברענגען אַ קרבן (בדוגמת דער טומאת שבעת ימים בנוגע לבעלה, וואָס איז „כימי נדת חותה", כאָטש אַ נדה דאַרף גאָרניט ברענגען קיין קרבן). פון וואַנעט נעמט רש"י אַז דער איסור אכילת תרומה במשך די לג ימים איז מצד דעם וואָס מ'דאַרף וואַרטן ביז דער צייט וואָס „למחר תביא את כפּרת טהרתה"לב?
ח. דער ביאור בכל הנ"ל;
פון דעם וואָס גלייך נאָכן וואָרט „תשב" שטייט „בדמי טהרה" איז מוכח אַז דער „תשב (לשון עכבה)" באַציט זיך ניט נאָר צו „בכל קדש לא תגע ואל המקדש לא תבא", נאָר אויך צו „בדמי טהרה" וואָס שטייט בסמיכות צו „תשב".
און דערנאָך, אין זיין צווייטן דיבור, איז ער מפרש און טייטשט אָפּ די ווערטער „בדמי טהרה" כשלעצמם: „והוא שם דבר כמו טוהר", ד. ה. אַז (אויך) די דמים גופא זיינען טהור.
86ט. אָבער מצד דעם פּי' „והוא שם דבר כמו טוהר" ווערט ניט גלאַטיק דער פּשט פון „תשב לשון עכבה":
דער ל' „עכבה" — אָפּהאַלטן זיך פון קומען אין אַ געוויסן אָרט אָדער מצב — איז שייך ווען ס'איז דאָ עפּעס אַ זאַך וואָס זי דאַרף (מצד ענינה) ברענגען צו דעם מצב, נאָר אעפּ"כ האַלט מען זיך אָפּ און מען איז אין דעם פריערדיקן מצב ; בשעת אָבער אַז עס ווערט בטל (משום איזו סיבה) די זאַך וואָס קען ברענגען צום נייעם מצב, פּאַסט לכאורה ניט דער ל' „עכבה" אויפן בלייבן אין דעם פריערדיקן מצב: מ'דאַרף דאָ גאָר ניט האָבן קיין ספּעציעלן „אָפּהאַלט" — ס'איז דאָ כלל ניטאָ עפּעס וואָס זאָל „פאָדערן" דאָס אַרויסגיין פון איין מצב און אַריבערגיין אין אַן אַנדערן.
ובנוגע לעניננו; ווען דער דם וואָלט געווען טמא ואעפ"כ איז ער ניט בכח צו מטמא זיין און די יולדת איז טהור, וואָלט געווען פאַרשטאַנדיק דער ענין פון „תשב — ל' *) עכבה" וואָס שטייט ביי דער יולדת, וואָס וואָלט געמיינט אַז זי ווערט אָפּגעהאַלטן פון צו נטמא ווערן פון די דמים טמאים. וויבאַלד אָבער אַז במשך די לג ימים זיינען די דמים טהורים, איז דאָך ניט שייך צו זאָגן לכאורה אַז די יולדת ווערט „נתעכב" פון צו נטמא ווערן — ס'איז דאָך גאָר ניטאָ קיין זאַך וואָס זאָל ברענגען אַ מצב של טומאה?
אָט די שוועריקייט באַוואָרנט רש"י מיטן ברענגען (ביי זיין פּי' „אין תשב אלא ל' עכבה") דעם פּסוקח „וישב באלוני ממרא";
פון דעם וואָס אברהם איז פאַרבליבן אַ משך זמן אין אלוני ממרא און האָט ניט מקיים געווען דעם ציווי „קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה" גלייך (ווי אַלע אַנדערע ציוויים וואָס ער האָט מקיים געווען בזריזותלח), איז פאַרשטאַנדיק, אַז אָט דעם ציווי האָט ער (מצד איזה טעם) געדאַרפט אָפּלייגן אויף שפּעטערד.
און פון דעם וואָס פונדעסטוועגן שטייט אויך דאָרט „וישב — ל' עכבה", איז דערפון אַ ראי', אַז בשעת ס'איז נאָר דאָ עפּעס אַ זאַך וואָס מצד ענינו בעצמו וואָלט עס דאַרפן ברענגען צו אַן אַנדער מצב (אפילו ווען במצב ההוה איז דער ענין בפּועל ניטאָ) — פּאַסט דער לשון ישיבה־עכבה.
