English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ומכתבים ז

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

435חג הפסח

ב"ה, עש"ק, שבת הגדול ה'תשל"ט

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה !

אַזוי ווי דער חודש ניסן, ווי אויך זיין צענטראַלער ענין, דער יום־טוב פסח, חג המצות, זיינען „ערשטע" — דער חודש ניסן איז ראשון הוא לכם לחדשי השנה (דער ערשטער פון די חדשים פון יאָר), און פסח איז דער ערשטער פון אַלע ימים־טובים — איז פאַרשטאַנדיק, אַז ביידע אַנטהאַלטן מערערע און מער־אומפּאַסנדע אָנווייזונגען ווי אַנדערע ספּעציעלע טעג פון יאָר, ווי דאָס ווערט אויך אונטערשטראָכן דערמיט וואָס פיל מאָמענטן אין אידישן לעבן זיינען פאַרבונדן און ווערן ערקלערט אַלס זכר ליציאת מצרים.

איינער פון די גרונטאַדייטונגען פון דעם יום־טוב פסח איז וואָס ער ווערט פאַרעכנט אַלס געבורטסטאָג פון אידישן פאָלק; במילא איז דאָס פאַרבונדן אויך מיט יעדן איינעם בפרט אַלס טייל פון דעם פאָלק.

בכלל, איז דאָך דער לעבן פון יעדן מענטשן אַ צוויי־זייטיקער: אַלס אַ יחיד און אַלס אַ טייל פון זיין פאָלק, מדינה, שטאָט, סביבה און קהילה. און כאָטש אויפן ערשטן אויגנבליק זיינען דאָס צוויי קעגנגעזעצטע עקסטרעמען, איז אָבער דער מענטשלעכער לעבן אַזוי אויסגעשטעלט אַז ביידע אספּעקטן — דער „פרט" און דער „כלל" אין מענטשלעכן לעבן — פאַרנעמען אַן אָרט זייט־באַ־זייט אין אַ מער אָדער ווייניקער האַרמאָנישן צוזאַמענזיין, און די שטרעבונג און דער ציל איז אַז זיי זאָלן דערגענצן איינע די צווייטע ביז צו ווערן איין זאַך, אַן איינהייט.

באַ אידן, וואָס פון זיי ווערט פאַרלאַנגט און ערוואַרטעט שלימות, גאַנצקייט און פולקאָמענהייט, אין אַלע ענינים, ווערט די שטרעבונג, אַן עיקר און אַ יסוד.

436די דערמאָנטע צוויי אַספּעקטן ווערן אויך אָפּגעשפּיגלט אין דעם קרבן־פסח, וואָס איז אָנגעזאָגט געוואָרן צו די אידן אין מצרים באַ דעם אָנהויב פון חודש הגאולה, ראש־חודש ניסן, אַלס אַן עיקר צוגרייטונג צו יציאת־מצרים,

אין קרבנות זיינען פאַראַן קרבנות־יחיד און קרבנות־ציבור, דאָס הייסט, קרבנות פון אַ יחיד אַלס יחיד, און קרבנות פון דעם צוזאַמענקלייבן (ציבור) פון אַ סך יחידים, וואו יעדער יחיד איז אַ טייל פון דעם ציבור, דער יחיד איז פאַרטראָטן אין אים דורך זיין פּערזענלעכע ביישטייערונג צו דער יערלעכער געלט־זאַמלונג פאַר דעם צוועק.

געפינען מיר, אַז אין קרבן־פסח פאַראייניקן זיך ביידע אַספּעקטן, וואָרום ער איז גלייכצייטיק אי אַ קרבן־יחיד און אי אַ מעין פון אַ קרבן־ציבור, באַ בכנופיא (אַ צוזאַמענקלייב פון אַ סך), און אין ביידע הינזיכטן נאָך מיט מער הדגשה, וואָס מ'געפינט ניט ביי אַנדערע קרבנות:

אַלס קרן־יחיד איז דער קרבן־פסח געווען אויסגעטיילט און באַשטימט בלויז פאַר די „מנויים" — די ספּעציעל „געציילטע" יחידים, וועלכע האָבן זיך פאַראייניגט אין איין איינהייט צו ברענגען און עסן דעם קרבן־פסח, און אַנדערע האָבן ניט און טאָרן ניט האָבן אין אים קיין חלק, בשעת אין פאַל פון אַנדערע קרבנות־יחיד (ווי שלמים, אד"ג) האָט מען געקענט צוציען צום עסן וועמען מ'האָט געוואָלט.

פון דער אַנדער זייט, איז דער קרבן־פסח געווען אויך אַ מעין פון אַ קרבןציבור, ציבור אין דעם פולסטן זין, וואָרום אַלע אידן האָבן אים געדאַרפט ברענגען אין דער זעלבער צייט און אופן; און דערצו נאָך מיט דער הדגשה, אַז ניט ווי ביי אַנדערע קרבנות־ציבור, ווען דער ציבור איז געווען פאַרטראָטן דורך שלוחים־פארשטייער, די אנשי־מעמד, האָט מען אָבער דעם קרבן־פסח געבראַכט בכנופיא, אַזוי437אַז דער ציבור איז געווען דערביי פּערזענלעך, און דערנאָך אַזוי ביים עסן, אַלע האָבן געדאַרפט עסן פון קרבן־פסח, אין דער זעלבער צייט און אופן (צלי אש) וכו' — וואָס מ'געפינט ניט באַ קיין אַנדער קרבן־ציבור

אין קרבןפסח גופא איז פאַראַן נאָך אַ נקודה, וואָס האָט אויך אַן אָנדייטונג אויף דער צוזאַמענגעבונדנקייט פון דעם יחיד מיטן ציבור, און דאָס איז וואָס דער קרבן־פסח האָט געדאַרפט צוגעגרייט ווערן ראשו על כרעיו ועל קרבו (זיין קאָפּ מיט זיינע קני און מיט זיין אינגעווייד). דער אונטערשייד און דער מרחק צווישן קאָפּ און די קני וכו' איז פאַרשטאַנדיק, און דאָך האָט זיך געפאָדערט, אַז אַלע באַשטאַנדטיילן זאָלן זיין צוגעגרייט צוזאַמען און אויפן זעלבן אופן. די הוראה דערפון איז, אַז כאָטש אין אַ ציבור זיינען פאַראַן פאַרשידענע ביז אויך גאָר ווייטע מדריגות פון יחידים, פון דער מדריגה פון „ראש" ביז דער מדריגה פון „רגל", מוזן זיי אָבער אַלע זיין צוזאַמען צו שאַפן אַ ציבור, און אויך בייטראָגן, יעדער איינער זיין פולן חלק, צום ציבור.

ווי דערגרייכט מען די פאַראיינציקונג פון אַ יחיד מיט אַ יחיד, און פון אַ יחיד מיטן כלל ? איז דאָס אויך אָנגעדייטעט אין דעם (נאָמען) „פסח", וואָס איינע פון די אָפּטייטשונגען דערפון איז „אַריבערשפּרינגען", דאָס הייסט אויך — אַריבערשפּרינגען די פאַרשידענע מחיצות צווישן איין אידן און אַ צווייטן, און צווישן דעם יחיד און דעם ציבור, ביז אַלע ווערן פאַראיינציקט אין דער קומה אחת שלימה פון אידישן פאָלק;

וואָס דערצו פאָדערט זיך, קודם כל, אַריבערצושפּרינגען די באַגרענצונגען פון אייגענעם שכל און געפיל, און אויפהויבן זיך איבער אַלע שטערונגען און צוימונגען, אינערלעכע און אויסערלעכע, ביז צו דערגרייכן די פולסטע גייסטיקע באַפרייאונג: די באַפרייאונג פון דעם עצם מהות פון אַ אידן — זיין „פּינטעלע איד", ווי דאָס ווערט אָפט באַצייכנט; און אַזוי אַרום פאַרבינדט זיך אַ איד מיט זיין שורש און מקור, און מיט אַ צווייטן אידן און מיט אַלע אידן —

וואָס דאָס איז, ווי באַוואוסט, דער ענין פון „יציאת־מצרים" אין רוחניות.

438אין פּראַקטישע טערמינען מיינט דאָס, אַז יעדן אידן זיינען געגעבן געוואָרן די כחות, און מ'דערוואַרט פון אים, אַז ער זאָל זיך אויפהויבן איבער זיינע ענגע פּערזענלעכע אינטערעסן לטובת די אינטערעסן פון דעם ציבור אידן אַרום אים, פון זיין גאַנצע קהילה, פון כלל ישראל. פון דער אַנדער זייט, שטעלט זיך איין דער ציבור, ביז — דער גאַנצער כלל ישראל פאַר יעדן פרט, אַז קיין איין איינציקער איד זאָל ניט פאַרלאָרן גיין ח"ו, און דער יחיד און דער ציבור טוען אַלעס מעגליכס אויף אַרויסנעמען יעדן און אַלעמען פון זייער „מצרים", אין וואָס פאַר אַ פאָרם דאָס זאָל ניט זיין. און די גאולה פון כלל איז אָפּהענגיק פון דער גאולה פון יחיד אַלס יחיד.

אונזערע חכמים ז"ל דערקלערן, אַז די גאולה פון איצטיקן גלות וועט זיין אין דעם אופן פון דער גאולה פון מצרים, ווען אַלע אידן — בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, יונג און אַלט, אַן אויסנאַם — זיינען אַרויס פון מצרים, קיין איין איינציקער איד איז דאָרט ניט פאַרבליבן; ניט ווי אין די גאולות פון בבל, פרס ומדי, יון — ווען עס זיינען פאַרבליבן אידן אין גלות. אין דער גאולה העתידה דורך משיח צדקנו וועט זיין כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות (ווי אין די טעג פון דיין אַרויסגיין פון לאַנד מצרים וועל איך אים ווייזן וואונדער) — אַז קיין איד וועט ניט פאַרבלייבן אין גלות. און דאָס אונטערשטרייכט ווידעראַמאָל, אַז די גאולה פון כלל ישראל איז פאַרבונדן מיט דער גאולה פון דעם יחיד.

ויהי רצון, אַז אַזוי ווי ס'איז די העכסטע צייט צו גרייטן זיך צו דער אמת'ער און ענדגילטיקער גאולה, זאָל יעדער איינער און איינע טאָן אין דעם אין דער פולסטער מאָס, וואָס דער ערשטער שריט אין דעם איז, ווי ביים ערשטן קרבן־פסח, אין מצרים: משכו וקחו — צוריקציען זיך און אָפּשיידן זיך פון עבודה־זרה, אויך אין דעם אינערלעכן זין פון „עבודה זרה", וואָס דאָס איז יעדע זאַך וואָס איז פרעמד דעם גייסט און דרך פון תורה־אידישקייט, און טאָן אין דער ריכטונג סיי בנוגע זיך אַליין און סיי בנוגע דעם אַרום, ביז צום גאַנצן אַרום, דעם ציבור, צו אַרויסהעלפן439יעדן אידן וואָס מ'קען נאָר דערגרייכן און אַריינציען אים אין דער אויבנדערמאָנטער צוגרייטונג צו דער גאולה, דורך תורה ומצוות, וואָס ויקם עדות ביעקב ותורה שם בישראל (דער אויבערשטער האָט אויפגעשטעלט אַן עדות — מצוות — און תורה צו אידן, אין אידן), און זיין זיכער אין דער הצלחה אין דעם אַלעם — געדיינקענדיק מקדם פלאך (די וואונדער וואָס דער אויבערשטער האָט געטאָן פריער — בימי צאתך מארץ מצרים), געדיינקען אין אַן אופן פון והגיתי בכל פעלך ובעלילותיך אשיחה (טראַכטן און אַריינטראַכטן אין דיינע טוענגען און רעדן אין זיי),

און דאָס אַלעס זאָל און וועט נאָך מער צואיילן קבלת פני משיח צדקנו, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, בגאולה האמיתית והשלימה.

א ח שר ש א א440ב"ה, ראש חודש ניסן, חודש הגאולה,

יום ג' פ' ויקרא, יום שהוכפל בו כי טוב,

ה'תש"מ. ברוקלין, נ. י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די צענטראַלע נקודה פון גאולת מצרים, בהוציאך את העם ממצרים, איז דאָך ווי די פאָרטזעצונג אין פסוק — תעבדון את האלקים על ההר הזה, כדי צו דינען דעם אויבערשטן אין אַן אופן פון פולשטענדיקער חירות, דורך מקבל זיין תורה מסיני און לערנען זי און מקיים זיין די מצוות בפועל, וואָרום מעשה הוא העיקר. צוזאַמען דערמיט ווירקט יעדע עשי' על פי תורה — אויף דעם מהלך הנפש פון דעם לומד תורה ומקיים המצוות, און איידלט אים אויס סיי אין שכל און סיי אין מדות, ווי441דער רמב"ם — דער מורה הנבוכים פון זיין דור און פון אַלע שפּעטערדיקע דורות — איז דאָס מדגיש אין מערערע ערטער.

פאַרשטייט זיך, אַז וויבאַלד יעדער מצוה און אַלע מצוות זיינען געגעבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן וואָס איז איןסוף, זיינען די הוראות און השפעות פון יעדער מצוה און פון יעדן ענין אין תורה אויך איןסופי'דיקע. און וואָס מער כללות'דיק און אומפּאַסנד די מצוה איז, אַלץ טיפער און ברייטער און מער פאַרשידנאַרטיק זיינען די ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דער מצוה.

צו די הוראות פון דער מצוה אַליין קומט אויך צו די הוראה וואָס מ'לערנט אָפּ פון דער קביעות אין דער וואָך ווען די מצוה ווערט צייטיג, וואָס ענדערט זיך פון יאָר צו יאָר. און כאָטש די כלליות'דיקע הוראה איז אַלעמאָל אין דער גאַנצער שטאַרקייט, קומט די ספּעציעלע קביעות פון דער מצוה — און אונטערשטרייכט ספּעציעלע ענינים פון דער מצוה אין אַ נאָך שטאַרקערן און מער בולט'ן אופן.

אויב דאָס אויבנגעזאָגטע איז שייך צו יעדער מצוה און ענין אין תורה, על אחת כמה וכמה — בנוגע צו אַזאַ כללות'דיקן ענין ווי יציאת מצרים, וואָס מיר דערמאָנען עס יעדן טאָג, צוויי מאָל אַ טאָג אין דאַוונען, און אין די טעג פון פסח — אין אַ ספּעציעל בולט'ן אופן, וואָס באַלעבט דערנאָך יעדן טאָג פון יאָר.

יי־יאָר הויבט זיך אָן פסח, די קביעות פון ערשטן טאָג פסח, ווי אויך פון ראשחודש, פון דעם ערשטן טאָג פון דעם חודש, וואָס איז חודש הגאולה, אין דעם דריטן טאָג פון דער וואָך, יום השלישי שהוכפל בו כי טוב — דער טאָג וואָס דער אויבערשטער האָט באַצייכנט מיט צוויי מאָל טוב: טוב לשמים וטוב לבריות („גוט צו ג־ט און גוט צו לייטן"). איז איינע פון די כללות'דיקע הוראות דערפון, אַז היינטיקס יאָר דאַרף דער חודש ובפרט — פסח, זמן חירותינו, אַריינברענגען אַ גרעסערע חיות442און הוספה אין ביידע קוים פון בין אדם למקום און בין אדם לחבירו אין דער עבודה פון יעדן טאָג פון יאָר.

אַן אינערלעכע נקודה אין טוב לשמים וטוב לבריות איז — וואָס דורכדעם ווערט אַ פאַראיינציקונג אין דעם שטאַרקסטן אופן צווישן צוויי קעגנגעשטעלטע זאַכן: צווישן דעם בורא (שמים) און דעם נברא (בריות), און צווישן די נבראים גופא, וואָס יעדער יחיד האָט זיין באַזונדערן רצון און באַזונדערע אינטערעסן, און דורך דעם טוב לבריות ווערט אַ שלום און אחדות צווישן זיי, ביז צום פולסטן אינהאַלט פון שלום, אַז עס קומט־צו שלימות באַ ביידע צדדים.

דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס עס האָט זיך גערעדט וועגן טוב לשמים וטוב לבריות איז ניט אַז זיי בלייבן באַזונדערע זאַכן, נאָר זיי ווערן (ווי) איין זאַך, ווי דער אַלטער רבי זאָגט, אַז ואהבת לרעך כמוך איז אַ כלי צו ואהבת את ה' אלקיך,

אפילו ווען עס ווייזט זיך אויס אויפן ערשטן בליק אַז דאָס איז נאָר אַן ענין פון טוב לשמים, וויבאַלד אָבער אַז דאָס קומט פון ואהבת את ה' אלקיך, מוז זיך דאָס אויסדריקן אין קיום מצוותיו, און אין אַ חיות גדול אין מקיים זיין דעם כלל גדול בתורה ואהבת לרעך כמוך — טוב לבריות.

און אומגעקערט, וויבאַלד אַז די מצוות לייטערן און איידעלן אויס דעם מענטשן, זיין מהלך הנפש, שכל און מדות, ווי אויבנדערמאָנט, קען מען דערגרייכן דורך זיי די העכסטע מדריגה פון ואהבת את ה' אלקיך — טוב לשמים — בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך, ווייל זיי (די כוחות הנפש זיינע) זיינען אויסגעלייטערט געווארן און ציען זיך צו רוחניות און ג־טלעכקייט.

און דאָס איז אויך איינע פון די גרונט־הוראות פון יציאת מצרים, וואָס דער צוועק דערפון איז געווען מתן תורה, ווי דאָס איז אויך מרומז אין די ערשטע פון עשרת הדברות: אנכי ה' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים.

אין איינפאַכע ווערטער: נאָכדעם ווי אידן האָבן זיך געפונען דורות לאַנג אין מצרים, אין אַ צושטאַנד פון עבדים לפרעה, ניט נאָר פיזיש נאָר אויך גייסטיק —443האָט מען זיך איבערגעשטעלט מן הקצה אל הקצה צו דערגרייכן אמת'ע חירות, און ניט נאָר וואָס מ'האָט אָפּגעוואָרפן די אלקים אחרים פון מצרים און דעם גאַנצן מצרישן געדאַנקען גאַנג, נאָר מ'האָט אויך מקדיש געווען אַלע כחות און דעם רכוש גדול וואָס מ'האָט אַרויסגעפירט פון מצרים צו בויען דעם משכן לו ית', וואָס האָט געמאַכט שלום צווישן דער גאַנצער בריאה און דעם בורא, ביז ושכנתי בתוכם — אַ דירה לו ית' בתחתונים.

ויהי רצון, אַז יעדער איינער פון אונז בתוך כלל ישראל זאָל האָבן אַ כשר'ן און פריילעכן פסח — וואָס אויך אין דעם אויסדרוק שפּיגלט זיך אָפּ דער טוב לשמים (כשר'ן פסח) און טוב לבריות (פריילעכן פסח), וואָרום כדי די שמחה פון יום טוב זאָל זיין אַ פולשטענדיקע דאַרף מען באַזאָרגן און דערפרייען דעם כל דכפין און כל דצריך.

און דורכדעם וואָס מ'וועט מקיים זיין אהבת ישראל אין דער פולסטער מאָס וועט דאָס מבטל זיין די סיבה פון איצטיקן גלות און מ'וועט זוכה זיין צו דעם קיום פון דער ג־טלעכער הבטחה ווי כימי צאתך מארץ מצרים — ויביאם אל גבול קדשו גו' ויבן כמו רמים מקדשו גו' (ט וועט ברענגען דעם גאַנצן אידישן פאָלק אין זיין הייליק לאַנד; ער וועט אויפבויען זיין בית המקדש ווי די הימלען), און ואנחנו עמך וצאן מרעיתך נודה לך לעולם (און מיר, וואָס זיינען דיין פאָלק און די שאָף פון דיין פיטערונג, וועלן מיר דיר לויבן אַלעמאָל), וואָרום עס וועט זיין אַ גאולה שאין אחרי' גלות — אַ גאולה אויף אַלעמאָל — גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו ובקרוב ממש.

ר

אָפּגעוואַרפן די אלקים אחרים: וכמ"ש משכו וקחו לכם — משכו ידיכם מע"ז (באַ יב, כא ובמכילתא עה"פ).

רכוש גדול . . אַרויסגעפירט פון מצרים: לך טו, יד — וראה בכורות ה, ב. תנחומא בשלח כה. פרש"י עה"פ בא יג, יג.

משכן . . האָט געמאַכט שלום צווישן . . בריאה און . . בורא: ראה במדב"ר רפי"ב: עכשיו שנעשה המשכן . . שלום ביני ובין בני. ובפס"ר פ"ה, יא מוסיף: נעשה שלום בעולם.

ושכנתי בתוכם: תרומה כה, ח. וראה של"ה סט, א. רא, א. שכה, ב. שכו, ב.

די שמחה . . אַ פולשטענדיקע: ויתרה מזו ראה רמב"ם הל' יו"ט פ"ו הי"ח. שו"ע אדה"ז שם סתקכ"ט סי"א.

כל דכפין . . דצריך: שהתחילו לדרוש וללמוד (שיעשו) בזה („מעות חטים") שלושים יום לפני החג (שו"ע אדה"ז הל' פסח סתכ"ט ס"ג), ובפרט מר"ח ניסן (רשב"ג בפסחים ו, רע"ב. ואלו ואלו דא"ח. וראה ד"ה החודש הזה תרכ"ו, פ"ד). ומכריזים עד"ז עוה"פ בתחילת אמירת ההגדה.

די סיבה פון איצטיקן גלות: יומא ט, ב. וראה לקו"ת מטות ד"ה החלצו, ובכ"מ.

כימי צאתך מארץ מצרים: מיכה ז, טו. ואדרבא אראנו נפלאות עוד יותר (ראה ש' האמונה פט"ז ואילך. רשימות הצ"צ עה"פ ממדרז"ל ומפע"ח).

ויביאם . . מקדשו: תהלים עח, נד. שם, סט.

ואנחנו עמך . . לעולם: שם עט, יג.

גאולה שאין אחרי' גלות: ראה תוד"ה ה"ג ונאמר — פסחים קטז, ב.444ב"ה, י"א ניסן,

ערב שבת פ' צו, שבת הגדול,

ה'תש"מ. ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

בהמשך צום בריוו פון ראש חודש ניסן, אין וועלכן עס האָט זיך גערעדט וועגן דער ספּעציעלער הדגשה פון היינטיקן פסח אויף דעם ענין פון טוב לשמים וטוב לבריות — אין צוזאַמענהאַנג דערמיט וואָס דער טאָג פון יציאת מצרים, וועלכער איז די התחלה פון דעם יום טוב, ווי אויך דער טאָג פון ראש חודש, וועלכער איז די התחלה פון דעם גאַנצן חודש הגאולה, איז, לויט דער קביעות פון היינטיקן יאָר, אין דעם דריטן טאָג פון דער וואָך, יום שהוכפל בו כי טוב,

וועט מען זיך דאָ אָפּשטעלן אויף אַ ווייטערדיקע נקודה אין דעם ענין:

בכלל, כאָטש די בריאה איז באַשאַפן געוואָרן איינגעטיילט אין די „פיר וועלטן" פון דומם, צומח, חי* און מדבר, און יעדער פון זיי אין פאַרשידענע סוגים, און יעדער סוג אין פאַרשידענע מינים, און יעדער מין אין אַ ריבוי פרטים, און יעדער פרט איז באַשאַפן געוואָרן בצביונו (אין זיין געשטאַלט) — און עס איז שווער צו געפינען צוויי פרטים וואָס זיינען פולשטענדיק גלייך אין אַלע הינזיכטן. און בנוגע צום עולם445המדבר איז עס אונטערשטראָכן אַז דער אויבערשטער האָט באַשאַפן און „געשטעמפּלט" יעדן מענטשן און אַלע מענטשן אין דעם חותם פון אדם הראשון, אָבער צוזאַמען דערמיט זיינען ניטאָ צוויי מענטשן אין דער וועלט וואָס זאָלן זיין פולשטענדיק גלייך אין זייער אויסזען, זייערע געדאַנקען א.ז.וו.

אַזוי אויך בנוגע — זמן, וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן און איינגעטיילט אין טעג, וואָכן, חדשים און יאָרן, איז יעדער טאָג, וואָך, חודש און יאָר האָט זיינע ספּעציעלע אייגנשאַפטן און (במילא) ספּעציעלע אויפגאַבן, בלשון חז"ל „כל יומא ויומא עביד עבידתי'",

איז איינע פון די גרונט־כוונות פון די אַלע שינויים אין וועלט אשר ברא אלקים, וואָס דער אויבערשטער האָט עס אַזוי דוקא באַשאַפן, איז עס כדי — ווי די תורה, תורת־אמת, האָט מגלה געווען — לעשות — לתקן: כדי דער מענטש זאָל לערנען פון די שינויים אין דער וועלט אַרום אים, ווי צו מתקן זיין זיי (אויסבעסערן) בכל יומא ויומא, דורך זיין טאג־טעגלעכער הנהגה לויט דעם רצון פון דעם בורא, און דורך דעם ברענגען אַ תיקון אין דער גאַנצער בריאה, אַרויסברענגענדיק די אינערלעכע אחדות פון דעם גאַנצן וועלט־באַשאַף און פאַרווירקלעכן די כוונה פון באַשעפער, לעשות לו ית' דירה בתחתונים, וועלכער איז אחדות הפשוטה.

די ספּעציעלע נקודה אין וועלכער דער היינטיקער יאָר טיילט זיך אויס פון אַנדערע יאָרן — ווי דאָס איז אַרומגערעדט געוואָרן באריכות אין די בריוו צום אָנהויב פון היינטיקן יאָר, ה'תש"מ — איז וואָס דער יאָר איז די התחלה זיינע, ראש446השנה, געווען ביום השבת, און דער גאַנצער יאָר איז אַ שנת השבע שנת השמיטה, שבת לה', אַ שבת'דיקער יאָר.

איז, בהמשך צו דעם ענין וואָס איז אַרויסגעבראַכט געוואָרן (אין דעם בריוו פון ראש חודש ניסן) בנוגע דער פאַראיינציקונג פון טוב לשמים און טוב לבריות, זעט מען אַז דער ענין ווערט אונטערשטראָכן, ואדרבא, נאָך מער אין דעם בשותפות'דיקן אינהאַלט פון דעם שבת'דיקן טאָג און שבת'דיקן יאָר:

אין דעם טאָג פון שבת ווערט אַ איד אויפגעפאָדערט, אַז די מנוחה פון אַלע מלאכות זאָל אויסגענוצט ווערן צו פאַרטיפן זיך און פאַרשטאַרקן דעם צוזאַמענבונד מיט דעם אויבערשטן, דורך אָפּגעבן די „באַפרייטע" צייט אויף מער תורה און מער תפלה, סיי בכמות און סיי באיכות — טוב לשמים. גלייכצייטיק ווערט געפאָדערט תשבות למען ינוח שורך וחמורך וינפש בן אמתך והגר — „דו זאָלסט רוען כדי עס זאָל רוען דיין אָקס (בהמה טהורה) און דיין אייזל (בהמה אינה טהורה), און אויסרוען זיך זאָל דער זון פון דיין דינסט און דער פרעמדער" — טוב לבריות.

אַזוי אויך אין דעם שבת'דיקן יאָר, ווען אַ איד איז באַפרייט געוואָרן פון זיין הויפּט פרנסה באַשעפטיקונג — וואָס אין שנים כתיקונם, בשעת אידן זיינען געזעסן אויף זייער לאַנד, איש תחת גפנו ותחת תאנתו, איז די הויפּט פרנסה געווען פון פעלד און פרוכטגאָרטן, האָט די באַפרייטע צייט געדאַרפט אויסגענוצט ווערן אין ענינים פון שבת לה', ווי אויבנגעזאָגט — טוב לשמים. און צוזאַמען דערמיט האָט ער דעם גאַנצן יאָר מפקיר געווען זיינע פעלדער און פרוכטגערטנער כדי ואכלו אביוני עמך ויתרם תאכל חית השדה, „די אָרעמע פון דיין פאָלק זאָלן עס עסן, און447וואָס ס'בלייבט איבער זאָל עסן די חי' פון פעלד"; ער באַפרייט אויך דעם בעל־חוב פון זיין חוב — טוב לבריות אין אַלע פרטים.

ענליך ווי באַ יציאת מצרים — זיינען אַלע אידן אַרויס מעבדות לחירות, און צידה לא עשו להם (שפּייז האָבן זיי ניט צוגעגרייט) און דער אויבערשטער האָט זיי געשפּייזט ביז זיי זיינען אַריין אין דער ארץ טובה ורחבה.

אויך אין דעם שפּיגלט זיך אָפּ דער בשותפות'דיקער אינהאַלט פון דעם שבת'דיקן טאָג און שבת'דיקן יאָר מיט דעם יום טוב פסח, זמן חירותינו, וואָס אַלע דריי — יעדערער באַזונדער און אַלע צוזאַמען — האָבן דעם צוועק איינצוקריצן אין אונזערע הערצער און אין אונזער געדאַנק דעם ענין פון חידוש העולם: אַז דער אויבערשטער האָט באַשאַפן הימל און ערד און אַלץ אין זיי אין זעקס טעג, און ער איז דער בעל־הבית פון דער וועלט. און פּונקט ווי יעדער טאָג פון דער וואָך — יום ראשון בשבת, יום שני בשבת, א.ז.וו. — ועל אחת כמה וכמה דער טאָג פון שבתקודש גופא, דערמאָנען אונז, דער זכור ושמור, דעם דאַזיקן יסוד היסודות ועמוד החכמות, אַזוי אויך יעדער יאָר פון שמיטה, ועל אחת כמה וכמה שנת השבע שבת448לה', פאַרפעסטיקט אין אונז די אמונה אַז דער באַשעפער פון דער וועלט איז דער בעל־הבית פון דער וועלט, און אַז אַלע פירות וואָס די ערד גיט אַרויס פון יאָר צו יאָר, איז דאָס ניט מיט איר אייגענעם כח, נאָר מיט דעם כח פון דעם וואָס ער איז מחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית, און אַזוי אויך יעדע פרנסה — איז זי ניט דורך כחי ועוצם ידי, נאָר דער אויבערשטער איז דער זן את העולם כולו בטובו.

און דאָס אַלעס פלאַנצט איין אין אַ אידן, אין דער שטאַרקסטער מאָס, ביידע זאַכן: זיין אמונה און פאַרבונד מיט'ן בורא עולם ומנהיגו, און זיין טאָן אַלעס מעגלעכע אַז אַלע אַרום אים זאָלן זיין אין אַ מצב פון אמת'ן חירות (באַפרייט פון אַלע דאגות) און מנוחה — אין דער העכסטער און פולסטער מאָס פון טוב לשמים וטוב לבריות צוזאַמען.

און פון חג המצות, זמן חירותינו, גייט מען — ציילענדיק, מיט בענקשאַפט, די טעג — צו דעם געוואונטשטן טאָג פון דער אמת'ער שלימות פון חירות, זמן מתן תורתנו, אָנהויבנדיק פון די עשרת הדברות, פון אנכי ה' אלקיך ביז לא תחמוד . . כל אשר לרעך — טוב לשמים וטוב לבריות — און דאָס אַלעס בדיבור אחד.

ויהי רצון, אַז יעדער איינער פון אונז, מאַן, פרוי און קינד, בתוך כלל ישראל, זאָל פייערן דעם יום טוב פון יציאת מצרים, זמן חירותנו, אין אַן אופן אַז דאָס זאָל באַלייכטן און באַלעבן יעדן טאָג פון יאָר, און ברענגען צו אַ הוספה אין אַלע ענינים פון טוב לשמים וטוב לבריות, אין דער פולסטער מאָס פון אמת'ע חירות, און דאָס וועט מקדים זיין און מזרז זיין דעם קץ שם לחושך (הגלות), און די פולשטענדיקע חירות פון יעדערן און פון גאַנץ כלל ישראל, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו ממש, און עס וועט זיין דער שמחים בבנין עירך וששים בעבודתך, ואנחנו עמך וצאן מרעיתך נודה לך לעולם לדוד ודור נספר תהלתך (און449מיר, וואָס זיינען דיין פאָלק און די שאָף פון דיין פיטערונג, וועלן מיר דיר לויבן אַלעמאָל, און צו דור נאָך דור וועלן מיר דערציילן דיין לויב).

שר א

במענה על מכתבו מערב זמן מ"ת והקודם לו בברכת החג. הנה כל המברך — מתברך בברכתו של הקב"ה וכמ"ש ואברכה מברכיך (סוטה לא, ב), וע"כ כהן האמור שם לאו דוקא. וכן הוא גם במדרש הגדול שם, וכן מוכח ג"כ בירושלמי (ברכות ח, הובא בתוספת חולין מט, א), שהתוספת מרובה על העיקר.

במה שהעיר על ההוספה* להגדה של פסח הוצאת קה"ת:

א) בענין השם שבת הגדול, יעוין בתורה שלמה כרך יא ובמילואים שם — שציין לכמה ספרים המדיינים בזה.

ב) במה שכ"ק אדמו"ר (מוהרש"ב) נ"ע הי' אומר השתא הכא לשנה הבאה בארעא דישראל, הבאה, מלעיל, היינו לשון עבר. ושואל איך יפרשו זה. הנה אף שלא שמעתי בפירוש, נראה לי לומר שפירושו כפשוטו, שזה תקופה שכבר התחילה, בשנת פסח זה עצמה, ולשנה הבאה מלרע — בני חורין, היינו בעתיד. ולהוסיף גם בהכוונת הדברים ובפרט ברוחניותם. כי לשנה הבאה בארעא דישראל תלוי רק בהאדם עצמו, שבחירה חפשית לו ובפרט ברוחניות הדברים, אשר ארץ ישראל הוא שנמצא בהשגחה תמידית מד' אלקינו מראשית שנה עד אחרית שנה, תמידית ומיוחדת שזה תלוי באם אין הולכים בקרי כ"א בחקתי תלכו. ולכן כשאומר ומחליט לשנה הבאה בארעא דישראל — בידו להעשות כך על אתר וגם שעה אחת קודם משא"כ להעשות בני חורין היינו להשתחרר משעבודים, הרי, כמו בדין הנגלה צריך לשטר שיחרור או450לענינים מעין זה, וברוחניות ה"ז כמה שנאמר שרק הקב"ה שוחטו ליצה"ר שאז נעשים בני חורין, וכדרז"ל אל תקרי חרות אלא חירות.

*

במש"כ לעיל בפי' „הבאה" — להעיר מזהר ח"א רסה, א. רמב"ם הל' תשובה ספ"ח.

ג) מה שרוצה לפרש חילוק הלשונות ברמב"ם, שלפעמים כתב מרורים ל' רבים ולפעמים מרור ל' יחיד, אשר מרורים הוא בזמן שבית המקדש הי' קיים ומרור ל' יחיד לאחר החורבן. — הנה כדי לשלול פירוש זה — שהי' הקס"ד שלי, ציינתי להרמב"ם הל' חמץ ומצה פ"ח הלכה ד' שכתב מרור ל' יחיד, ובסדר הגדה שלו שבמקום א' כתב מרורים — שהם בסתירה לפירוש הנ"ל.

ד) מה שרוצה לפרש בדברי התוספתא וכו' — יעיין בצפנת פענח המצויין ג"כ בהוספה.

ה) מה שהעיר אשר הכתוב בהוספה** דהלימוד ביום השמיני הוא לאחר מ"ת, קשור זה בהסוגיא אם מצות מילה רק נשנית בסיני. — הנה לא כן הוא לדעתי, ולכן ציינתי דווקא לתוספת ולא להסוגיא דשבת, כי הענין דנשנה בסיני הוא במה שנאמר קודם מ"ת, ובמצות מילה בהענינים הנלמדים מפ' לך לך, משא"כ וביום השמיני — שהוא בפרשה שנאמרה לאחר מ"ת.

ו) מה שהביא פירוש היפה תואר שנמולו ביום דערב פסח ולא בלילה, וגדולה מזה נמצא בריב"א (פ' בא), שנמולו מבעשור לחדש. — הנה אין לפרש כזה בשמו"ר שציינתי שם, כי שם כתוב בפירוש שרק לאחר שהריחו ריח צלי הפסח שצלה משה נמולו. ובהנ"ל י"ל שזהו מדרשות חלוקות, או שכתות כתות היו. וקושיתו איך נמנו על הפסח ואכלו אותו וכו', ורוצה לדמות זה לגר שנתגייר כו' — לא נראה לי הדמיון, כיון שבמצרים נצטוו בפסח כולם להקריב קרבן פסח. ומה שאכלו בפסחו של משה י"ל שמנה את כלם מה"ט על פסחו הוא, והרי זכין לאדם בכגון דא, ובפרט בפסח מצרים שכמה ענינים מחודשים בו, וקשור בהגאולה והצלה ממכת בכורות, וכהלשון ופסח ד', שבזה כולם שווים.

במש"כ בהוספה — ונזכר לעיל — שמלו בלילה מפני שלא נאמרה עדיין פ' תזריע מצאתיו עתה בהרש"ש לשהש"ר א, יב.

(ממכתב י"ט סיון תשט"ו)

451. . . ומענינא דיומא. אם אפשר לצאת ידי חובת מצה, במצה שעברה עלי' י"ב חדש או יותר. ולפע"ד, פשוט דמותר: א) דרואים במוחש שראוי' לאכילת אדם ולא נשתנית כלל. ב) מנהג ישראל (שתורה היא) הובא ג"כ בסידורו של רבנו הזקן — שמערבין במצה בערב פסח לכל שבתות השנה עד פסח הבע"ל, שאפילו בשבת הגדול ניתר בעירוב ז*

(ממכתב י"א ניסן תשט־

452. . . ומענינא דחג הפסח הבע"ל:

הנה הראשון לפסח דורות (שהוא הוראה לדורות, משא"כ פסח מצרים שהוא משונה בכמה ענינים — פסחים פ"ט מ"ח, ואינו אלא הוראת שעה) הי' בשנה שני' ליצי"מ, ואמרז"ל (גיטין ס, ב) שהקדמה והכנה לו הי' ענין פרה אדומה. והנה פרה אדומה מטהרת את הטמאים ומטמאת את הטהורים, היינו שאומרים לכהן (וי"א לכהן גדול — פרה רפ"ד) לך וטמא עצמך (טומאה קלה), אף שעי"ז תוכרח לצאת לפי שעה מבית המקדש ומעבודתך שם, כדי שעי"ז תהי' היכולת לאיש ישראל, אף הנטמא בטומאת מת, ליטהר וליכנס לביהמ"ק. ולא עוד אלא שנקראת חוקת התורה מטעם זה (במד"ר רפי"ט) היינו ענין כללי בכל התורה (ראה לקו"ת ר"פ חוקת). והמוסר השכל לכאו"א מאתנו — מובן.

(ממכתב י"ג ניסן תש"ה) ב"ה. כ"ג ניסן תשי"ח

ברוקלין

תושבי כפר חב"ד

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

בנועם הגיעתני הבשורה הטובה, מהשתתפות תושבי הכפר במבצע המצה שמורה ובטרחתם בגופם — אפיית המצה שמורה. וכפי שכותבים לי מודגשה היתה השתתפות נשי ובנות חב"ד, ה' עליהן תחיינה,

ויהי רצון, אשר ההשתתפות במבצע מיכלא דאסוותא ומיכלא דמהימנותא לאחינו בני ישראל — תוסיף בפעולות מיכלא זה בהנוגע לתושבי הכפר בעניניהם, שכללותן — יציאת מצרים, חירות מכל מצרים העלמות והסתרים ויציאה למרחב האמיתי, הן בגשמיות והן ברוחניות.

ובמיוחד לנשי ובנות חב"ד אשר בכפר חב"ד — הרי יהי רצון שכימי צאתך מארץ מצרים, שהודיעונו רז"ל שבזכות נשים צדקניות שבאותו הדור נגאלו אבותינו ממצרים, תזכנה גם הן, ביחד עם כל בני ובנות ישראל, בקרוב ממש לקיום היעוד, אראנו נפלאות, ע"י משיח צדקנו שיגאלנו בגאולה האמיתית והשלימה.

בברכה לבשו"ט תכה"י

ולהרחבה אמתית בגו"ר בכה"ע

453. . . אין גיכען וועלן מיר אַלע פייערען דעם חג המצות זמן חירותינו, וואָס אַ אמת'ר חירות לויטן מאמר רז"ל איז חירות מיצר הרע, וואָס במילא ווערט מען פריי אויך בגשמיות, אין אַנדערע ווערטער איז דאָס וואָס מיר בעטען באַ השי"ת און האָפען אַז השי"ת וועט ערפילען אונזער בקשה, אַז עס זאָל צוגענומען ווערען דער יצר הרע פון יעדער איינעם, און זאָל געבען אויך ברכה והצלחה אין אַלע ענינים סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות, וועט מען במילא זיין פריי פון דאגות פרנסה און געזונט, און לאריכות ימים ושנים קענען דינען השם יתברך מתוך הרחבה, און השי"ת זאָל אייך מזכה זיין, אַז איר זאָלט קענען אָנזאָגען גוטע בשורות אין דאָס אַלעס אויבען דערמאָנטע.

(ממכתב ג' ניסן תשי"ג)

לפלא שזה זמן רב ביותר לא קבלתי ממנו כל ידיעות אף שמקבל הנני פ"ש ע"י אחרים וקרוביו. ועל של עתה באתי מעניני דיומא ימי חג הפסח הממשמשים ובאים ועיקרם באכילת מצה לילה הראשונה ומהיסודות שלה הוא הענין דוהגדת לבנך וכפי המובן מנוסח ההגדה ומפס"ד הלכה למעשה גם בבן חכם ובבן גדול הכתוב מדבר ומחילוק המענות אשר בנוסח הנ"ל שהחילוק מיוסד על שינוי הכתובים מובן ופשוט שהמענה צ"ל מתאים למהות הבן. וכיון שזיכהו השי"ת בבן יחיד אשר לבו ער לעניני אהבת ישראל ואפילו בתנועה דהעדר החשבון ולאו דוקא עבודה ע"פ טו"ד וכמו שהראה בפועל ע"י השתתפות בהגנה ובהצלת היהודים והבאים לאה"ק ת"ו ע"י משיח צדקנו בב"א וכו' שבודאי זהו בא מהאבות לבנים ומהחיות של חסידים בני חסידים הרי זהו הוכחה גמורה שבסיוע ובגישה המתאמת יכול הי' להיות עובד ד' ולנצל את כל כחותיו הנ"ל לא רק במקצוע דאהבת ישראל אלא גם בהמקצועות דאהבת התורה ואהבת השם אשר ע"פ תורת הבעש"ט חד הוא. ואם מאיזה סיבה שתהי' אינו נוטה להתעסקות בעולם המסחר הרי צריך להשתדל בכל עוז ובכל תוקף להכשיר לפניו הדרך למצוא פרנסתו בענין אחר אם של פקידות או בחקלאות או בבית חרושת במשק וכו' ובלבד שימצא בסביבה שלא יוכרח לעמוד בנסיון תמיד על כל ענין שבתורה ונר מצוה והרי הרבה דבוק חברים עושה וכו' וכו' ובאשר נמצא באה"ק ת"ו זה רבות בשנים לפלא גדול ביותר שלא השקיע מרץ הנצרך בחיפוש ענין כזה שאחרי שיעבוד בזה הוא בעצמו יוכל אח"כ להכניס את בנו בזה שבתחלת הכניסה נצרך כל אחד מקרוב ומידיד ועאכו"כ שיכול לבנו זה מהורים שבמילא הי' מצליח בנו בגשמיות וברוחניות גם יחד שזהו ג"כ הצלחתם של ההורים.

מובן שבכל הנ"ל אין כוונתי למוסר וגם זוכר הנני הענין דאין צועקין על העבר אבל על של עתה ושל העתיד הקרוב כוונתי שעכ"פ מכאן ולהבא ישים לבו לבנו הנ"ל ביחוד ובתמידות ומובטחים אנו מפסק רז"ל אשר יגעת ומצאת. ובודאי למותר להוסיף אשר הנהגת בן יחיד משפיע ג"כ על הנהגת בת יחידה וכאשר מבטיחים את הראשון ה"ז ג"כ התחלה טובה ואולי יותר מהתחלה להבטיח גם את הענין השני . . .

(ממכתב ו' ניסן תשי"ד)

454. . . בברכה שאותו שרבינו הזקן כותב אודותו שעדיין מרקד בינינו, ושבפרט יש להזהר בזה בענינים הקשורים באה"ק ת"ו תתמעט ממשלתו פוחת והולך ויחוגו את חג המצות אחרי ביעור חמץ בכשרות ובשמחה אמיתית . . .

(ממכתב כ"ד אדר תשי"ג)

9

ב"ה, כ"ה אדר ה'תשט"ז

ברוקלין, נ. י.

צו די טשערלייט, עסקנים און אָנטייל־

נעמער אין דער ־יעריקער קאַמפּיין

אונטערנעמונג פאַר ישיבת תומכי־תמימים

ליובאַוויטש אין מאָנטרעאַל,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה:

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה וועגן דער יערלעכער דינעראונטערנעמונג וואָס דאַרף פאָרקומען אי"ה דינסטאָג, ראש־חודש ניסן, דער חודש פון דעם יום־טוב פון אונזער באַפרייאונג — זמן חירותנו, וואָס איז אַזוי ענג פאַרבונדן מיט זמן מתן תורתנו.

יעדע פּאַסירונג איז דאָך בהשגחה פרטית, בפרט אַ תורה־אונטערנעמונג פאַר אַזאַ וויכטיקן מוסד ווי די ליובאַוויטשער ישיבה אין מאָנטרעאַל. האָף איך, אַז די שעה וועט צוגעבן אַ ספּעציעלע באַדייטונג צו דער אונטערנעמונג, וואָס איז שוין פאַר זיך אַליין אויך אַזוי העכסט וויכטיק.

אין אונזערע צייטן, ווען תורה־אידישקייט בכלל געפינט זיך איינגעצוימט פון פאַרשידענע „מצרים און גבולים" (באַשרענקונגען און באַגרענצונגען) — גלייכגילטיקייט און אומוויסנהייט פון איין זייט, פאַלשע אידייען און מיינונגען פון דער צווייטער — שאַפט די ישיבה תומכי־תמימים ליובאַוויטש ניט נאָר אַ „גושן" אין מצרים, נאָר זי איז אויך אַ זיכערע צוגרייטונג צו דער באַפרייאונג פון דעם גייסטיקן „גלות מצרים" פון אונזער צייט.

די ליובאַוויטשער ישיבה, מיט איר ספּעציפישן כאַראַקטער פון איינפלאַנצן און דורכדרינגען די תלמידים מיט דעם גייסט פון מסירות־נפש פאַר תורה און אידישקייט און מיט אַ טיפער פאַראַנטוואָרטלעכקייט פאַר דער סביבה אַרום, סיי ווען זיי זיינען נאָך אין דער ישיבה און ספּעציעל ווען זיי גייען אַרויס אין לעבן — איז אַ טלעכע ברכה פאַר אַ שטאָט.

איך האָף, אַז מאָנטרעאַלער אידן בכלל, און די עסקנים און אונטערשטיצער פון דער ישיבה בפרט, וועלן ריכטיק אָפּשאַצן זייער גרויסע פליכט און אויסער־455געוויינלעכן זכות צו האָבן אַ חלק אין דער ישיבה תומכי־תמימים ליובאַוויטש, און וועלן פיל־פאַך פאַרגרעסערן זייערע באַמיאונגען און שטיצע, צו געבן דער ישיבה — זייער ישיבה — די מעגלעכקייט ניט נאָר אָנצוהאַלטן איר עקזיסטענץ, נאָר אויך וואַקסן און אַנטוויקלען זיך, ווי יעדע לעבעדיקע זאַך, און ווי חז"ל האָבן פאַראָרדנט: מעלין בקודש.

זאָל יעדער איינער טאָן אין דעם מיט דער פּאַסנדער איבערגעבנהייט און ענערגיע, וועט די אונטערנעמונג זיכער זיין מיט הצלחה, און וועט ברענגען ברכה והצלחה יעדן איינעם ובני־ביתו שיחיו אין וואָס זיי נויטיקן זיך בגשמיות וברוחניות.

בברכה

ב"ה, י"א ניסן, ה'תשל"ח

ברוקלין, נ. י.

צו אַלע אַנטיילנעמער אין דעם יערלעכן

דינער פאַר דעם מוסד־חינוך „אהלי תורה"

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה:

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה, אַז דער יערלעכער דינער וועט פאָרקומען אין דעם טאָג פון אסרחג הפסח. דער אויבערשטער זאָל געבן אַז עס זאָל זיין מיט הצלחה אין דער פולסטער מאָס.

בפרט אַז די אונטערנעמונג קומט פאַר באַלד קומענדיג פון אחרון של פסח, וואָס פאַלט הייאָר אויס אין שבת, וואָס ביידע — פסח און שבת — האָבן אַ דירעקטע פאַרבינדונג מיט חינוך על טהרת הקודש.

דער ענין פון פסח איז יציאת־מצרים און זמן־חירותנו, וואָס די אמת'ע חירות פון אַ אידן איז ווען ער פירט זיך אין טא־טעגלעכן לעבן על פי תורה (חרות על הלוחות — אל תקרי חרות אלא חירות), וואָרום תורה נעמט אַרויס אַ אידן פון די מצרים וגבולים פון וועלט (סיי די אויסערלעכע און סיי די אינערלעכע), און דערהויבט עם צו אַ העכערע וועלט, פון רוחניות און קדושה, וואָס דעריבער איז דער תכלית און אָפּשלוס פון יציאת־מצרים געווען — קבלת התורה (בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה).

מת־תורה, זאָגן אונזערע חכמים ז"ל, איז לכל הדיעות געווען אין דעם טאָג פון שבת (לכולי עלמא בשבת ניתנה תורה). איינער פון די פירושים אין דעם איז, אַז אַזוי ווי שבת נעמט אַרויס אַ אידן פון וואָכעדיקייט און דערהויבט עם צו קדושה, וואָס דורכדעם ווערט אויך די וואָכעדיקייט פון אַלע אַנדערע טעג פון דער וואָך געליי־456טערט און געהייליגט, אַזוי איז די תורה, תורת־חיים, די וואָס באַלייכט און הייליגט אַ אידן אין אַלע פרטים פון זיין טאג־טעגלעכן לעבן.

די פאַרבינדונג פון פסח מיט שבת ווערט אויך אונטערשטראָכן אין דעם וואָס די תורה, תורת אמת, באַצייכנט פסח אַלס „שבת" (וספרתם לכם ממחרת השבת, בפרט אַז הייאָר טרעפן זיך ביידע צוזאַמען), וואָס איינע פון די נקודות אין דעם איז, אַז ביידע האָבן אין זיך דעם ענין פון „יציאת־מצרים" (מצרים וגבולים), ווי אויבנדערמאָנט.

בכדי צו פאַרווירקלעכן אָט דעם צוועק אין לעבן, מוז דער חינוך פון אַ אידן אָנהויבן זיך פון דער פריסטער יוגנט, ווי דאָס איז אויך געווען באַ יציאת־מצרים אין פשטות, ווי חכמינו ז"ל דערציילן, אַז די גאולה פון מצרים איז געווען אין זכות פון די קינדער, וועלכע זיינען דערצויגן געוואָרן נאָך זייענדיק אין מצרים — אין אַן אופן וואָס זיי זיינען געווען די ערשטע וועלכע האָבן דערקענט דעם אויבערשטן און האָבן אויסגערופן זה א־לי ואנוהו — „דאָס איז מיין ־ט, און איך וועל זיך באַהעפטן צו עם".

דער אויספיר פון דאָס אַלעס אויבנדערמאָנט איז: אַז יעדן יאָר אין דער דאָזיקער צייט דאַרף יעדער איינער און איינע באַנייען און פאַרשטאַרקען די שטרעבונג צו באַפרייען זיך וואָס מער פון וואָכעדיקייט, און מאַכן דעם טא־טעגלעכן לעבן אַלס ליכטיגער און הייליגער, דורך נר מצוה ותורה אור. מיט אַנדערע ווערטער: מ'דאַרף פאַרשטאַרקען דעם אייגענעם חינוך — וואָרום בנוגע תורה, וואָס זי איז ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים, איז אויך אַ דערוואַקסענער אין יאָרן ניט מער ווי אַ „קינד" וואָס האַלט אין לערנען און שטייגען און אַנטוויקלען זיך.

על אחת כמה וכמה אַז מ'דאַרף פאַרשטאַרקען דעם חינוך פון קינדער אין איינפאַכן זין, וואָס די קינדער־יאָרן דאַרפן אינגאַנצן געווידמעט ווערן צו חינוך על טהרת הקודש, וויבאַלד אַז דאָס לייגט דעם יסוד פאַר דעם גאַנצן צוקונפטיגען לעבן און — לדורי דורות.

דעריבער איז צו האָפן מיט דער גאַנצער זיכערקייט, אַז אַלע פריינד פון „אהליתורה", בפרט די אַנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער — שטייענדיג אונטער דעם איינדרוק פון דעם יום־טוב פסח און פון שבת־קודש — וועלן זיך ספּעציעל וואַרעם אָפּרופן צו שטיצן, דערהאַלטן און אויסברייטערן דעם מוסד חינוך על טהרת הקודש „אהלי תורה". און בזכות זה וועט השי"ת באַגליקן יעדן איינעם און איינע אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, און בפרט צו האָבן אמתע אידישע נחת, וואָס דאָס איז תורה ומצוות נחת, אויך פון די אייגענע קינדער און קינדס־קינדער, מתוך הרחבה און חירות בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה לחג הפסח כשר ושמח

ולבשורות טובות בכל האמור

457איך בין געווען צופרידען צו באַקומען אייער בריף פון כ"ג ניסן, אין וועלכען איר שרייבט וועגען די התועדות'ן פון די ימי הסגולה אַז זיי זיינען געווען ברוב עם בכמות און התרוממות הרוח באיכות, און השי"ת זאָל העלפען אַז לויט ווי ערקלערט אין לקוטי תורה באריכות, זאָל פון די מועדים לשמחה נמשך ווערען די שמחה אויף אַלע טעג פון יאָר, און בפרט מחג המצות יציאת מצרים וועלכעס ווערט יעדען מאָל דערמאָנט, און בפרט בשבת קדש ובפרטי פרטיות בכל יום טוב וואָס דאָס איז דער אַרויסגאַנג און באַפרייאונג פון עבדות לחירות, הכנה למ"ת, וואָס די הכנה דאַרף זיין אויף דעם פּאַסענדען אופן צו דעם וואָס מען שטרעבט — זאָל יעדער איינער טאָן דאָס וואָס עס ווענדעט זיך אַן עם, צו באַפרייען זיך פון דאגות און טרדות, און דאָס וועט מעגליך מאַכען די קבלת התורה אין דעם קומענדען יום־טוב שבועות, בשמחה, און נאָך מער — בפנימיות. און דער זכות וואָס איר נעמט אויף זיך חלק ההוצאות פון הפצת המעינות הדרכת תורת החסידות ותורתה (ביז עס זאָל דערגרייכן אויך) חוצה, זאָל בריינגען נאָך מער הצלחה אין דער ליבליכער אַרבעט ועבודה קדושה, און מיר אַלע זאָלען זוכה זיין צו פייערן די אמת'ע באַפרייאונג פון גלות האחרון על ידי משיח צדקנו.

(ממכתב ו' אייר תשט"ז)

. . . ויהי רצון שיבשר טוב מהטבת מצב בריאותו בקרוב ממש.

ובפרט שנמצאים אנו בימים שבין חג הפסח זמן חירותנו וחג השבועות זמן מ"ת חרות על הלוחות א"ת חרות אלא חירות, הנה יה"ר שיתוסף בכאו"א בתכ"י חירות מכל ענינים המבלבלים לעבודת השם שבזה עניני בריאות הגוף וכמבואר בדרז"ל שכל ישראל היו בריאים ושלמים לקבלת התורה גם בגופם ובגשמיות, ומובן עוד יותר ע"פ המבואר בתניא קדישא פרק מ"ט, ובנו בחרת מכל עם ולשון, שהבחירה — בגלוי בעת מתן תורה הוא — בגוף החומרי וכו', עיי"ש . . .

(ממכתב כ' אייר תשי"ז)

458ברכות כ"ק אדמו"ר שליט"א להת' שיחיו

בעת ביקורו לפני עריכת הסדר

בתו"ת ליל א' דחגה"פ ה'תשל"ט

אַזוי ווי די קביעות פון היינטיקן יאָר איז — אַז גלייך פון יו"ט גייט מען אַריין אין שבת, מקדושת יו"ט לקדושת שבת, וואָס קדושת שבת איז אַ קדושה גדולה הרבה יותרא,

זאָל זיין דער ענין פון „ילכו מחיל אל חיל"ב בכל עניני התורה ומצוותי' ובהצלחה, און אין אַן אופן של חירות.

וכידוע דער פתגם פון כ"ק מו"ח אדמו"רג אַז פסח ענדיקט זיך ניט, וואָס דערפאַר זאָגט מען ניט אין דער הגדה „חסל סידור פסח", וויבאַלד אַז פסח ווערט נמשך בכל השנה כולה —

זאָל אַזוי אויך זיין אין דעם ענין פון „ילכו מחיל אל חיל", אַז ס'זאָל נמשך ווערן בכל השנה כולה, בכל עניני התורה ומצוותי'.

אין דערויף קומט נאָך צו אַז די הכנה צו שבת הויבט זיך שוין אָן פון יו"ט, ווי מ'זאָגט אין דעם נוסח פון „עירוב תבשילין"ד אַז מ'גרייט צו ביו"ט די ענינים פון שבת,

ביז וואַנעט אַז שוין בערב יו"ט פסח האָט מען שוין צוגעגרייט סיי די ענינים פון יו"ט און סיי די ענינים פון שבת; דעמולט איז שוין דאָ דער מוכן פון כל ההכנות פון יו"טה און פון שבת*5.

ווי די צוויי דיעותו אין דעם טעם פון „עירוב תבשילין" — צוליב דעם ענין פון כבוד יו"ט, און כדי צו באַוואָרענען דעם ענין פון כבוד שבת —

459זאָל אַזוי אויך זיין אין די לעצטע טעג פון גלות, אין דעם „ערב" פון „זמן חרותנו" פון דער גאולה האמיתית והשלימהז, אַז מ'זאָל שוין האָבן צוגעגרייט די אַלע ענינים פון דער גאולה בשמחה ובטוב לבב, און אין אַן אופן של חירות אמיתית.

און גרייטן זיך לקבל פני משיח צדקנו, וואָס דעמולט וועט מען לערנען סיי נגלה דתורה און סיי פנימיות התורהח, ובעיקר — פנימיות התורה, תורתו של משיחט,

וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן ע"י מעשינו ועבודתינו במשך זמן הגלותי, דורך דעםיא וואָס מ'לערנט נגלה דתורה און פנימיות התורה גם יחד, ובהקדמת עבודת התפלהיב.

און מ'זאָל אַריבערשפּרינגעןיג און אַריינטאַנצן אין דער גאולה האמיתית והשלימה, בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש וכלשון הרמב"םיד „מיד הן נגאלין".

אַ כשר'ן און אַ פריילעכן פסח.

460להתלמידים שיחיו יוצאי פרס, באולם עריכת הסדר שלהם,

ליל א' דחגה"פ ה'תשל"ט

אַזוי ווי די קביעות פון היינטיקן יאָר איז — אַז גלייך פון פסח גייט מען אַריין אין שבת,

און די הכנות צו שבת הויבן זיך אָן נאָך אין פסח, און נאָך אין ערב פסח,

זאָל דער אויבערשטער העלפן אַז ס'זאָל זיין אַ חג הפסח כשר ושמח, און אַ שבת כשר ושמח.

און ס'זאָל נמשך ווערן בכל השנה כולה, אַז ס'זאָל זיין דער „ילכו מחיל אל חיל" אין אַלע ענינים פון קדושה, אין אַן אופן פון „מעלין בקודש"א.

ביז אַז מ'וועט זוכה זיין בקרוב צו ביאת משיח צדקנו, וואָס במילאב וועט מען לשנה הבאה זיין אין ירושלים עיה"ק און אין אה"ק,

און מ'וועט מקריב זיין דעם קרבן פסח אין בית המקדש השלישי.

461באולם עריכת הסדר עבור יוצאי רוסי' ע"י מוסד „פרי"

ליל א' דחגה"פ ה'תשל"ט

(תרגום מרוסית)

אַ כשר'ן און אַ פריילעכן פסח.

און איר זאָלט בקרוב ממש באַגעגענען זיך און זיין צוזאַמען מיט אייערע קרובים און פריינט, וועלכע געפינען זיך דערווייל אין „יענע" לענדער, ובחירות.

און איר זאָלט איבער אַ יאָר פּראַווען פסח אין ירושלים עיה"ק צוזאַמען מיט משיח צדקנו.

בשורות טובות, גוטע ידיעות און אַלעס בעסטע.

שליט"א *6 0א6. מ8ת0ת ק 0דאתתא מא0ח ק8 80

3 8קא ת

08 5739 ב פ4ח קח 8

אַ כשר'ן און אַ פריילעכן פסח

1 0ת 1 0א

ת61 תדקד8 61 עע6 קא 618 4

ק 61 8 אז) 8 7תף אסת 1פק7א 3עקם

„ס7 ת מתתקח 1 0 1עתע6 61ד4 11

ע4 ת תק1 14

(א4א 111תקת)

. 0עת2 110 , בשורות טובות

462להתלמידות ד"מכון חנה" תחיינה,

ליל א' דחגה"פ ה'תשל"ט

אַזוי ווי די קביעות פון היינטיקן יאָר איז — אַז שבת קומט באַלד נאָך די ערשטע טעג פון פסח,

זאָל נמשך ווערן אויף אַ גאַנץ יאָר אַז עס זאָלן זיין פריילעכע וואָכעדיקע טעג, פריילעכע יום־טוב'דיקע טעג און פריילעכע שבת'דיקע טעג.

און דער אויבערשטער זאָל אייך העלפן אַז איבער אַ יאָר זאָל יעדערע פון אייך פּראַווען דעם סדר באַ זיך מיט אַן אייגענער פאַמיליע, און בחירות — האָבן אַלץ וואָס איר נויטיקט זיך, און בינתיים זאָל קומען משיח צדקנו.

אַ כשר'ן און אַ פריילעכן פסח, און הערן פון אייך בשורות טובות.

9

בתו"ת ליל א' דחגה"פ ה'תש"מ

חג הפסח כשר ושמח.

מ'זאָל ממשיך זיין פון דער זהירות פון חג הפסח על כל השנה כולהא, אַז עס זאָל זיין אַ כשר'ער און אַ פריילעכערב יאָר.

און אַזוי ווי דער ערשטער טאָג איז ביום השלישי „שהוכפל בו כי טוב"ג — זאָל דאָס אַראָפּקומען אין לימוד פון נגלה דתורה און פנימיות התורהד, ובהקדמת עבודת התפלהה,

און אין „טוב לשמים וטוב לבריות"ו — סיי ברוחניות און סיי בגשמיות,

און דאָס אויך ממשיך זיין על כל השנה כולה.

און עס זאָל זיין „ילכו מחיל אל חיל"ז, ביז צו גיין מקבל זיין פני משיח צדקנו, לשנה הבאה בירושליםח, „בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו"ט,

463צוזאַמען מיט נגלה דתורה, „ותלמודו בידו"י, און מיט פנימיות התורהיא, נשמות בגופיםיב,

ומתוך שמחה וטוב לבב — „לבב" מיט צוויי בי"ת'ן — בגשמיות וברוחניות.

464שליט"א 6 0אמ68 8ת0ת

ק 0אאתתא מ0ח ק8 80

מ 13 08 ת

: ם0ת 40 57 ת 0א 0עח 8

קשסא ד3 8) א סתסת8 ץ ססקש

אק 6 6ד סת 8 א ת8 א

צשסא"ס ג8 80 תס

סק 8*77ק8 עע6 ק 7 ץ

סק אקפ 8 8

בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו

— 110 את 8 קת) עא1 ת1 ש110 מת 6 080 א

. (אס גבש

. בגשמיות וברוחניות 1 תת סקש

[באולמי עריכת הסדר עבור יוצאי רוסי' ע"י מוסד „פרי",

ליל א' דחגה"פ ה'תש"מ

(תרגום מרוסית)

אַ כשר'ן און אַ פריילעכן פסח,

און מיטנעמען די כשרות און די פריילעכקייט אויף אַ גאַנץ יאָר, עס זאָל זיין אַ אידישער יאָר אין אַלע הינזיכטן.

און בקרוב ממש טרעפן זיך מיט די קרובים, צוזאַמען מיטן גאַנצן אידישן פאָלק, בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, אין דער אמת'ער און פולער באַפרייאונג דורך משיח צדקנו.

אַ כשר'ן און אַ פריילעכן פסח בגשמיות וברוחניות].

465לתלמידות ד"מכון חנה" תחיינה,

ליל א' דחגה"פ ה'תש"מ

אַ כשר'ן און אַ פריילעכן פסח, און דאָס ממשיך זיין על כל השנה כולה.

און איר זאָלט דאָס משפיע זיין אויך אויף אייערע קרובים און אויף אייערע משפחות.

און דער אויבערשטער זאָל אייך בענטשן אַז יעדערע פון אייך זאָל בויען איר אייגענע הויז און איבער אַ יאָר זאָלט איר פּראַווען דעם סדר באַ זיך אין אייער אייגענער הויז.

הערן פון אייך בשורות טובות.

לתלמידות תחיינה יוצאות פרס, (ב"מכון חנה"),

ליל א' דחגה"פ ה'תש"מ

אַ כשר'ן און אַ פריילעכן פסח.

איר זאָלט זיך זען בקרוב ממש מיט אייערע משפחות, ומתוך שמחה וטוב לבב.

[אחר שענו „אמן", בקש שיענו אמן גם בל' פרסית].

[לפני כניסת כ"ק אדמו"ר שליט"א לביתו, אמר לאלו שליוו אותו]:

אַ כשר'ן און אַ פריילעכן פסח, און אַ כשר'ן און אַ פריילעכן יאָר — שהוכפל בו כי טוב.

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-tk2hvgfk

עותקים

פעילות אחרונה

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · אושרה
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · נסגרה

מקורות