English
ספרייה

לקוטי שיחות

תזריע ג

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

92תזריע*

א. אין סיום הסדרה רעדט זיך וועגן אַ בגד וואָס אין אים איז געווען אַ נגע, און מען האָט אים פאַרשפּאַרט אויף זיבן טעג ; און ווען מ'האָט געזען דעם זיבעטן טאָג אַז דער נגע איז ניט גרעסער געוואָרן, האָט מען אים אויסגעוואַשן און ווידער פאַרשפּאַרט אויף זיבן טעג. זאָגט דאָ דער פּסוק: „והבגד גו' אשר תכבס וסר מהם הנגע, וכבס שנית וטהר" — אַז אויב נאָכן צווייטן הסגר זעט מען אַז דורך דעם פריערדיקן כיבוס איז פון אים אָפּגעטאָן געוואָרן דער נגע, דאַרף מען כובס זיין דעם בגד אַ צווייטן מאָל, און דאַן איז ער טהור.

שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „וכבס שניתד, און איז מפרש; „לשון טבילה" — אַז „וכבס שנית" מיינט (ניט מען זאָל דעם בגד נאָכאַמאָל אויסוואַשן, נאָר) אַז מען זאָל אים טובל זיין. און רש"י ברענגט דערויף אַ ראי' פון תרגום: „תרגום של כבוסין שבפרשה זו לשון ליבון ויתחוור, חוץ מזה שאינו ללבון אלא לטבול, לכך תרגומו ויצטבע" — וויבאַלד אַז דעם וואָרט „כבוס" אומעטום אין אָט דער פּרשהו פאַרטייטשט דער תרגום „ויתחוור", וואָס מיינט „ליבון" (אויסוואַשן), און דעם וואָרט „וכבס (שנית)" פון אונזער פסוק פאַרטייטשט ער „ויצטבע", איז אַ ראי' אַז „וכבס" דאָ מיינט ניט אויסוואַשן נאָר טובל זיין. און רש"י איז מוסיף „וכן כל כבוסי בגדים שהן לטבילה מתורגמין ויצטבע" — אַז אין יעדן אָרט2) וואָס אין פסוק שטייט ביי בגדים דער לשון כיבוס, וואו זיין מיינונג איז (ניט

1) יג, נד. נה. נו. וגם בפסוק זה עצמו — די יתחוור.

2) שמיני יא, כה. כח. מ. פרשתנו יג, ו. לך. מצורע יד, ט. ועוד. אויסוואַשן, נאָר) טבילהח, פאַרטייטשט עס דער תרגום מיטן לשון „ויצטבע".

ב. פון* דעם וואָס רש"י זאָגט ניט בקיצור „כתרגומו ויצטבע" נאָר ער שרייבט אַ גאַנצע אריכות „תרגום של כבוסין כו' וכן כל כבוסי בגדים כו'" איז קענטיק אַז רש"י וויל קלאָר מאַכן אַז מיט „ויצטבע" מיינט דער תרגום טבילה און ניט אויסוואַשן. און אויף דעם ברענגט רש"י אַ צווייענדיקע הוכחה; א) אַז „ויצטבע" מיינט ניט אויסוואַשן, וואָרום אויסוואַשן פאַרטייטשט ער „ויתחוור", ניט „ויצטבע". ב) אַז „ויצטבע" מיינט טבילה, וואָרום וואו נאָר עס שטייט ביי בגדים דער לשון כיבוס וואָס מיינט טבילה איז זיין תרגום „ויצטבע".

דאַרף מען פאַרשטיין;

א) וואָס דאַרף רש"י ביידע הוכחות; לכאורה פון דעם אַליין וואָס דער תרגום טייטשט דאָ אַנדערש דעם וואָרט „וכבס" ווי זיין טייטש פון כיבוס לשון ליבון, איז קלאָר, אַז מיטן „וכבס" פון אונזער פסוק ווערט געמיינט ניט אויסוואַשן — ובמילא איז שוין פאַרשטאַנדיק אַז מיט אים ווערט געמיינט טבילה (וואָרום „כיבוס" טראָגט אין זיך ניט מער ווי אָט די צוויי טייטשן); ועאכו"כ, אַז ס'איז גענוג בלויז די צווייטע הוכחה, וואָס מען געפינט בפירוש אַז „ויצטבע" איז דער תרגום פון טבילה. היינט וואָס דאַרף רש"י אָנקומען צו ביידע הוכחות?