ובמילא, אויך אין אונזער פאַל; וויבאַלד אַז ראיית דמים בכלל איז מביא לידי טומאה, פּאַסט צו זאָגן „תשב (לשון עכבה) בדמי טהרה" — כאָטש אַז אין די לג ימים אַליין זיינען די דמים טהורים.
יו"ד. וויבאַלד אַז דער לשון עכבה לייגט זיך דוקא ווען ס'איז דאָ אַ געוויסע זאַך צוליב וועלכער מען וואָלט געדאַרפט קומען אין אַ נייעם מצב, און אעפּ"כ האַלט מען זיך אָפּ פון דעם שינוי — וואָלט מען לכאורה געדאַרפט לערנען, אַז דער „תשב (ל' עכבה)" באַציט זיך נאָר צו „בדמי טהרה" (מצד דעם וואָס בנוגע לטהרת האשה לבעלה ווערט זי אָפּגעהאַלטן פון צו טמא ווערן דורך איר ראי', כנ"ל), אָבער ניט בנוגע צו איר טומאה לקדש ולמקדש, היות אַז בנוגע דערצו זיינען די לג ימים — ימי טומאה 348) (וכנ"ל סעיף ז', אַז אין פּשטות87האָט מען געדאַרפט לערנען, אַז די טומאת לידה בנוגע לקדש ומקדש איז פערציק טעג),
— אין דעם איז רש"י מחדש „ימי טהרה — מפיק ה"א, ימי טוהר שלה", מיינענדיק דערמיטלד אַז די טעג זיינען אירע „ימי טוהר" סתם, אָן הגבלות, בנוגע אַלע ענינים, אויך בנוגע לקדש ומקדשמז. און דאָס וואָס „בכל קדש לא תגע ואל המקדש לא תבוא עד מלאת ימי טהרה" — איז בלויז מצד אַ זייטיקער זאַך וואָס דערלאָזט איר ניט זי זאָל טהור ווערן בפּועל אויף צו קענען נוגע זיין אין קדש און אַריינגיין אין מקדש.
און דערפאַר איז רש"י מסיים (אין ד"ה בכל קדש) „לפי שזו טבולת יום ארוך . . שלמחר חביא כפרת טהרתה"; כשם ווי איר טומאה לאכילת קדשים לאחרי מלאת ימי טהרה — איידער זי ברענגט דעם קרבן, איז דאָך נאָר וואָס איר חיוב הקרבן האַלט איר אָפּ פון צו נטהר ווערן לאכילת קדשים (אָבער ניט וואָס מצ"ע איז זי טמא *)), עד"ז איז אויך איר טומאה לאכילת תרומה אין די לג ימים, אַז עס איז (ניט צוליב דעם וואָס מצ"ע איז זי דאַן טמא, נאָר) מצד דעם וואָס איר חיוב כפּרת טהרתה האַלט אָפּ און לאָזט ניט צו אַז דער הערב שמש פון די פריערדיקע טעג (פאַר דעם הערב־שמש של יום ארבעים) זאָל זי מטהר זיין לאכילת תרומה*9).
אויב מען וואָלט געלערנט אַז בנוגע לקדש ומקדש איז זי טמא די פערציק טעג, דאַן וואָלט מען געקענט לערנען „לא תגע" כפשוטו, אַז זי טאָר ניט אָנרירן קדש. וואָרום כאָטש מען געפינט ניט אַז אַ טמא זאָל זיין אסור אין נגיעת קדש — האָט מען געקענט זאָגן, אַז טומאת לידה איז האַרבער פון אַנדערע טומאות, און דער פירוש פון „לא תגע" איז כפשוטוי.
אָבער לאחרי ווי רש"י איז מפרש אַז די לג ימים זיינען „ימי טוהר שלה", און דער איסור „בכל קדש גו'" איז בלויז מצד אַ צווייטער זאַך (און ווי רש"י איז מפרש ווייטער אַז די „הבאת כפּרת טהרתה" מאַכט זי פאַר אַ טבולת יום), קען מען ניט זאָגן, אַז די „עכבה" (אין די ימי טוהר) זאָל זיין אויך פון אָנרירן קדש — בעת אַז אפי' אַ טמא ממשמא איז אין דעם מותרמב. דעריבער לערנט רש"י „אזהרה לאוכל"מג.
