לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים ב
238ב' ניסן
ברוקלין, נ. י.
צו אַלע אַנטיילנעמער אין דער יערלעכער
מסיבה פון ישיבת תומכ־תמימים
ליובאוויטש אין מאָנטרעאַל,
ה' עליהם יחיו
דער יערלעכער דינער קומט הייאָר פאַר אין דעם סגולה־טאָג פון ב' ניסן, דער יארציט־הילולא פון דעם גרינדער פון דער ערשטער ישיבה תומכ־תמימים אין ליובאַוויטש — די מוטער פון אַלע ליובאַוויטשער ישיבות אין דער וועלט. איינע פון אירע הויפּט אָפּצווייגען איז די ישיבה תומכ־תמימים אין מאָנטרעאַל, וואָס איז פאַרפלאַנצט געוואָרן מיט איבער 40 יאָר צוריק דורך דעם גרינדער'ס זון און ממלא־מקום, דער רבי און נשיא פון אונזער דור.
עס איז אָפט אונטערשטראָכן געוואָרן, אַז יעדער ענין פון זכרון אין אידישן לעבן דאַרף זיין פאַרבונדן מיט מעשה בפועל, אין אַן אופן פון נזכרים ונעשים (דערמאָנט און געטאָן). און כאָטש אַ הסתלקות איז, לכאורה, פאַרבונדן מיט אַ געפיל פון היפך השמחה, איז דאָס אָבער ניט אַן ענין פון עצבות וואָס פאַרקלעמט דאָס האַרץ, אַנטמוטיקט און מאַכט אָפּהענטיג חס ושלום; נאָר אדרבה, ס'איז אַ געפיל פון מרירות וואָס דערוועקט און דערוואַרעמט דאָס האַרץ און דערמוטיקט צו טאָן מער ווי פריער, ספּעציעל פעולות וואָס זיינען אין גייסט פון דעם בעל ההילולא — ווי דער אַלטער רבי דערקלערט באריכות דעם אונטערשייד צווישן עצבות (אומעט) און מרירות (ביטערקייט), צוויי היפוכדיגע געפילן, וואָס עצבות איז אינגאַנצן אָפּגעפרעגט, אָבער מרירות — אין דער פּאַסנדער צייט — איז דוקא אַ פּאָזיטיווער און שעפערישער כח.
דעריבער איז די זיכערע האָפנונג, אַז אַלע אַנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער וואָס קומט הייאָר פאַר אין דעם יום ההילולא פון דעם גרינדער פון אַלע ליובאַוויטשער ישיבות, זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, וועלן זיך פאַראייניגען מיט דעם זכרון פון דעם בעל ההילולא — במעשה בפועל, מיט אַ ספּעציעל וואַרעמען אָפּרוף צו פאַרשטאַרקען די ישיבה אין איר הייליגער חינוך אַרבעט צו דערציען וואָס מער תלמידים וועלכע זיינען נרות להאיר — שיינענדיגע, לעבעדיגע ליכט239וואָס באַלייכטן דעם גאַנצן אַרום און האַלטן אין אָנצינדן כסדר נאָך שיינענדיגע ליכט, אויך אין אַן אופן צו זיין נרות להאיר, אין אַן אומאונטערבראָכענקייט לדורי דורות.
השם יתברך וועט זיכער מצליח זיין יעדן איינעם און איינע, און אַלעמען צוזאַמען, אין זייער הילף צו דער ישיבה אין דער פולסטער מאָס, און צוזאַמען דערמיט אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך פאַר זיך און די בני בית שיחיו, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בכבוד ובברכה להצלחה
בכל האמור
צו
. . . ברכת הגומל בנשים — כבר האריכו בזה באחרונים וכמצוין גם במכתבו. וראה קצות השלחן להרב נאה ר"ס סה. — ולהעיר ממנהג הכי תמוה דספרדים בלונדון שמברכת בפ"ע (הובא בס' כתר ש"ט להרב גאגין).