93ב) בכדי צו וויסן אַז „ויצטבע" מיינט טבילה איז דאָך ניט וויכטיק מיט וועלכן לשון די טבילה שטייט אין פסוק; צי מיטן לשון כיבוס צי מיט אַן אַנדער לשון, האָט דאָך רש"י געדאַרפט שרייבן בקיצור; וכן כל טבילה דבגדים מתורגם ויצטבע. וואָס דאַרף רש"י שרייבן „וכן כל כבוסי בגדים שהן לטבילה", אַז דער תרגום פון ויצטבע איז אויפן לשון כיבוס וואָס רעדט וועגן טבילת בגדים?

איז דער ביאור אין דעם;

פון דעם וואָס דער תרגום שרייבט דעם לשון „יצטבע" דאָרט וואו עס רעדט זיך וועגן טבילה איז קיין ראי' ניט אַז „יצטבע" מיינט בלויז טבילה און ניט אויסוואַשן, ווייל מען קען זאָגן אַז „יצטבע" איז אַ לשון כללי (אַזוי ווי דער לשון כיבוס אין תורה) וואָס טראָגט אין זיך ביידע ענינים; סיי אויסוואַשן סיי טבילה. דעריבער מוז רש"י אָנקומען צו זיין ערשטער הוכחה „תרגום של כבוסין שבפרשה זו לשון ליבון ויתחוור חוץ מזה כו'" — אַז פון דעם וואָס דער תרגום איז דאָ משנה פון זיין לשון וועלכן ער נוצט אין דער פרשה ביי כיבוס לשון ליבון, איז קענטיק אַז דאָ מיינט ער טאַקע אַן אַנדער ענין.

אָבער אויך די ראי' איז ניט גענוג. ווייל עס קען זיין אַז זיין שינוי איז צוליב יופי המליצה. ווי מיר געפינען בכמה מקומות אַז ביים דערמאָנען דעם זעלבן ענין עטלעכע מאָל נאָכאַנאַנד, בייט מען דעם לשון צוליב יופי המליצה.

דעריבער איז רש"י מוסיף „וכן כל כבוסי בגדים שהן לטבילה מתורגמין ויצטבע", אַז דעם לשון ויצטבע נוצט דער תרגום יעדן מאָל (ניט סתם אויף טבילה, נאָר) צו מפרש זיין דעם וואָרט כיבוס וואָס רעדט וועגן בגדים. היינט וויבאַלד אַז אין אונזער פסוק באַנוצט זיך דער תרגום צו מפרש זיין דעם וואָרט וכובס וואָס רעדט וועגן אַ בגד מיטן וואָרט „ויצטבע" — האָט דאָך ניט קיין אָרט צו זאָגן אַז זיין שינוי הלשון פון „ויתחוור" (וועלכן ער נוצט בפרשה זו אויף ליבון) אויף „ויצטבע" איז בלויז צוליב יופי המליצה — וואָרום מען קען דאָך מיינען אַז זיין טעם השינוי איז ווייל דאָ מיינט ער טבילה (ופשיטא אַז צוליב יופי המליצה שרייבט מען ניט קיין לשון וואָס גיט אַ מקום לטעות). איז דאָך דערפון געדרונגען אַז מיט ויצטבע מיינט ער טאַקע טבילה.

ג. עד כאן איז בנוגע רש"י'ס הוכחה אַז דער תרגום מיט זיין פירוש „ויצטבע" מיינט טבילה. ס'איז אָבער ניט מובן;

א) וויבאַלד אַז דער פסוק זאָגט „וכבס שנית", מען זאָל כובס זיין דעם בגד אַ צווייטן מאָל, האָט דאָך לכאורה ניט קיין אָרט צו זאָגן אַז „וכובס" דאָ זאָל מיינען טבילה, דעם ערשטן מאָל האָט מען דעם בגד געוואַשן; וואָס וואַשן און טובל זיין זיינען צוויי באַזונדערע זאַכן — פּאַסט דאָך לכאורה ניט צו זאָגן ביי דער שפּעטערדיקער טבילה דעם אויסשפּראַך „שנית" בלויז דערפאַר וואָס אויך זי ווערט גערופן מיטן זעלבן לשון (כיבוס) ווי דער פריערדיקער ליבון. און וויבאַלד אַז אין פּסוק שטייט „וכבס שנית" דאַרף מען דאָך — ע"ד הפּשט — טייטשען אַז אויך דער צווייטער כיבוס מיינט ליבון. איז פאַרוואָס לערנט רש"י „וכובס — לשון טבילה"?

די קשיא איז נאָך שטאַרקער; פון דעם אַליין וואָס רש"י דאַרף אָנקומען94צו אַ ראי' פון תרגום אויף זיין פּירוש אַז „וכבס" דאָ איז לשון טבילה, איז קלאָר אַז רש"י אַליין נעמט אָן אָט דעם פּירוש ווי ניט קיין גלאַטיקן און אַז אין פּשטות וואָלט מען געדאַרפט בעסער לערנען אַז דער „וכבס" פון אונזער פּסוק איז לשון ליבון

[ופשוט אַז מען קען ניט זאָגן אַז רש"י דאַרף אָנקומען צו אַ ראי' פון תרגום בלויז צו באַווייזן אַז כיבוס קען מיינען אויך טבילה — ווייל אויב אַזוי וואָלט דאָך רש"י גלייך ביים ערשטן מאָל וואו דער פּירוש פון כיבוס איז טבילה געדאַרפט מפרש זיין אַז דאָס איז לשון טבילה און ברענגען דערצו אַ ראי' פון דעם תרגום ויצטבע]

טאָ פאַרוואָס לערנט טאַקע רש"י אַז וכבס דאָ מיינט טבילה ? רש"י איז דאָך ניט מחוייב צו לערנען ווי דער תרגום!

ב) רש"י שטעלט זיך אויף די ווערטער „וכבס שנית". ולכאורה, איז דאָך רש"י מפרש בלויז דעם וואָרט „וכבס" — וואָס איז ער אויך מעתיק דעם וואָרט „שנית", וולעכן ער איז ניט מפרש?

ד. בהשקפה ראשונה וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן די ביידע קשיות איינע מיט דער צווייטער; וויבאַלד דער פּסוק זאָגט „וכבס שנית" — מען זאָל אויסוואַשן דעם בגד אַ צווייטן מאָל — הייסט עס דאָך אַז מען האָט אים שוין געוואַשן, און דער בגד איז אַ ריינער. היינט וואָס איז דער צוועק פון וואַשן אים, וואָס ע"ד הפּשט איז וואַשן שייכות — וואו עס איז אַ פלעק וכיו"ב, אָבער טבילה — איז אַ דין פון טהרה, ווי שוין געלערנט פריער מערערע מאָל? דעריבער לערנט רש"י אַז מיט „וכבס שנית" ווערט געמיינט ניט וואַשן, נאָר טובל זייןד.

[דער אבן עזרא לערנט דאָ אַז „וכבס" מיינט וואַשן. און די קשיא — וואָס איז דער צוועק פון וואַשן דעם בגד אַ צווייטן מאָל בעת מען האָט אים שוין איין מאָל אויסגעוואַשן און ער איז ריין — באַוואָרנט ער: „מצוה לכבסו פעמים", דאָס הייסט, ס'איז אַ „מצוה" אויף וועלכער מיר ווייסן ניט קיין טעם. רש"י וויל אָבער ניט ע"ד הפּשט אָננעמען אַז דאָס איז אַ גזירת הכתוב, לערנט ער דערפאַר אַז „וכבס" מיינט טבילה].

און דעריבער איז רש"י מעתיק אויך דעם וואָרט „שנית", כאָטש ער איז אים ניט מפרש, ווייל דער וואָרט איז מכריח זיין פּירוש פון „וכבס".

אין אמת'ן אָבער, קען מען אַזוי ניט לערנען, ווייל די ראי' אַז וכבס מיינט ניט נאָכאַמאָל אויסוואַשן דעם בגד איז ניט פונעם וואָרט „שנית", נאָר פון דעם וואָס עס שטייט בפירוש פריער אין פּסוק „והבגד גו' אשר תכבס וסר מהם הנגע" — אַז דעם בגד האָט מען שוין אויסגעוואַשן און דער נגע האָט זיך פון אים אָפּגעטאָן (און ווי רש"י איז מוסיף; „סר ממנו הנגע לגמרי"). איז דאָך אַפילו ווען רש"י זאָל ניט מעתיק זיין95דעם וואָרט „שנית" וואָס שטייט נאָך וכובס, פאַרשטייט מען שוין אויך די שוועריקייט אינעם פּירוש וכובס לשון ליבון. דאַרף דאָך רש"י ניט מכריח זיין דעם פּירוש „וכובס — לשון טבילה" פונעם ווייטערדיקן וואָרט „שנית", בעת דער פּירוש איז מוכרח פון די פריערדיקע ווערטער.

ה. שוין גערעדט פיל מאָל, אַז בעת רש"י שטעלט זיך אויף כמה ווערטער כאָטש ער איז מפרש בלויז אַ טייל פון זיי — קען עס זיין אין צוויי אופנים ; אָדער אַז די אַראָפּגעבראַכטע ווערטער זיינען אַ ראי' און הכרח צו זיין פּירוש; אָדער אַז פון די ווערטער איז גאָר אַ קשיא אויף זיין פּירוש, און רש"י איז זיי מעתיק צו באַוואָרענען אַז אף על פּי כן לערנט ער ווי זיין פּירוש.

ועפּי"ז וואָלט מען געקענט זאָגן, אַז דאָס וואָס רש"י איז מעתיק אויך דעם וואָרט „שנית" איז (ניט ווייל פון דעם וואָרט איז אַ ראי' צו זיין פּירוש, נאָר אדרבה) ווייל פון דעם לשון „וכבס שנית" קוקט אויס לכאורה אַז מיטן צווייטן כיבוס ווערט געמיינט ליבון, אַזוי ווי מיטן ערשטן. און רש"י שטעלט זיך אויף „וכבס שנית" צו באַוואָרענען אַז כאָטש פון דעם לשון קוקט אויס אַז וכבס איז לשון ליבון, פונדעסטוועגן בין איך עס מפרש לשון טבילה, ווייל ס'איז שווער צו זאָגן אַז תורה זאָל הייסן וואַשן אַ בגד נאָך דעם ווי „וסר מהם הנגע".

. לויט דעם בלייבט אָבער שווער: לויטן פּירוש „וכובס לשון ליבון" איז בלויז ניט מובן דער טעם פון דעם דין — זיינען דאָך פאַראַן כמה וכמה דינים, בפרט אין פּרשת נגעים, וועלכע מיר ווייסן ניט זייער טעם; דאָקעגן לויטן פּירוש „וכובס לשון טבילה" איז שווער וואָס דער וואָרט „שנית" האָט לכאורה ניט קיין זין. טאָ ווי לערנט איין רש"י אַ פּירוש וואָס איז היפּך פון פּשטות לשון הכתוב בלויז צוליב דעם וואָס מיר האָבן ניט קיין הסברה פאַרוואָס מען זאָל דאַרפן וואַשן אַ ריינעם בגד אַ צווייטן מאָל?

די קשיא איז נאָך שטאַרקער; אין אַ פריערדיקן פּסוקה שטייט, אַז אויב במשך פון די זיבן טעג פונעם צווייטן הסגר איז דער נגע טונקל געוואָרן, דאַרף מען דעם מקום הנגע אויסרייסן און פאַרברענען. איז דאָך משמע דערפון, אַז מיטן בלויזן אויסרייסן דעם מקום הנגע בלייבט שוין דער איבעריקער טייל בגד טהורח. שטעלט זיך די קשיא; מה־דאָך אַז בעת דער כיבוס האָט ניט אַראָפּגענומען דעם נגע, ער איז בלויז טונקל געוואָרן, איז דער (איבעריקער טייל פון) בגד טהור, איז דאָך מכ"ש בעת „סר מהם הנגע" און ווי רש"י איז נאָך מדגיש לגמרי, דאַרף דאָך אַ ודאי דער בגד זיין גלייך טהור, איז פאַרוואָס הייסט דער פּסוק „וכבס שנית"?

96און די קשיא איז דוקא לויטן פּירוש „וכבס — לשון טבילה"; לויטן פּירוש „וכבס — לשון ליבון" איז ניטאָ קיין חומר ביי „וסר מהם הנגע" אויף „כהה הנגע", ווייל וואַשן דאַרף מען דאָך בלויז דעם טייל בגד „את אשר בו הנגע"ז. ובמילא קומט דאָך אויס אַז דער כללות הבגד דאַרף ניט האָבן קיין פּעולה און איז טהור אין ביידע פאַלן, און דער מקום הנגע איז אין פאַל פון „כהה" טאַקע האַרבער ווי אין פאַל פון „וסר"; בעת דער נגע איז (נאָר) טונקל געוואָרן, דאַרף מען דעם מקום הנגע אַרויסרייסן און פאַרברענען, און בעת „וסר מהם הנגע" דאַרף מען דעם אָרט בלויז וואַשןח. משא"כ לויטן פּירוש „וכבס לשון טבילה", וואָס עס מיינט טובל זיין דעם גאַנצן בגדט (וואָרום טבילה פּאַסט ניט אויף אַ חלק פון אַ זאַךי), קומט דאָך אויס אַז „וסר מהם הנגע" איז האַרבער ווי „כהה הנגע".

היינט וויבאַלד אַז דער דין פון „וכבס שנית" איז ניט מובן לויט ביידע פּירושים

[ואדרבה; די קשיא אויפן פּירוש „לשון טבילה" איז פיל שטאַרקער ווי די קשיא אויפן פּירוש „לשון ליבון". ווייל די שאלה וואָס איז דער צוועק פון וואַשן אַ ריינעם בגד איז בלויז אַן ענין וואָס מאָנט הסברה; אָבער די שאלה פאַרוואָס זאָל „וסר" זיין האַרבער פאַר „כהה" איז אַן ענין פון היפך השכל]

און פון דעם לשון „וכבס שנית" איז מוכח אַז דער צווייטער כיבוס איז פּונקט ווי דער ערשטער, האָט דאָך רש"י געדאַרפט לערנען אַז וכבס מיינט אויסוואַשן?

נאָר באמת איז רש"י'ס הכרח טאָקע פונעם לשון „וכבס שנית" — און רש"י מיט זיין מעתיק זיין אויך דעם וואָרט „שנית" מיינט צו ברענגען אַ ראי' צו זיין פּירוש — כמשי"ת להלן.

ז. דער טעם פון כיבוס הבגד נאָך דעם ווי „וסר מהם הנגע" קען מען לערנען אויף צוויי אופנים;

א) אין דעם כיבוס און אויסרייניקן דעם בגד אשר בו הנגע זיינען פאַראַן ספּעציעלע דינים. און דוקא דאַן ווען דאָס רייניקן איז לויט די אָנגעוויזענע דינים, זאָגט תורה אַז דער נגע האָט זיך אָפּגעטאָן פונעם בגד. ווען97מען רייניקט אים אָבער אויף אַן אַנדער אופן, ניט לויט די דיני התורה — כאָטש לעיני האדם זעט מען קיין נגע ניט — איז בנוגע דיני התורה בטומאת נגעים איז דער נגע נאָך פאַראַן.

און דעריבער, אין אונזער פאַל; וויבאַלד אַז „וסר מהם הנגע" איז געקומען דורך אַ כיבוס וואָס איז געטאָן געוואָרן צוליב מסגיר זיין דעם נגע (בכדי צו זען וואָס עס וועט זיין מיט אים אין זיבן טעג שפּעטעריא) און ניט בכדי מטהר זיין אים, איז (בדיני התורה) דער נגע נאָך פאַרבליבן. דאַרף דעריבער דער בגד האָבן אַ צווייטן כיבוס — אַזאַ וואָס ענינו איז צו מטהר זיין אים. ווייל דוקא דורך דעם כיבוס זאָגט תורה אַז דער נגע איז אַוועק פון בגד. — אַ דוגמא צו דעם פון טומאת נגעים אַליין; זייער טומאה וטהרה היינגט אָפּ פון דעם אַז דער פּהן זאָל זאָגן בפירוש: טהור, טהוריב.

(און דאָס קען מען אויך איינלערנען אין לשון הכתוב: „וכבס שנית וטהר", אַז דער „וטהר" באַציט זיך (ניט בלויז צום בגד, אַז דורכן כיבוס ווערט ער טהור, נאָר אויך) צום „וכובס", אַז דער כיבוס קומט צוליב מטהר זיין; דער פּסוק אַליין, הייסט עס, איז מסביר דעם אויפטו פון צווייטן כיבוס אויפן ערשטן — אַז זיין ענין איז וטהריג).

ב) וויבאַלד אַז דער אָרט וואו ס'איז געוואָרן דער נגע איז אַ חלק פון דעם בגד, איז די טומאה נתפּשט געוואָרן אין דעם גאַנצן בגד. און דערפאַר איז אויך ווען „וסר מהם הנגע" על פּי תורה, דאַרף מען דעם בגד כובס זיין, בכדי צו מטהר זיין אים פון די טומאה וואָס איז אין אים נתפּשט געוואָרן.

און דאָס וואָס אין פאַל פון „כהה הנגע" דאַרף מען ניט כובס זיין דעם בגד אַ צווייטן מאָל — איז עס מצד דעם ווייל בשעת „כהה הנגע" רייסט מען אויס דעם מקום הנגע פון דעם בגד, און דער כהן האָט נאָך ניט געזאָגט טמא און פון איצט אָן האָט דער מקום הנגע קיין שייכות ניט מיט'ן כללות הבגד.

ח. די נפקא מינה פון די צוויי אופנים בנוגע לפּועל איז;

לויטן ערשטן אופן, אַז דער „וכבס" איז בכדי אַרויסנעמען דעם נגע פון בגד, קען מען לערנעןיד אַז „וכבס" מיינט וואַשן. וואָרום פּונקט ווי אַ נגע וועלכן מיר זען פאַר די אויגן נעמט מען אים אַרויס דורך וואַשן, אַזוי איז אויך דאָס „רייניקן" און „אַרויסנעמען" דעם נגע וועלכן מיר זעען ניט פאַר די אויגן — דורך וואַשן.

לויטן צווייטן אופן אָבער, וואָס דער „וכבס" איז בכדי צו מטהר זיין דעם בגד פון זיין טומאה וועלכע איז אין אים נתפּשט געוואָרן פון דעם נגע, איז מוכרח אַז „וכבס" מיינט דאָ „טבילה". וואָרום וויבאַלד דער נגע גופא98איז שוין מער ניטאָ — „וסר", און דער „וכבס" איז בכדי צו מטהר זיין דעם בגד פון טומאה, איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז „וכבס" מיינט טבילה, ווי יעדער טומאה וואָס איר טהרה איז דוקא דורך טבילה.

ט. עפּי"ז וועט ווערן פאַרשטאַנדיק וואָס פון דעם לשון „וכבס שנית" איז רש"י מכריח אַז דער „וכבס" פון אונזער פּסוק איז לשון טבילה;

דער לשון „וכבס שנית" — מען זאָל כובס זיין דעם בגד אַ צווייטן מאָל באַווייזט דאָך קלאָר אַז אויך דער ערשטער כיבוס האָט אויפגעטאָן אַ געוויסע טהרה און דער אַנדער כיבוס קומט בהמשך צו דעם פריערדיקן, ער איז אַ צווייטער צום ערשטן. מוז מען דאָך במילא זאָגן אַז אין ביידן איז דער זעלבער אינהאַלט. ביידע, הייסט עס, קומען מטהר זיין דעם בגד. קען מען דאָך ניט לערנען אַז מיט „וכבס" ווערט געמיינט ליבון, ווייל לויט דעם פּירוש מוז מען דאָך זאָגן אַז דער ערשטער כיבוס האָט ניט אויפגעטאָן קיין שום טהרה אין בגד, נאָר ער איז געקומען בלויז צו מסגיר זיין אים — שטימט דאָך דאַן ניט דער לשון „וכבס שנית", וויבאַלד אַז די צוויי כיבוסים האָבן ניט קיין שום יחס צווישן זיך; דער פריערדיקער כיבוס קומט צו מסגיר זיין, און דער שפּעטערדיקער — צו מטהר זיין

[און כאָטש אַז ביידע מאָל איז די זעלבע פּעולה (ואדרבה: מצד דער פּראַקטישער זייט פון כיבוס פּאַסט לכאורה דער לשון „שנית" לויטן פּירוש „לשון ליבון" מער ווי לויטן פירוש „לשון טבילה", ווייל דוקא לויטן פּירוש „לשון ליבון" טוט מען ביידע מאָל די זעלבע פּעולה)

שטייט דאָך אָבער ניט אין פּסוק „וכבס עוד פּעם" — מען זאָל כובס זיין נאָך אַמאָל — נאָר „וכבס שנית", אַ צווייטן מאָל, און וויבאַלד אַז דער אַנדער כיבוס קומט ניט בהמשך צום פריערדיקן, קען ער ניט הייסן „שני", ער איז ניט קיין צווייטער צום ערשטן, ער איז אַן ענין בפני עצמו].

דעריבער איז מוכרח צו לערנען אַז אויך דער ערשטער כיבוס האָט שוין גע'פּועל'ט אַ געוויסע טהרה, נאָר אַזוי ווי אין דעם ערשטן כיבוס האָט נאָך עפּעס געפעלט, דאַרף מען כובס זיין אַ צווייטן מאָל בכדי צו פאַרענדיקן און משלים זיין די ערשטע טהרה; דער ערשטער כיבוס האָט אַרויסגענומען דעם נגע פון בגד און דורך דעם מטהר געווען אים פון דער טומאת נגע גופא, און נאָך דעם ווי די טומאת נגע גופא האָט זיך שוין אָפּגעטאָן לגמרי פונעם בגד דורך זיין ערשטן כיבוסיח, קומט דער צווייטער כיבוס צו מטהר זיין אים אויך פון99די טומאה וואָס איז נתפּשט געוואָרן פון דעם נגעי.

יו"ד. אין פּירש"י איז דאָך פאַראַן אויך „יינה של תורה"27) —

נגעים קומען (בעיקר) צוליב דעם חטא פון לשון הרעיח. און וויבאַלד אַז לה"ר איז אַ חטא כללי, ווי דער רמב"םיט זאָגט אַז לה"ר בריינגט צו די ערגסטע זאַכן ביז צו „לדבר באלקים וכופרין בעיקר", איז מובן אַז אין די דיני הטהרה פון נגעים זיינען אָנגעוויזן די דרכי ואופני התשובה (ניט בלויז אויף דעם חטא אַלייןכ, נאָר אויך) אויף כללות כל החטאים;

אַזוי ווי בעת עס ווערט אַ נגע אין אַ בגד, איז אויך נאָך דעם ווי מען האָט אים כובס געווען און דער כיבוס האָט אַרויסגענומען פון אים דעם נגע, דאַרף מען אים כובס זיין אַ צווייטן מאָל — אַזוי אויך בעת אַ איד טוט אַ חטא, איז אויך לאחרי וואָס ער טוט תשובה און עס ווערט אים נמחל לגמרי דער חטא, דאַרף ער נאָך אָנקומען צו (אַ קרבן עולה, און בזמן הגלות — צו) תעניתים, ער זאָל ווערן „מרוצה וחביב לפניו ית' כקודם החטא"כב.

קען מען דאָך מיינען, אַז וויבאַלד ער דאַרף נאָך אָנקומען צו תעניתים איז אַ ראי' אַז ס'איז נאָך פאַרבליבן אין אים דער חטא — גיט רש"י אַרויס אַ הוראה, אַז אויך דורכ'ן ערשטן כיבוס איז „סר ממנו הנגע לגמרי" (און ווי דער אַלטער רבי זאָגטכא „שנמחל לו לגמרי"), און דאָס וואָס עס איז נאָך ניט „מרוצה וחביב לפניו ית' כקודם החטא" איז עס בלויז מצד דעם וואָס ס'איז פאַרבליבן אַ געוויסע ווירקונג וואָס דער חטא האָט גורם געווען — דער חטא גופא אָבער איז שוין אָפּגעווישט געוואָרן.

און דעריבער איז כאָטש אַז עס דאַרף זיין „כל ימיו בתשובה"כב, וויבאַלד אָבער אַז דער חטא איז שוין אָפּגעווישט געוואָרן דורך תשובה תתאה, דאַרף זיין תשובה באַשטיין ניט אין כיבוס החטא — כיבוס לשון ליבון, נאָר אין טבילה „במי הדעת הטהור"כג. ווי עס שטייט אין תניאכד אַז די תשובה וואָס דאַרף זיין „כל ימיו" איז תשובה עילאה, וואָס ענינה איזכה — „דיתעסק באורייתא כו'".

(משיחת ש"פ תזריע, תשכ"ה)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-37g9et9h

עותקים

פעילות אחרונה

#123 Likkutei Sichos vol 7: machine reading · אושרה

מקורות