יב. פון די ענינים פון „יינה של תורה" וואָס אין דער רש"י;
פון לשון רש"י „אין לשון ישיבה אלא לשון עכבה" איז משמע, אַז רש"י טוט89דאָ אויף (ניט נאָר נאָך אַ טייטש אין „ישיבה", אַז נוסף צו די צוויי באַוואוסטע פּירושים אין ישיבה; „זיצן" און „באַזעצן זיך", איז פאַראַן אַ דריטער פּי' „ל' עכבה", נאָר אויך) אַז יעדער „ישיבה" איז לשון עכבה. ד. ה. אַז אויך דאָרט וואו ישיבה מיינט „זיצן" אָדער „באַזעצן זיך" — איז עס אויך אַן ענין פון „עכבה".
דער ביאור אין דעם;
אין דעם ענין פון „ישיבה" לאמיתתה, ווי זי איז במקורה, ד. ה. „ישיבה" למעלה —
וואָרום אַלע ענינים למטה נעמען זיך דאָך פון זייער מקור ושרש למעלה, „שנשתלשלו מהן"מד און ווי חז"ל זיינען מפרשמה דעם פּסוק „תשים משטרו בארץ" און „גבוה על גבוה שימר וגבוהים עליהם"מו; און נאָך העכער ביז, כביכול, בהקב"ה — וואָס „מאמתית המצאו" זיינען דאָ „כל הנמצאים"מז משמים וארץ ומה שביניהם — געמיינט אַלע ענינים וואָס זיינען בנמצא — געפינט מען דאָך כביכול, דעם ל' ישיבה וואָס אין לו דמות הגוף ולא גוףמח — ברענגט דער צ"צמט (וואָס זיין יום ההילולאל איז אין דעם חדש) צוויי ביאורים ; איין ביאור — אַז ישיבה ווייזט אויף ירידה והשפּלה (בדוגמת ישיבה, להבדיל, ביי אַ מענטשן דאָ למטה, אַז בעת ער זיצט איז ער נידעריקער ווי בשעת ער שטייט). ולפּי"ז, איז דער ענין הישיבה אין בחינת אור הממלא — וואָס איז יורד ונשפּל להחיות את העולמות. אַ צווייטן ביאור ברענגט ער פון רמב"םלא, אַז ישיבה ווייזט אויף העדר השינוי. וואָס לפי"ז איז דער ענין הישיבה אין בחינת אור הסובב וואָס איז העכער פון עולמות, וואָס אויף דער דרגא שטייט „אני הוי' לא שניתי".
און די צוויי ביאורים זיינען בהתאם צו די צוויי טייטשן אין „ישיבה" ברוב המקומות; דער ביאור אַז ישיבה איז אַן ענין פון ירידה והשפּלה, איז פאַרבונדן מיטן פּירוש אין ישיבה — זיצן, וואָרום כנ"ל, בעת אַ מענטש זיצט ווערט נשפּל זיין קומה; און דער ביאור אַז ישיבה איז העדר השינוי — מיטן פּי' „באַזעצן זיך", וועלכער ווייחט אויף קביעות והעדר השינוי, כנ"ל (סעיף ב').
און דאָ איז רש"י מחדש „אין ל' ישיבה אלא לשון עכבה", אַז יעדער ישיבה — ניט נאָר די ירידה והשפּלה פון אור הממלא, נאָר אפילו דער העדר השינוי וואָס אין אור הסובב, איז אַן ענין פון עכבה. וכידוע דער ביאור פון רבי'ן (מהורש"ב) נ"עלב (וואָס היינטיקע וואָך איז זיין יום ההילולאלג — ב' ניסן), אַז דער כללות ענין האור, אפילו דער אור שקודם הצמצום (וואָס דאָרט איז דער אמיתית הענין פון „לא שניתי"), קומט דורך העכבה.
יג. אעפּ"י אַז אויך דער אור הסובב (וואו דער פּירוש פון „ישיבה" איז —90„העדר השינוי") קומט דורך העכבה, איז אָבער ניט בדומה די העכבה צו דער העכבה דורך וועלכער עס ווערט נמשך דער אור הממלא (וואו „ירידה והשפּלה" איז דער פּירוש פון „ישיבה");
דער אור הממלא, קומט דורך קדימת הצמצום (וואָס די תנועה פון צמצום והתעלמות איז היפך פון תנועת הגילוי), משא"כ די העכבה ביים אור הסובב, וואָס בכללות איז עס דער אור שקודם הצמצום, איז (ניט קיין צמצום והתעלמות, נאָר) דאָס וואָס וויבאַלד דער גילוי האור פון עצמות איז ברצון (אותיות צנורנד) און ניט בהכרח ח"ו, הייסט עס אַן אָפּהאַלט. ווי דער רבי (מהורש"ב) נ"ע איז עס מבאר באריכותנב.
און די צוויי אופני העכבה איז רש"י מרמז מיט זיין ברענגען די צוויי פּסוקים „ותשבו בקדש" און „וישב באלוני ממרא": די העכבה פון „ותשבו בקדש", וואָס זי איז געווען בהכרח און היפך פון זייער רצון צו גיין אין ארץ־ישראל (כנ"ל סעיף ג'), איז מרמז צו דער העכבה פון גילוי אור הממלא — צמצום, היפך הגילוי, כנ"ל; און די העכבה פון „וישב באלוני ממרא", וואָס זי איז געווען ברצונו של אברהם (כנ"ל שם), זי איז מרמז צו דער העכבה, דעם רצון, דורך וועלכן עס קומט דער גילוי האור שקודם הצמצום.
[אעפּ"י אַז די העכבה בשביל גילוי האור שקודם הצמצום (מיטן גילוי האור) — וואָס איז מרומז אין „וישב באלוני ממרא" — איז געקומען פאַר דעם צמצום וואָס איז מרומז אין „ותשבו בקדש"]
ווייל די סיבה צום גילוי האור שקודם הצמצום [ובמילא, אויך צום רצון לגילוי] איז דער צמצום, ווי דער רבי דער שווער (וואָס ביום ב' ניסן איז ער געוואָרן דער נשיאנג) איז מבאר באריכותנח, אַז די כוונה אין דעם גילוי האור שקודם הצמצום, אויך אין דעם גילוי אור הבל"ג, איז בכדי ער זאָל קענען נתעלם ווערן דורכן צמצום.
טו. וואָס פאַר אַן עילוי און תכלית איז דאָ אין צמצום ? — איז דאָך ידועלז, אַז דאָס איז בכדי אַז אידן דורך זייער עבודה בתומ"צ, זאָלן מהפּך זיין דעם חושך הצמצום צו אור וגילוי — אתהפכא חשוכא לנהוראלח,
אָבער בכדי מען זאָל קענען מהפּך זיין דעם הושך לאור, דאַרף מען פריער אַרויסרופן ביי זיך דעם תוקף ניט נתפּעל צו ווערן פון די העלמות והסתרים, און על ידי זה, קען מען קומען צו אַ העכערן ענין — מהפּך זיין דעם חושך גופא לאורנט.
און דאָס איז רש"י מרמז אין זיינע צוויי פּירושים אויף „בדמי טהרה": די ערשטע זאַך דאַרף זיין „אעפ"י שרואה טהורה" — אַז דער מענטש זאָל זיך91ניט רעכענען מיטן „דם" וואָס ער זעט און ער זאָל זיין טהור; און דורך דעם קומט מען דערנאָך צו אַ העכערע מדריגה — „והוא שם דבר כמו טוהר", אַז מען איז מהפּך דעם דם גופא, אַז אויך ער (דער דם) זאָל ווערן טהור.
טז. און די עבודה פון „בדמי טהרה" (אין ביידע אופנים הנ"ל), וואָס אידן טוען בזמן הגלות, ווען מען געפינט זיך אין אַ מצב פון „טבולת יום ארוך" ובמילא איז „בכל קדש לא תגע ואל המקדש לא תבא",
דאָס ברענגט צו „למחר תביא את כפרת טהרתה", צום גילוי דלעתיד, אויף וועלכן עס שטייט90) „ולמחר לקבל שכרם" (וואָס קומט אָבער דוקא דורכן „היום לעשותם"01)), וואָס דאַן וועט זיין די עבודת הקרבנות („תביא את כפרת טהרתה") נאָך אין אַ העכערן אופן ווי ס'איז געווען בזמן הבית — „ושם (דוקא) נעשה לפניך כמצות רצונך"02), אין דעם בית המקדש השלישי וואָס וועט נתגלה ווערןלג, דורך משיח צדקני, בקרוב ממש.
(משיחת ש"פ תזריע, תשכ"ז)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר