לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים ה
243חג הפסח
ברוקלין, נ.י.
אל כל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
יעדער טאָג פון יאָר האָט זיין באַדייטונג אינהאַלט און לערנונג, אָבער עס זיינען פאַראַן טעג וואָס האָבן אַ גאָר ספּעציעלע באַדייטונג צוליב גאָר וויכטיגע פּאַסירונגען וואָס זיינען מיט זיי פאַרבונדן, און די זכרונות וואָס די דאָזיגע טעג רופן אַרויס פאָדערן אַן אָפּרוף אין יעדן דענקענדן מענטשן און ביז אין מעשה בפועל — נזכרים ונעשים. אַזאַ ספּעציעלער טאָג איז ראש־חודש ניסן.
244צוויי עיקר'דיקע (קאַרדינאַלע) פּאַסירונגען זיינען פאָרגעקומען אין דעם טאָג פון ראש־חודש ניסן, וואָס ווערן אויספירלעך דערציילט אין דער תורה: אין תורה שבכתב און נאָכמער בפרטיות ובאריכות — אין תורה שבעל פה.
די ערשטע פּאַסירונג איז פאָרגעקומען ווען די אידן זיינען געווען אין גלותמצרים. זיי זיינען אין דעם טאָג אָנגעזאָגט געוואָרן החודש הזה לכם ראש־חדשים (פרשת החודש), צום אַלעם ערשטן די ערשטע מצוה (קידוש החודש) וואָס דער אידישער פאָלק, אַלס פאָלק, האָט באַקומען, און גלייכצייטיג, גלייך נאָכדעם — די דינים פון קרבן פסח און חג הפסח, מיט פרטים און פרטי פרטים.
די צווייטע פּאַסירונג איז פאָרגעקומען — ראש־חודש ניסן גלייך נאָך דעם אויבנדערמאָנטן ראש־חודש ניסן, ווען די אידן זיינען געווען פולשטענדיק פריי, אין אַ צושטאַנד פון חירות און אור גדול באַם הר סיני. אין דעם טאָג פון ראש־חודש ניסן איז אויפגעשטעלט געוואָרן דער משכ־מקדש אין זיין פולער קדושה און פּראַכט, און עס האָבן זיך אָנגעהויבן אַלע ענינים וואָס זיינען געווען פאַרבונדן מיט דעם משכן בכלל, און בפרט די הקרבת הקרבנות פון די צוועלף נשיאי השבטים פון פאָלק, אָנהויבנדיק פון די „קרבנות" (עגלות ובקר) וואָס אַלע צוועלף צוזאַמען האָבן געבראַכט דעם ערשטן טאָג ראש־חודש ניסן. און דערנאָך יעדן טאָג אַ נשיא (כאָטש אַלע זיינען געווען ראוי ברענגען זייערע קרבנות אין דעם ערשטן טאָג). און אויך די ענינים — סיי בנוגע הקמת המשכן און סיי בנוגע די קרבנות פון די נשיאים — ווערן דערציילט אין דער תורה מיט גרויס אריכות, אונטערשטרייכנדיג דערמיט זייער וויכטיקייט.
245די צוויי דערמאָנטע פּאַסירונגען, כאָטש, ווי געזאָגט, זיי זיינען פאָרגעקומען אין צוויי באַזונדערע צייטן און צוויי באַזונדערע ערטער, באַזונדערע און פאַרקערטע: עבדות און חירות, מצרים און הר סיני, זיינען זיי אָבער ענג פאַרבונדן, אַזוי אַז זיי שאַפן איין המשך, וואָס די אינערלעכע נקודה דערפון איז:
נאָך זייענדיק אין גלות (מצרים) באַקומען אידן דעם כח צו זיין אמת און פולשטענדיק פריי דורכדעם וואָס דער אויבערשטער האָט אידן געגעבן מצוות, וואָס שאַפן אַן אייביגן פאַרבונד צווישן אידן און דעם אויבערשטן, אַ פאַרבונד וואָס שטעלט זיי העכער איבער אַלע מיצרים וגבולים, באַגרענצונגען און פירונגען פון וועלט; און דאָס ווערט געבראַכט מן הכח אל הפועל און פאַרפעסטיגט דורך ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם — אין דעם פשוט'ן זין פון די ווערטער און אויך אין זייער טיפערן אינהאַלט: אַז יעדער איד מאַכט באַ זיך און אַרום זיך אַ מקדש און אַ „דירה" פאַר דעם אויבערשטן, אַזוי אַז די טלעכע שכינה רוט אין יעדער אידישע האַרץ און אין יעדער אידישע היים — אויך אין דער צייט פון גלות, ווען דער גשמיות'דיקער בית־המקדש איז (צייט־ווייליג) ניט פאַראַן.
די הוראה דערפון פאַר יעדן אידן, מאַן און פרוי, אין מעשה בפועל אין טאָגטעגלעכן לעבן איז:
יעדער איד אין אַלע צייטן און אין אַלע ערטער, לעבט אין ביידע צושטאַנדן וואָס ראש־חודש ניסן דערמאָנט אונז: עבדות און חירות.
מצד דער נשמה, וואָס איז אַ חלק אלק' ממעל ממש, איז אַ איד שטענדיג פריי און קען ניט זיין אונטערוואָרפן צו קיינעם ניט און צו קיין זאַך ניט, נאָר צום246אויבערשטן אַליין, וואָס זאָגט כי לי בני ישראל עבדים, עבדי הם — ולא עבדים לעבדים. און נאָכמער — עבד מלך (כמלך) מלך.
אָבער מצד דעם גוף איז אַ מענטש אין אַ מצב פון עבדות. דער גוף פאָדערט און מכריח באַדינונג, באַשפּייזונג, באַקליידונג א.ז.וו. וואָס דאָס שפּאַנט דעם מענטשן איין אין דעם יאָך פון צושטעלן די באַדערפענישן פון דעם גוף גשמי, פון פרנסה; בפרט אַז עס קומט אויך צו דער שעבוד כפשוטו, פון גלות.
צוזאַמען דערמיט אָבער, זיינען דער גוף און דער נפש ניט צוויי אָפּגעזונדערטע וועלטן, נאָר ביידע צוזאַמען שאַפן איין „וועלט", עולם קטן זה האדם — אַ גאַנצן (ניט צעשפּליטערטן) מענטשן, באַ וועמען דער גוף און די נשמה דאַרפן לעבן צוזאַמען בשלום, אַ האַרמאָנישן לעבן. לערנט אונז די תורה, אַז דאָס קען דערגרייכט ווערן דורך הגברת הנשמה על הגוף — אַז די נשמה באַלייכט און באַווירקט דעם גוף מיט נר מצוה ותורה אור ביז אַז דער גוף און נפש הבהמית אונטערוואַרפן זיך, פרייוויליג און גערן, צו דער נשמה, וואָס דאַן דערגרייכט דער מענטש די מדריגה אין עבודת ה' פון בכל לבבך — בשני יצריך.
דאָס איז אויך איינע פון די הוראות פון קידוש החודש, וואָס ישראל מונין (און דומין) ללבנה (אידן רעכענען די צייט לויט (און זיינען געגליכן צו) דער לבנה). די לבנה האָט ניט קיין אייגענע ליכטיקייט, און איר גאַנצע ליכטיקייט איז פון דער זון. אַזוי אויך איז דער גוף פון אַ אידן אין באַצוג צו זיין נשמה, ווי די לבנה וואָס לייכט בלויז דאַן ווען זי שפּיגלט אָפּ די ליכטיקייט פון דער זון. און פּונקט ווי די ליכטיקייט פון דער לבנה ווערט כסדר פאַרגרעסערט פון ראש־חודש אָן ביז קיימא סיהרא באשלמותא, דעם פופצנטן טאָג אין חודש, די לבנה שטייט אין איר שלימות, אַזוי ווערט כסדר פאַרשטאַרקט די ליכטיקייט פון יעדן אידן און אַלע אידן — די ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור, אין איינקלאַנג מיט דעם טלעכען פאַרלאַנג און הבטחה (צוזאָג) ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, צוזאַמען מיט די קרבנות וואָס247אידן ברענגען, פון ביידע סוגים: ווי די עגלות קערות א.ז.וו. און קרבן עולה א.ז.וו. וואָס בזמן הגלות איז דאָס דער ענין פון תפלות און מצוות, אָנהויבנדיק פון דער מצוה כללית צדקה, ספּעציעל צדקה פאַר מוסדות תורה ותפלה וואָס ווערן אָנגערופן „מקדש מעט", און די אַלע ענינים אין אַן אופן פון מעלין בקודש, כסדר פאַרגרעסערן — ביז דאָס ברענגט אַ סוף צום חושך הגלות, און עס קומט די גאולה שלימה, בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל.
ויהי רצון אַז אַזוי ווי פון היינט אָן, פון ראש־חודש ניסן, הויבט זיך אָן דער חודש וואָס תורה, תורת אמת, רופט אָן חודש הגאולה, זאָל יעדער איינער און איינע אויסגעלייזט ווערן פון אַלע זאַכן וואָס זיינען מבלבל און שטערן, וואָס דאַן טוט מען אויף אין די אַלע אויבנדערמאָנטע ענינים פון מעלין בקודש מיט מער צוגעטראָגנקייט, מער לעבעדיקייט און מער האַרציקייט, וואָס ברענגט צו שלימות אין מעשה, אין דיבור און אין מחשבה, און עס ווערט אויך אַ הכנה קרובה, אַז פון ראש־חודש הגאולה אין דעם דאזיקן יאָר פון הקהל את העם האנשים והנשים והטף, הויבט זיך אָן די פאַרווירקליכונג בשלימות פון ואנחנו עמך וצאן מרעיתך נודה לך לעולם לדור ודור נספר תהלתך — „מיר זיינען דיין פאָלק און די שאָף פון דיין פיטערונג; דיר וועלן מיר דאַנקען שטענדיג, צו דור און דור וועלן מיר דערציילן דיין לויב",
און במהרה בימינו ממש מקבל זיין פני משיח צדקנו בגאולה האמיתית והשלימה.
בכבוד ובברכה להצלחה בכל האמור
ובברכת חג הפסח כשר ושמח) .248ב"ה, י"א ניסן, ה'תשמ"א
ברוקלין, נ. י.
אל כל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
שטייענדיק געציילטע טעג פאַר פסח, וואָס דאָס פאָדערט אַריינצוטראַכטן זיך נאָך מער אין די הוראות פון פסח, ביז אין מעשה בפועל אין גייסט פון זמן חירותנו, איז כדאי אַרויסצוברענגען ברייטער עטלעכע נקודות פון און בהמשך צום בריוו פון ראש־חודש1 ניסן.
אין דעם דערמאָנטן בריוו האָט מען זיך אָפּגעשטעלט אויף צוויי גאָר וויכטיגע פּאַסירונגען אין דער געשיכטע פון אידישן פאָלק, וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט ראש־חודש ניסן. די ערשטע — נאָך זייענדיק אין גלות (מצרים), ווען מיר האָבן באַקומען די ערשטע מצוה, אַלס אַ פאָלק — קידוש־החודש, און גלייך צוזאַמען דערמיט די מצוות און דינים פון קרבן־פסח און חג־הפסח. די צווייטע פּאַסירונג — דעם קומענדיקן ראש־חודש ניסן, ווען דער אידישער פאָלק איז שוין געווען אין אַ מצב פון חירות, נאָך מן־תורה, באַם באַרג סיני, און ס'איז אין דעם טאָג אויפגעשטעלט געוואָרן דער משכ־מקדש און עס האָט זיך אָנגעהויבן די הקרבת קרבנות פון די צוועלף נשיאים פון די שבטים, אין נאָמען פון אַלע אידן, צו חנוכת המזבח.
249דערפון איז אַרויסגעבראַכט געוואָרן (אין תמצית), אַז כאָטש די צוויי פּאַסירונגען זיינען פאָרגעקומען אין צוויי פאַרשידענע און קעגנגעזעצטע צושטאַנדן (עבדות און חירות, מצרים און סיני) — שאַפן זיי איין המשך און שלימות. און דאָס איז אַ דוגמא (צוגלייך) צו דעם לעבן פון אַ אידן — אַ נשמה אין אַ גוף, וואָס מצד דער נשמה איז אַ איד שטענדיק פריי, און מצד דעם גוף איז מען געצוואונגען צו באַדינען אים אין אַלע זיינע באַדערפענישן. לערנט די תורה, תורת־חיים און תורתאמת, אַז כדי דער גוף און די נשמה זאָלן לעבן צוזאַמען בשלום און דערגרייכן די אמת'ע שלימות איז דאָס מעגלעך נאָר דורך הגברת הנשמה על הגוף — אַז די נשמה באַלייכט דעם גוף מיט נר מצוה ותורה אור ביז אַז דער גוף איז גרייט און איז גערן צו אונטערוואַרפן זיך צו דער נשמה. אַזוי אַרום דערגרייכט אַ איד די פולשטענדיקע חירות פון דעם טאָפּלדיקן גלות: סיי פון דעם גלות הנשמה בגוף, און סיי פון דעם גלות אין איינפאַכן זין, און דאָס ברענגט באַלד די גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו.
די נקודה, אַז די אויפגאַבע פון אַ אידן איז צו מאַכן איין זאַך פון זיין גוף און נפש און מאַכן אַ רשות היחיד פון וועלט — ניט אַ זאַך פאַר־זיך, נאָר אַ „דירה" פאַר ־טלעכקייט, ווערט אויך ספּעציעל אונטערשטראָכן אין דעם ענין פון קרבן־פסח.
בכלל זיינען דאָך פאַראַן פאַרשידענע סוגים קרבנות: די וואָס זיינען אינגאַנצן „לגבוה" — צום אויבערשטן, ווי צ. ב. קרבן־עולה; די אין וועלכע כהנים האָבן אויך אַ חלק; די אין וועלכע אויך די בעלים האָבן אַ חלק.
אַן אויסנאַם איז דער קרבן פסח, וואָס די בעלים האָבן אין אים אַן עיקר חלק,250און די עיקר הדגשה איז אויף זיין אכילה (וואו מ'זאָל אים עסן, ווי אַזוי מ'זאָל אים עסן, מיט וואָס מ'זאָל אים עסן, א. ז .וו.), לויט דעם אויסדרוק פון חכמינו ז"ל: לא באַ מתחילתו אלא לאכילה.
דאַרף מען פאַרשטיין: אכילה, פאַר זיך אַליין, איז דאָך אַ גשמיות'דיקער ענין, וואָס איז פאַרבונדן מיטן גוף און אַן ענין פון עבדות צום גוף, ווי אויבנדערמאָנט, און דאָך ווערט די אכילה אַן עיקר אין קרן־פסח וואָס זיין אינהאַלט איז גאָר חירות! אָבער היא הנותנת: אַז מ'עסט דעם קרבן־פסח ניט ווייל מ'איז הונגעריק, און ניט סתם ווייל ס'איז געשמאַק, נאָר ווייל דער אויבערשטער האָט געהייסן, און לויט אַלע פרטי־דינים ווי דער אויבערשטער האָט געהייסן, ווערט די אכילה אַ גייסטיגע, הייליגע זאַך — ניט אַן אויסדרוק פון עבדות, נאָר פּונקט דער היפך דערפון, אַן אויסדרוק פון חירות, חירות פון דער נשמה מיטן גוף צוזאַמען. און, ווי אונטערשטראָכן, די דאָזיגע חירות דערגרייכט מען אויך אין גלות (אפילו אין מצרים).
אַזוי אויך אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם משכן און די הקרבת הקרבנות, וואָס דאָס איז פאגעקומען נאָך מתן־ורה. כאָטש באַ מתן־ורה זיינען אידן געשטאַנען אין דער העכסטער מדריגה פון רוחניות, ביז אין אַ צושטאַנד פון פרחה נשמתם אין אָנבליק פון דער גטלעכער אַנטפּלעקונג, האָבן זיי צוזאַמען מיט די לוחות (שניות) באַקומען דעם אָנזאָג ועשו לי מקדש — צו מאַכן אַ משכ־מקדש פאַר דער טלעכער שכינה, אַ משכן פון זהב וכסף, פון אַלע אויסגערעכנטע דרייצן (פופצן)251גשמיות'דיקע זאַכן. און בשעת מ'האָט דעם משכן ענדלעך אויפגעשטעלט ביום החודש הראשון באחד לחודש (ראש־חודש ניסן), האָבן אַלע געזען, אַז דער גשמיות'דיקער אוהל־מועד פון ברעטער און יריעות וכו' איז געוואָרן אַ משכן און מקדש פאַר דער טלעכער שכינה (וכבוד ה' מלא את המשכן). ווי ווערט פון אַ גשמיות'דיקע זאַך — אַ כלי פאַר רוחניות און קדושה; און ניט נאָר אַ כלי, נאָר רוחניות און קדושה גופא? דורכדעם וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט: ויקחו לי תרומה — לי לשמי, און אַ איד איז מקיים דעם גטלעכן ציווי און טיילט אָפּ און הויבט אויף פון זיין פאַרמעגן און מאַכט דאָס הייליג פאַר דעם אויבערשטן, מיט זריזות און שמחה, כדי מקיים צו זיין דעם ועשו לי מקדש — לי לשמי, דאַן ווערט דאָס די אמת'ע דירה פאַר דעם אויבערשטן — ושכנתי בתוכם.
אַזוי אויך באַ יעדער מצוה און אַלע מצוות וואָס אַ איד טוט בשמחה ובטוב לבב, אַז אויך דער גוף פרייט זיך מיט דער שמחה פון דער נשמה און איז צופרידן אין האַרצן וואָס דורך אים ווערן אַלע מצוות אָפּגעטאָן במעשה בפועל; וואָס דאַן ווערט מקויים אחריך נרוצה (נרוצה, „מיר לויפן", לשון רבים) — די נשמה מיטן גוף צוזאַמען ווילן און גלוסטן צו שאַפן פאַר דעם אויבערשטן אַ דירה לו יתברך.
אין צוגאָב צו די אויבנדערמאָנטע צוויי העכסט־וויכטיגע פּאַסירונגען וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דעם טאָג פון ראש־חודש ניסן, איז דאָ נאָך אַ וויכטיגער ענין וואָס איז אויך פאַרבונדן מיט ראש־חודש ניסן, און פאַרבונדן אויך מיטן מקדש, און מיט חג־הפסח. ווי דערציילט אין דער נבואה פון יחזקאל, דער זעלבער נביא וואָס האָט דערקלערט די באַדייטונג פון יציאת־מצרים אַלס געבורט פון אידישן פאָלק:
בראשון באחד לחודש (ראש־חודש ניסן) גו' וחטאת את המקדש
(זאָלסט רייניקן, מחנך זיין, דעם בית־המקדש) גו' בראשון בארבעה עשר
יום לחודש יהי' לכם הפסח, חג שבועות ימים מצות יאכל (אין דעם
252פערצנטן טאָג פון חודש זאָלט איר מאַכן (דעם קרבן) פסח, אַ יום־טוב,
זיבן טעג, מצות זאָל געגעסן ווערן). דערנאָך ווערן דאָרט אויסגערעכנט
די קרבנות וואָס דאַרפן געבראַכט ווערן.
די דאָזיקע נבואה איז אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם בית־המקדש השלישי וואָס וועט געבויט ווערן דורך משיח צדקנו, וואָס די ענינים פון ימות המשיח און זייער שלימות איז אָפּהענגיק פון מעשינו ועבודתינו — די אויפפירונג פון אידן, ספּעציעל אין די לעצטע דורות פון גלות, אין אַלע ענינים פון אידישקייט: תשובה, תורה און מצוות. און לויט דעם אויסדרוק פון חכמינו ז"ל: זכו — בשעת אידן טוען אין דעם אין אַן אופן פון זכות (ריינקייט און קלאָרקייט) און שלימות, דאַן זיינען אַלע ענינים אין אַ גאָר שלימות'דיקן אופן.
דער אויסדרוק מעשינו ועבודתינו אונטערשטרייכט האַרעוואַניע, וואָרום כדי צו מאַכן פון גשמיות — רוחניות (ווי אויבנדערמאָנט), ביז אין אַ שלימות'דיקן אופן, לויט דעם אויסדרוק אתהפכא חשוכא לנהורא ומרירו למיתקא (פאַרוואַנדלען די פינסטערניש אין ליכטיקייט, און ביטערקייט אין זיסקייט), פאָדערט זיך אַ שווערע האָרעוואַניע. אָבער דאָס גופא איז אַ טייל פון דער שלימות, וואָרום דאָס גיט אַ אידן דעם געפיל און תענוג, אַז ער האָט אויפגעטאָן און האָט דאָס פאַרדינט, און ניט באַקומען סתם אַ מתנה אין אַן אופן פון נהמא דכסופא („פאַרשעמטע — ניט פאַרדינטע — ברויט"). וואָס דאָס איז דאָך איינע פון די דערקלערונגען אין דעם ענין פון גלות בכלל, דער גלות פון נשמה בגוף און דער גלות בפשטות (גלינו מארצנו). בפרט אַז מ'האָט צו־טאָן מיט ליכטיג מאַכן דעם חושך כפול ומכופל פון די איצטיגע לעצטע טעג פון גלות און מאַכן פון דעם אַן אור גדול, וואָס דורכדעם פאַרשטאַרקט מען נאָך מער דעם „זכו", און די גאולה וואָס דאַרף באַלד קומען על ידי משיח צדקנו איז אין אַן אופן כימי צאתך מארץ מצרים, און נאָך מער אראנו נפלאות לגבי צאתך מארץ מצרים — נאָך מיט גרעסערע נסים ווי באַ יציאת־מצרים.
253דעריבער איז גאָר קיין וואונדער ניט וואָס אין די איצטיגע לעצטע טעג פון גלות זיינען אָפט פאַראַן גאָר גרויסע נסיונות און שוועריקייטן אין טא־טעגלעכן לעבן על פי תורה ומצוות. פון דער אַנדער זייט איז אָבער אַ זיכערע זאַך, אַז וויבאַלד אינו מבקש אלא לפי כוחם (דער אויבערשטער פאָדערט נאָר לויט די כחות), האָט ער זיכער געגעבן די כחות איבערצוקומען אַלע שוועריקייטן און שטערונגען, אַזוי אַז אויך נאָך זייענדיק אין פינסטערן גלות איז לכל בני ישראל הי' אור במושבותם (ביי אַלע אידן איז ליכטיג אין זייערע וואוין־ערטער) און מ'שטייט אין אַ צושטאַנד פון ביד רמה, מ'איז שטאלצע אידן אין אַלע ענינים פון טאָטעגלעכן לעבן, און דאָס אַלעס גיט צו אין דעם ואחרי כן יצאו ברכוש גדול.
דאָס אַלעס איז שוין אָנגעדייטעט געוואָרן דורך דוד מלכא משיחא, דער נעים זמירות ישראל, אין צוזאַמענהאַנג מיט יציאת־מצרים (גפן ממצרים תסיע), וואו ער זאָגט אין דעם פסוק פאַר דעם: אלקים צבאות השיבנו והאר פניך ונושעה — אַז דער אויבערשטער אַליין קערט אונז אום צו זיך (השיבנו אויך אין דעם זין פון תשובה), און מאַכט ליכטיג זיין פּנים צו אונז און שיקט אונז אַ ישועה. דאָס הייסט אַז בשעת מ'געפינט זיך נאָך אין גלות, ווען מ'דאַרף אָנקומען צו אַ ישועה, מאַכט דער אויבערשטער ליכטיג באַ יעדן אידן און אַלע אידן, און אַלע צוזאַמען ווערן געהאָלפן און אויסגעלייזט, און אין אַן אופן ווי דאָס ווערט איבערגע'חזר'ט, און פאַרשטאַרקט, אין אָפּשלוס פון דעם זעלבן מזמור, מיט דעם צוגאָב פון שם הוי': הוי' אלקים צבאות השיבנו האר פניך ונושעה — מיט מדת הרחמים און העכסטע אַנטפּלעקונג, ווי אָנגעדייטעט אין דעם שם העצם.
254ויהי רצון, אַז יעדער אי פּלעקן די טלעכקייט וואָס מאָס, וואָס דורכדעם וועט מ וואָס מ'האָט אים (און איר) ג ה', עס זאָל מקויים ווערן (כי בני ישראל גו' על צבאותם, ממש. וינער און איינע פון אונז, בתוככי כלל ישראל, זאָל אַנטאיז דאָ באַ יעדן איינעם און איינע, אין דער פולסטער מען גלייך קענען אויסנוצן אַלע כחות און מעגלעכקייטן געגעבן, און שטעלן זיך אין די ערשטע רייען פון צבאות בימי צאתך מארץ מצרים) בעצם היום הזה הוציא ה' את בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו בקרוב בא א מ אר אמ א נא. וראה ד"ה באתי לגני השי"ת רפי"א.255ב"ה, מוצש"ק פ' ויק"פ, כ"ה אדר,
מברכים חודש ניסן,
פ' החודש, ה'תשמ"ב.
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
קומענדיק פון די טעג פון פורים גייט מען דאָך אַריין אין די צוגרייטונגען צו פסח; ספּעציעל ווען מ'האַלט שוין נאָך שבת מברכים חודש ניסן, פ' החודש, און מ'קומט אין באַרירונג, און במילא — באַאיינפלוסט, פון דעם גייסט פון קרבן־פסח און יציאת מצרים אין דער ספּעציעלער פרשה וואָס מ'האָט דעם שבת געלייענט.
אונזערע חכמים זכרונם לברכה פאַרבינדן די גאולה פון פורים מיט דער גאולה פון פסח, כאָטש די צוויי גאולות זיינען גאַנץ פאַרשידנאַרטיק. זיי האָבן אָבער אויך געמיינזאַמע שטריכן, וואָס איינע פון זיי איז די הדגשה און אָנזאָג צו געדיינקען און אָפּהיטן די דאָזיקע טעג לדורי־דורות: בנוגע צו פסח, זאָגט אָן די תורה (אין פ'256החודש) והי' היום הזה לכם לזכרון גו' לדורותיכם — „און דער דאָזיקער טאָג (פון יציאת מצרים) זאָל אייך זיין פאַר אַ זכרון (דערמאָנונג) . . אין אַלע אייערע דורות". און בנוגע פורים: והימים האלה נזכרים ונעשים בכל דור ודור גו' — „און די דאָזיקע טעג זאָלן ווערן דערמאָנט און געטאָן אין יעדן דור און דור".
ס'איז אָפט אונטערשטראָכן געוואָרן, אַז דער ענין פון זכרון אין תורה און אין אידישן לעבן בכלל איז ניט סתם צו פאַרצייכענען אַ וויכטיקע געשעעניש אד"ג, נאָר דער עיקר איז אַז מ'זאָל פון דער געשעעניש וואָס האָט פּאַסירט אַמאָל — לערנען, ביז צו אָפּלערנען פּראַקטישע אָנווייזונגען פאַר היינט און מאָרגן.
זיינען אויך בנוגע די אָפּלערנונגען פאַראַן געמיינזאַמע נקודות צווישן פסח און פורים, וואָס אויף איין נקודה אין דעם וועלן מיר זיך דאָ אָפּשטעלן.
די מצוה פון קרבן־פסח האָט געפאָדערט, אַז יעדער איד באַזונדער זאָל נעמען אַ שה פאַר אַ קרבן, פאַר זיך און פאַר זיין הויזגעזינד (ויקחו להם איש שה לבית אבות שה לבית). אין דעם איז יעדער איד, יעדע משפּחה און יעדע חבורה געווען אויסגעטיילט פון דעם צבור — אַ וועלט פאַר זיך. צו דער זעלבער צייט אָבער זיינען אַלע געווען פאַראיינציקט אין כל עדת ישראל וואָס האָט באַקומען דעם זעלבן ציווי פון השם, צו טאָן די זעלבע מצוה, אין דער זעלבער צייט, אויף דעם זעלבן אופן, ווי אונטערשטראָכן נאָך אַמאָל ושחטו אותו כל קהל עדת ישראל, אַלס אַ מצוה וואָס איז פאַרבונדן מיט יציאת־מצרים — די גאולה פון ערשטן גלות ווען אַלע אידן זיינען אַרויס פון גלות צוזאַמען אַלס איין פאָלק און — ביד רמה,
257די גאולה וועלכע איז אויך אַן אָנזאָג אויף דער גאולה שלימה, די גאולה פון דעם איצטיקן און לעצטן גלות.
אַזוי ווערט אויך אונטערשטראָכן אין דער מגילה וואו עס ווערט דערציילט וועגן נס און גאולה פון פורים, אַז אפילו ווען אידן געפינען זיך אין גלות און זיינען מפוזר ומפורד בין העמים, צעשפּרייט און צעטיילט צווישן די פעלקער, יעדער איד אַ וועלט פאַר זיך — זיינען זיי אָבער אַלע אַן עם אחד, אַן עם וואָס דתיהם שונות מכל עם, זייערע תורה־געזעצן און אָרט לעבן זיינען אַנדערש פון אַלע אַנדערע פעלקער.
אַזוי אין די מצוות פון פורים איז — ענליך ווי אויבנגעשריבן באַ פסח: יעדער דאַרף אַליין הערן די מגילה, שיקען מנות איש לרעהו ומתנות לאביונים א.ז. וו. אָבער די כוונה (נשמה) פון די מצות איז — מקרב זיין און פאַראיינציקן דעם איש, רעהו, אביונים און אויך זרעם — מנער ועד זקן טף ונשים — אַז אַלע זעען אַז זיי זיינען אַן עם אחד, און ווי די צוגרייטונג דערצו, ווי דערציילט אין דער מגילה: לך כנוס את כל היהודים.
און דורכדעם אַלעם ווערט (נאָך זייענדיק אין גלות) ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר — באַ אַלע אידן און יעדער איד איז ליכטיקייט, און שמחה, און פרייד, און הויכשעצונג.
אין תורה גופא, וואָס די תורה איז דאָך חיינו ואורך ימינו, איז די דערמאָנטע258נקודה אונטערשטראָכן ספּעציעל בולט: אַ ספר תורה באַשטייט פון הונדערטער טויזנטער באַזונדערע אותיות, וואו יעדער אות מוז זיין אָפּגעטיילט פון די אַנדערע אותיות, אָבער צוזאַמען דערמיט דאַרפן זיי אַלע שאַפן אַ תורה אחת, און ווען איז די תורה אחת אַ כשר'ע און בשלימות — בשעת עס פעלט ניט אין איר קיין איין איינציקער אות. דאָס הייסט, אַז פון איין אות, און פון יעדן אות, איז אָפּהענגיק די שלימות פון דער גאַנצער תורה.
די הוראה פון דאָס אויבנגעשריבענע — אַ הוראה וואָס דאַרף דורכנעמען דעם טאָ־טעגלעכן לעבן אין אַלע פרטים פון יעדן אידן, מאַן און פרוי — איז:
יעדער איד איז אַן עולם מלא און האָט זיין ספּעציעלע שליחות פון דעם אויבערשטן, בורא האדם; אַ שליחות וואָס ער דאַרף דורכפירן אין דער פולסטער מאָס לויט די מעגלעכקייטן וועלכע זיינען אים געגעבן געוואָרן, אַלס אַ יחיד, ניט פאַרלאָזנדיק זיך אַז אַ צווייטער, אָדער אַ דריטער, אָדער כלל ישראל וועט דורכפירן זיין שליחות פאַר אים.
פון דער אַנדער זייט דאַרף ער וויסן, אַז ער איז אַ טייל פון דעם עם אחד, וואָס באַשטייט פון מיליאָנען און מיליאָנען אידן, כן ירבו, געבענטשט צו זיין ככוכבי השמים לרוב (ווי די שטערן פון הימל אין צאָל),
און אין אַ טיפערן זין, איז דאָס אַן עם אחד וואָס באַשטייט פון אַלע דורות אידן, פון מן־ורה ביז אחרית הימים
איז דאָך קלאָר, אַז זיין שליחות איז אַ טייל און איז פאַרבונדן מיטן גאַנצן כלל ישראל און — אַז טובת הכלל וועגט אַריבער פּערזענלעכע חשבונות און פּערזענלעכע אינטערעסן.
259דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז בשעת אַ איד טוט לטובת דעם ציבור, לטובת עם אחד, וואָס נעמט אַרום אַלע דורות, שעפּט ער אויסערגעוויינלעכע כוחות פון דעם אונערשעפּלעכן קוואַל פון דעם עם עולם, און איז זיכער מצליח אין דעם, און דורכדעם אויך אין אַלע פּערזענלעכע ענינים בגשמיות וברוחניות גם יחד.
ויהי רצון אַז יעדער איינער און איינע זאָל דורכגעדרונגען ווערן, בפועל ממש, פון דעם געדאַנק און זכרון, אין ביידע עקסטרעמען: אַז ער (אָדער זי) איז אַן עולם מלא; וועלכן ער (זי) דאַרף מאַכן אַ פולקאָמענע אידישע וועלט. און צוזאַמען דערמיט — אַ טייל פון עם אחד פון אַלע דורות, וואָס דאָס גיט יעדן אידן, מאַן, פרוי און קינד, געוואַלדיקע כוחות צוזאַמען מיט דעם אומגעהויערן זכות און אחריות צום כלל ישראל, במילא ווערט מען ניט נתפעל פאַר קיינע שוועריקייטן אין דורכפירן די טלעכע שליחות, בפרט אַז די שוועריקייטן זיינען זיינע אייגענע, און די טובה איז פאַר דעם גאַנצן כלל ישראל;
און די פעולות טובות פון יעדן יחיד באַזונדער און פון אַלע אידן צוזאַמען ווערן צוזאַמענגעקליבן און פאַראיינציקט, און דער כולנו כאחד ברענגט צו ברכנו אבינו באור פניך — אַז אונזער פאָטער אין הימל בענטשט אונז אַלעמען צוזאַמען, אַלע ווי איינער, מיט דער ליכטיקייט פון זיין פנים, ביז עס ווערט מקויים ה' אלקים צבאות השיבנו האר פניך ונושעה, אַז דער אויבערשטער קערט אום אונז צו זיך און דערלייכט אונז זיין פנים און מיר ווערן געהאָלפן — בגאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו בקרוב בימינו ממש.
בכבוד ובברכה להצלחה אין דעם אַלעם אויבענגעשריבענעם
כולל — אין די הכנות צו זמן חירותנו
ובברכת חג הפסח כשר ושמח) א
ן
ס260ב"ה, א' פ' ויהי ביום השמיני,
י"א בניסן, נשיא לבני אשר, ה'תשמ"ב
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
בהמשך צום בריוו פון מוצש"ק מברכים חודש ניסן, און אַזוי ווי ס'איז שוין נאָך שבת הגדול און מ'איז אַריין אין דער וואָך פון חג המצות, זמן חירותנו, איז זיכער די פּאַסנדע צייט צו פאַרטיפן זיך אין די ענינים פון פסח בכלל און ספּעציעל אין די* נקודות וועלכע זיינען באַרירט געוואָרן אין דעם דערמאָנטן בריוו, יעדנפאַלס אין אייניקע נקודות פון זיי —
אָנהויבנדיק מיט דער צענטראַלער נקודה, אַז יציאת־מצרים, ד. ה. די גאולה פון גלות מצרים, איז פאַרבונדן מיט דער גאולה שלימה פון איצטיקן גלות, און ווי עס שטייט געשריבן: כימי* צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות — אַז השי"ת פאַרזיכערט דעם אידישן פאָלק, אַז אַזוי ווי דאָס איז געווען אין די טעג פון יציאת־מצרים, וועט ער אויך ווייזן וואונדער באַ דער לעצטער גאולה, די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. אין דעם צוזאַמענהאַנג זאָגן אויך חכמינו זכרונם לברכה: בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל — אַז פּונקט ווי די ערשטע גאולה איז געווען אין חודש261ניסן, אַזוי וועט אויך די לעצטע גאולה, פון דעם איצטיקן און לעצטן גלות, זיין אין ניסן. און לויט ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערקלערן, וועלן די וואונדער פון דער לעצטער גאולה נאָך אַריבערשטייגן די וואונדער פון יציאת־מצרים.
ס'איז באַוואוסט די פראַגע, פאַרוואָס עס שטייט אין פסוק כימי צאתך גו' („ווי אין די טעג" פון יציאת־מצרים), לשון רבים, בשעת די יציאה פון מצרים איז דאָך געווען אין איין טאָג, ווי עס שטייט אין דעם אָנזאָג אויף דער מצוה פון זכירת יציאת־מצרים: זכור את היום הזה אשר יצאתם ממצרים — „דו זאָלסט געדענקען דעם טאָג (לשון יחיד) פון דיין אַרויסגיין פון מצרים".
איז איינע פון די דערקלערונגען אין דעם, אַז פון דעם טאָג וואָס די אידן זיינען אַרויס פון מצרים, מבית עבדים (פון דעם הויז פון קנעכט־שאַפט), זיינען זיי אַרויס פון דעם גדר (קאַטעגאָריע) פון קנעכט־שאַפט און זיינען געוואָרן בני־חורין, פרייע מענטשן. דער אַריבערגאַנג פון עבדות לחירות (פון קנעכט־שאַפט צו פרייהייט) איז אָבער ניט אַן איינמאָליקער ענין, נאָר אַ פעולה נמשכת; דאָס פאָדערט אַן אָפטע און שטענדיקע אַריינטראַכטונג, וואָס עס מיינט אַרויסגיין מעבדות לחירות, און ציען די פּאַסנדע מסקנות דערפון, מסקנות וואָס דאַרפן זיך אויסדריקן ניט נאָר אין געדאַנק און אין ווערטער, נאָר בעיקר אין אַ טיפן דורכדרינגלעכן געפיל, וואָס נעמט דורך דעם גאַנצן מענטשן, ביז אין מעשים בפועל, אין אַלע פרטים און פרטי־פרטים פון דער טעגלעכער הנהגה.
דעריבער, כאָטש די יציאה פון מצרים, פון אַלע אידן און פון יעדער אידן, איז טאַקע פאָרגעקומען אין איין טאָג — איז אָבער די אמת'ע פולקאָמענע באַפרייאונג, די רוחניות'דיקע באַפרייאונג, אויך פון אַלע מיצרים וגבולים (איינגשאַפטן און באַגרענעצונגען) — אַ זאַך פון טעגלעכער אַריינטראַכטונג און זכרון, ווי עס שטייט: בכל דור ודור וכל יום ויום חייב אדם לראות עצמו כאילו הוא יצא היום ממצרים — אין יעדן דור און אין יעדן טאָג דאַרף אַ איד באַטראַכטן זיך ווי ער אַליין262איז היינט אַרויס פון מצרים; וואָס דאָס איז אין איינקלאַנג מיט דעם חיוב צו געדענקען און דערמאָנען יציאת־מצרים אַלע טאָג, און אין אַן אופן ווי אַ זכרון פון תורה דאַרף דערמאָנט ווערן, נזכרים ונעשים, דערמאָנען (אין אַן אופן אַז עס ווערט) אויך געטאָן, ווי ס'איז אָפט אונטערשטראָכן געוואָרן, אויך אין דעם דערמאָנטן בריגו
אַ ספּעציעלע געמיינזאַמע נקודה צווישן דער גאולה פון מצרים און דער צוקונפטיקע גאולה במהרה בימינו, איז, אַז אין ביידע פאַלן האַנדלט זיך וועגן אַ גאולה פון גאַנצן כלל ישראל: פּונקט ווי באַ יציאת־מצרים איז קיין איין איינציקער איד ניט פאַרבליבן אין גלות מצרים, אַזוי אויך אין דער צוקונפטיקער גאולה, ווען משיח צדקנו וועט אונז אַרויסנעמען פון גלות, וועט קיין איין איינציקער איד, מאַן פרוי און קינד, ניט בלייבן אין גלות.
און פון גאולת הכלל צו גאולת הפרט — וואָס, ווי דערקלערט, איז אַ יחיד אויך אַ „כלל", אַן עולם מלא, וואָס באַשטייט פון אַ נשמה און אַ גוף, מיט פיל פאַרשידענע כחות, גייסטיקע און פיזישע, אָפענע און באַהאַלטענע, וועלכע דריקן זיך אויס אין געדאַנקען, ווערטער און מעשים — וועט קיין איין איינציקער פרט פון יעדן יחיד ניט בלייבן אין גלות, און ער וועט זיין אין אַ צושטאַנד פון אמת'ע און פולשטענדיקע חירות אין אַלע פרטים און הינזיכטן;
וואָס די צוקונפטיקע גאולה שלימה, סיי פון דעם כלל און סיי פון דעם פרט, הענגט אָפּ במעשינו ועבודתינו — די מעשים און עבודת השם פון יעדן אידן און פון אַלע אידן במשך פון דער צייט פון גלות, בפרט אין דער לעצטער תקופה פון גלות, עקבתא דמשיחא. און וויבאַלד ס'איז אַלעמאָל דאָ די הבטחה הקב"ה עוזרו — אַז דער אויבערשטער העלפט דעם מענטשן אין יעדער גוטער זאַך וואָס ער איז אַנטשלאָסן צו טאָן, און גיט אים די אַלע נויטיקע כחות אויף דעם — על אחת כמה אין דער תקופה ווען מ'דערנעענטערט זיך ממש צו די טעג פון „אראנו נפלאות", נפלאות אויך אין דעם אופן און אין דער מאָס פון הקב"ה עוזרו.
263אַ ווייטערדיקע נקודה וואָס מ'געפינט סיי באַ דער גאולה פון מצרים און סיי באַ דער צוקונפטיקע גאולה, איז אין דער שטרעבונג און טעטיקייט פון אַ אידן צו דערפילן זיין טלעכע שליחות אין דער פולסטער מאָס — סיי אַלס אַ יחיד, אַן עולם מלא, און סיי אַלס אַ טייל פון דעם גאַנצן פאָלק, דעם עם עולם וואָס באַשטייט פון אַלע דורות אידן עד סוף כל הדורות, ווי געשריבן מער בארוכה אין דעם פריערדערמאָנטן בריוו. און אין דעם זיינען פאַראַן פאַרשידענע צייטן: אַ צייט ווען די הדגשה איז מער אויף זיין טעטיקייט אַלס אַ יחיד, און אַ צייט ווען די הדגשה איז מער אויף זיין טעטיקייט אַלס אַ חלק פון ציבור.
אין אַלגעמיין ווערט באַ יציאת־מצרים אונטערשטראָכן דער ענין פון ציבור — אידן אַלס אַ פאָלק און אַלס צבאות השם; כאָטש ביים אָנהויב פון גלות מצרים און אויך שפּעטער נאָך יציאת־מצרים און מתן־תורה, געפינען מיר אַ הדגשה אין דער פאַנאַנדערטיילונג פון אידן אין באַזונדערע משפּחות, שבטים, דגלים, כהנים לוים און ישראלים וכו', און באַ זיי אַלע די פאַנאַנדערטיילונג אין די צען סוגים פון ראשיכם שבטיכם גו' עד שואב מימיך.
אַזוי אויך בנוגע דער צוקונפטיקער גאולה איז די הדגשה אויף דער פאַראייניקונג און פאַראיינציקונג פון יעדערן מיט אַלעמען אין איין גאַנצן כלל ישראל, ווי עס ווערט אויך אונטערשטראָכן אין פסוק: „קהל גדול ישובו הנה", און ווי חכמינו ז"ל זאָגן אין מדרש: „אין ישראל נגאלין עד שיהיו כולן אגודה אחת".
די אָפּלערנונג דערפון, במעשה בפועל, וואָרום המעשה הוא העיקר, איז אַז אין דעם חלק פון מעשינו ועבודתינו וואָס איז פאַרבונדן דירעקט מיט דער גאולה, גאולה השלימה, דאַרף אַ איד זיין דורכגענומען מיט דער שטרעבונג און מיט פעולות וועלכע קאָנצענטרירן זיך ספּעציעל אַרויסצוברענגען בגלוי ווי אַזוי אַלע אידן זיינען אַן עם אחד, אפילו ווען מ'איז נאָך מפוזר ומפורד בין העמים; אַן עם אחד וואָס איז גוי אחד בארץ, ד. ה. אַז די אחדות זיינע קומט צום אויסדרוק ניט נאָר אין רוחניות'דיקע ענינים, ווי תפלה בציבור, תורה ברבים אד"ג, נאָר אויך אין גשמיות'דיקע — ערדישע (בארץ) זאַכן, ווי אכילה ושתי', מסחר, פרנסה וכו', וואָס אין אַלע זאַכן, בכל מעשיך און בכל דרכיך, זעט זיך אָן אַז ס'איז אַ גוי אחד, וויבאַלד264אַז יעדער איד פאַראיינציקט זיך מיט אַלע אידן דורכדעם וואָס אויך אַלע זיינע גשמיות'דיקע ענינים ווערן געטאָן על פי תורה אחת, די זעלבע ביי אַלע און יעדער אידן. און דאַן איז, אדרבה, ניט נאָר וואָס די פאַרשידנקייט צווישן אידן אין אַלע סוגים פון ראשיכם שבטיכם ביז שואב מימיך שטערט ניט, ח"ו, צו דער אחדות, נאָר פאַרקערט, דאָס ווערט אויסגענוצט אויף משלים צו זיין (ערגענצן) איין סוג דעם צווייטן און אַלע סוגים. און דאָס ברענגט אויך אַרויס די שלימות פון יעדן יחיד אַלס אַן עולם מלא צוזאַמען מיט די שלימות פון עם אחד, און ביידע אין דער פולסטער מאָס — וואָס, ווי אויבנגעשריבן, דאָס איז אַן עיקר'דיקע הכנה און תנאי צו דער גאולה שלימה בקרוב ממש.
די דאָזיקע נקודה ווערט אויך אונטערשטראָכן גלייך באַם אָנהויב פון ימי חג המצות, אין דעם סדר של פסח, וואָס איז פאַרבונדן מיט אכילה (מצה) און שתי' (ד' כוסות), און איז אָנגעזאָגט געוואָרן כנגד ארבעה בנים: אַז מ'קלייבט צוזאַמען אַלע בנים צום סדר־טיש און מ'פּראַוועט מיט זיי דעם סדר פסח כהלכתו. דאַן, כאָטש פריער זיינען זיי געווען צוטיילט אין פיר פאַרשידענע און פאַרשידנאַרטיקע סוגים: אחד חכם וכו' — יעדער איינער אַן אחד פאַר זיך, מיט זיין אייגענער הנהגה וכו', אָבער בשעת מ'פּראַוועט מיט זיי אַלעמען דעם זעלבן סדר, און מ'דערקלערט זיי די באַדייטונג פון פסח מצה ומרור, פון דעם ענין פון יציאת־מצרים, מעבדות לחירות, ווערט בטל די אָפּגעזונדערטקייט און מ'ווערט אַלע ווי איינער, ביז מ'פאַרענדיקט דעם סדר מיט אויסרופן — אַלע צוזאַמען ובקול רם, מיט באַגייסטערונג און שמחה — די ג־טלעכע הבטחה: „לשנה הבאה בירושלים" —
— דאָס איז ניט אין סתירה ח"ו צו „אחכה לו בכל יום שיבוא" — אַז מיר ערוואַרטן יעדן טאָג אַז משיח צדקנו קומט, וואָרום דאָס מיינט — אַז דער קומענדיקער סדר וועט זיין בעלי' לרגל לירושלים עיר הקודש, צום בית־המקדש, „מקדש אדנ־י כוננו ידיך", דער מקדש השלישי וואָס דער אויבערשטער אַליין וועט אויפריכטן, בקרוב בימינו ממש, גלייך נאָך דעם איצטיקן יום —
265און מ'וועט זען, עין בעין, אַז אנכי ה' אלקיך המעלך מארץ מצרים הרחב פיך ואמלאהו — אַז דער אויבערשטער, וואָס האָט יעדן אידן בפרט און אַלע צוזאַמען אַרויסגעפירט און דערהויבן פון מצרים, וועט זיין, כימי צאתך מארץ מצרים — ער דערפילט די אַלע פאַרלאַנגען און צרכים פון יעדן אידן און אַלע אידן, און אין אַן אופן פון הרחב — בני חיי ומזוני (און באַ זיי אַלע אין אַן אופן פון —) רויחי, ווייל עס קומט דורך דעם וואָס השם אלקי צבאות יאָר פניו אלינו, עס קומט דורך באור אויה
און ווי עס שטייט בסיום (אין אָפּשלוס) פון דעם מזמור: ויאכילהו מחלב חטה ומצור דבש אשביעך — ער שפּייזט אים מיט דעם פעטס פון ווייץ (געמיינט — אַלע נויטיקע באַדערפענישן) און מיט האָניג (געמיינט — אַלע עניני תענוג) פון אַ פעלז זעטיקט ער אים, פולקאָם באַפרידיקט, זאַט,
אין איינקלאַנג מיט דער ג־טלעכער הבטחה: כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות, בגאולה האמיתית והשלימה בקרוב בימינו ממש.
בכבוד ובברכת חג הפסח
—266ב"ה, יום ג' שהוכפל בו כי טוב,
פ' ויקרא אל משה,
ראש חודש ניסן, ה'תשמ"ג
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
עס איז מערערע מאָל אונטערשטראָכן געוואָרן, אַז יעדער יום־טוב אַנטהאַלט אַלגעמיינע און אויך פרטיות'דיגע אָנווייזונגען, ניט נאָר פאַר די טעג פון דעם יוםטוב אַליין, נאָר אויך פאַר אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר,
בפרט דער יום־טוב פסח — דער ערשטער פון אַלע ימים־טובים.
267דאָס באַציט זיך אויף אַלע ענינים פון דעם יום־טוב, און אין נאָך אַ גרעסערער מאָס אויף די הויפּט־שטריכן זיינע, ועל אחת כמה וכמה — די וועלכע בייטן זיך ניט און זיינען גילטיג סיי אין דער צייט פון בית־המקדש און סיי בזמן הגלות און — בכל מקום (אין יעדער אָרט),
וועלען מיר זיך דאָ אָפּשטעלן אויף ספּעציעלע ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט צוויי פון די נעמען פון דעם יום־טוב פסח: זמן חרותנו און חג המצות, וואָס מיט די ביידע נעמען ווערט דער יום־טוב באַצייכנט מערערע מאָל אין די תפלות און ברכות וכו', און זיי שפּיגלען אָפּ די ענינים פון דעם יום־טוב וועלכע זיינען גילטיג בפועל אויך בזמן הזה ובכל מקום
מה שאין כן דער נאָמען „חג הפסח" וואָס איז פאַרבונדן מיטן קרבן פסח וואָס איז נוהג בפועל נאָר בזמן הבית, אָדער „מועד חודש האביב", וואָס איז פאַרבונדן מיט אונזער (כולל — ארץ מצרים) חצי כדור, צפון'דיגען האַלב ערד קוגל.
וואָס איז די שייכות פונעם אינהאַלט פון חירות און מצות און זייער מיין, און אויך אין זייער הוראה (אָפּלערנונג) און השפּעה אויפן גאַנצן יאָר, יעדער טאָג פון יאָר:
זמן חרותנו, „די צייט פון אונזער באַפרייאונג", מיינט ניט נאָר די באַפרייאונג פון אונזער פאָלק בני ישראל, צבאות השם, פון פיזישער פאַרשקלאַפונג אַמאָל אין מצרים; נאָר אויך, כפשוטו, אונזער (אמת'ר) חירות, די באַפרייאונג פון יעדן איינעם און איינע פון אונז,
ווי דער ענין „יציאת מצרים" ווערט דערקלערט אין תורה שבכתב און תורה שבעל פה און אין דער הגדה גופא; אָנהייבנדיג דערמיט אַז: לא את אבותינו בלבד גאל הקדוש ברוך הוא ממצרים אלא אף אותנו גאל עמהם (ניט נאָר אונזערע עלטערן אַליין האָט דער אויבערשטער אויסגעלייזט פון מצרים, נאָר אויך אונז האָט ער אויסגעלייזט מיט זיי), און אַז די (אינערלעכע) כוונה און תכלית פון יציאת מצרים איז געווען — בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה268(ווען דו וועסט אַרויספירן דעם פאָלק פון מצרים וועט איר דינען דעם אויבערשטן אויף דעם באַרג), דאָס הייסט, מתן תורה בהר סיני. וואָרום נאָר דורך תורה און מצות דערגרייכט אַ איד אמת'ע חירות — די באַפרייאונג פון גייסטיגער פאַרשקלאַפונג, סיי פון השפעות פון דרויסן (בפרט — ניט נתפּעל צו ווערן פון דער דרויסנדיגער וועלט און באַפרייען זיך פון אַ שקלאַפערישע געפאַלנקייט און שפלות לגבי דער ניט־אידישער וועלט וכו'); און סיי פון די אינערלעכע נטיות און געוואוינהייטן, די אייגענע „מצרים" (מצרים וגבולים, באַשריינקונגען) וואָס שטערן אַ אידן דערגרייכן די פולסטע שלימות — די אייגענע שלימות צוזאַמען מיט שלימות העם, דורך אמת'ע אהבת און אחדות ישראל;
וואָס איינע פון די גאָר שטאַרקע שטערונגען צו דעם איז וואָס אדם קרוב אצל עצמו (פון דער נאַטור איז אַ מענטש „נאָענט" צו זיך), וואָס קען ברענגען דערצו אַז ער זאָל מאַכן אַ גאָר גרויסן אונטערשייד און אויפבויען אַ מחיצה צווישן זיך און אַ צווייטן אידן, חס ושלום.
דערפון איז אגב אויך פאַרשטאַנדיג פאַרוואָס זמן חרותנו איז פאַרבונדן (באַלד ביים אָנהייב פון סדר של פסח, וואָס מ'פּראַוועט בדרך חירות) מיט דעם אויסרוף כל דכפין ייתי וייכול, כל דצריך ייתי ויפסח (יעדערער וועלכער איז הונגעריג זאָל קומען און עסן, יעדערער וועלכער נויטיגט זיך זאָל קומען און פּראַווען פסח) — מ'לאַדט איין צום סדר־טיש ניט נאָר קרובים אָדער גוטע פריינד, נאָר כל דכפין און כל דצריך, אידן אַן אונטערשייד, אין איינקלאַנג מיט אמת'ע אהבת ישראל צו כל ישראל (ניט בלויז צו קרובים און גוטע פריינד).
דעריבער איז באַ דעם ערשטן זמן חרותנו גלייך באַם אָנהייבס רעדן וועגן דעם מיט פרעה'ן — געווען דער תנאי בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו (מיט אונזערע יונגע און אַלטע, מיט אונזערע זין און טעכטער) — און דערנאָך באַ יציאת מצרים, זיינען אַלע אידן, פון אַלע שבטים, אַרויס פון מצרים, קיין איינאונאיינציגער איד איז ניט פאַרבליבן אין גלות — אַלע צוזאַמען אָן קיין אונטערשייד אין דעם זעלבן הרף עין — זעלבער רגע.
269דער ענין פון חג המצות באַשטייט פון צוויי טיילן: דער חיוב צו עסן מצה, און די שלילה פון עסן חמץ, ביז אַז אפילו בל יראה ובל ימצא.
אין דעם גופא איז דאָ אַן אונטערשייד: דער חיוב פון עסן מצה האָט אַ שיעור אין כמות (קואַנטיטעט) און אין זמן (מען איז יוצא מיט אַ כזית מצה אין די ערשטע נעכט פון פסח — דערנאָך קען ער אויסקומען מיט מצה עשירה (אייער מצה א. ד. ג.), אָדער מיט אַנדערע מאכלים, פלייש, פיש א. ז. וו. אַבי ניט חמץ). דער איסור פון חמץ אָבער איז אַן אַבסאָלוטער, אפילו אַ משהו חמץ, און אין יעדן רגע (משהו זמן) פון גאַנץ חג המצות.
אין דעם איז פאַראַן אַ רמז און אָפּלערנונג פאַר דעם נשמה־לעבן פון אַ אידן, וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דער נאַטירלעכער אייגנשאַפט פון חמץ און מצה.
די נאַטור פון חמץ איז וואָס די טייג גייט אויף און הייבט זיך אַלץ מער און מער, און דאָס גיט אויך אַריין אַ ספּעציעלן געשמאַק אין דעם אָפּגעבאַקטען ברויט. מצה באַשטייט אין דעם אַבסאָלוטן היפך פון דעם — מ'לאָזט ניט כלל די טייג זאָל אויפגיין און הייבן זיך.
ווערט דערקלערט אין ספרים אַז חמץ איז אַ רמז אויף גאוה און גסות־הרוח, וואָס כאַפּן זיך אַריין, ר"ל, אין טאָ־טעגלעכן לעבן. צוזאַמען דערמיט ווערט אויך דערקלערט, אַז די מידה פון גאוה איז דער שורש פון אַלע ניט געוואונשענע זאַכן, ווי עס שטייט אויך אין פסוק תועבת ה' כל גבה לב (דער אויבערשטער האָט פיינט אַ בעל־גאוה), און ווי די חכמים זכרונם לברכה זאָגן אַז בנוגע אַ מענטשן וואָס האָט גסות־הרוח זאָגט דער אויבערשטער אין אני והוא יכולים לדור בעולם (איך און ער קענען ניט וואוינען צוזאַמען אין דער וועלט), און נאָך מאמרי חכז"ל אין דעם גייסט.
270דעריבער איז איינער פון די טעמים (כאָטש אַלע ציווים פון השי"ת דאַרף מען מקיים זיין אַלס טלעכע אָנזאָגן, און ניט צוליב אַנדערע טעמים) פאַרוואָס דער איסור חמץ איז אפילו אין אַ משהו, דאָס איז אַן אָנדייטונג, אַז גאוה און גסות־הרוח דאַרף מען שולל זיין אינגאַנצן.
נאָכמער. וויבאַלד אַז מ'האָט צו טאָן מיט „חמץ" אַ גאַנץ יאָר, באַם טאָן פרנסה, ששת ימים תעבוד (זעקס טעג זאָלסטו אַרבעטן), אין אַ וואָכעדיגע, גשמיות'דיגע וועלט, מיט וואָכעדיגע השפעות וכו', איז כמעט אומפאַרמיידלעך אַז עס זאָל זיך ניט אַריינכאַפּן אַ מחשבה פון ישות, אַ ביסעלע „איך־און־זיך", אד"ג, און בפרט, ווי אויבנדערמאָנט דער געפיל פון אדם קרוב אצל עצמו — קען דאָך זיין, אַז די דאָזיגע הנהגה זאָל ניט נאָר ווערן אַ טבע שני (אַ צווייטע נאַטור), נאָר זאָל אויך ווערן אָפּגעלייגט באַ זיך אַז זי איז גאָר אַ באַרעכטיגטע און יושר'דיגע, כביכול, דאַרף מען דאָס באַוואָרענען נאָך מער, ביז אויפן שטאַרקסטן אופן.
דעריבער, אַז עס קומט ערב־פסח דאַרף מען אויך דורכפירן באַ זיך אַליין אַ גרינטלעכע „בדיקת חמץ" און „ביעור חמץ", פולשטענדיק אויסצוראַמען דעם אָנגעקליבענעם „חמץ" פון אַ גאַנץ יאָר, ווי קליין און נישטיג דאָס זאָל ניט זיין, אפילו אַ „משהו"; און דאַן ערשט שטרענג אויסהיטן זיך און די גאַנצע שטוב פון אַ משהו חמץ די גאַנצע וואָך פון פסח (מיטן צוגאָב פון יום־טוב שני של גלויות — אין גלות — אַן אכטן טאָג), וואָס דאָס איז כולל אַ זונטאָג, אַ מאָנטאָג אאַ"וו, יעדן טאָג פון דער וואָך. ביז אַז — לא יראה ולא ימצא.
און דאָס אַלעם, צוזאַמען מיט דעם חיוב פון אכילת מצה, מצה לערנט און גיט אַריין, אין אַ אידן דעם כח צו שטעלן זיך מיט אַ שטאַרקייט קעגן די וואָכעדיגע השפעות פון דער וואָכעדיגער וועלט, און בייקומען אויך די אייגענע אומגעוואונשענע נטיות כדי צו דערגרייכן אַן אמת'ן זכר ליציאת מצרים — די גרעסטע מאָס פון אמת'דיגע חירות יעדן טאָג פון אַ גאַנץ יאָר,
271עס קומט דער חיוב צו דערמאָנען יציאת־מצרים יעדן טאָג, און נאָכמער — צוויי מאָל אַ טאָג, סיי ביום (ווען ס'איז ליכטיג) און סיי בלילה (ווען ס'איז פינצטער אין דרויסן).
מ'האָט געפּראַוועט דעם יום־טוב פון חג המצות, זמן חרותנו, ווי עס באַדאַרף צו זיין, העלפט די דערמאָנונג אַז אַלע טעטיקייטן אין טאָ־טעגלעכן לעבן ווערן דורכגעדרונגען מיט דעם אינערלעכן אינהאַלט פון חג המצות און זמן חרותנו; מען באַפרייט זיך פון אַלע באַגרענעצונגען און בלבולים און מ'פירט דורך די שליחות פון דעם אויבערשטן תעבדון את האלקים, אני נבראתי לשמש את קוני (איך בין באַשאַפן געוואָרען צו דינען השם), דורך מקיים זיין זיין תורה און מצות — בפרט די מצוה וואָס איז אַ כלל גדול בתורה, ואהבת לרעך כמוך; און אויך אין אַלע עניני רשות, פרנסה וכו' איז מען מקיים בכל דרכיך דעהו און כל מעשיך לשם שמים, טוב לשמים וטוב לבריות, און דאָס אַלעס — בשמחה וטוב לבב —
וואָרום ווי עס איז געווען באַם ערשטן זמן חרותנו איז אנכי הוי' אלקיך המעלך מארץ מצרים (השם אַליין, ניט נאָר ער לייזט אויס, נאָר ער הייבט דיך אַרויס און הייבט דיך אויף פון (און דורך) דעם גלות פון ארץ מצרים).
ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע פון אונז, בתוך כלל ישראל, זאָל האָבן אַן אמת כשר'ן חג המצות, בגשמיות וברוחניות, מיט אמת'ע חירות פון אַלע ענינים וועלכע שטערן צו מנוחת הנפש און מנוחת הגוף,
און דאָס זאָל זיין אַ הכנה קרובה ממש צו דער פולסטער חירות וואָס די גאולה השלימה והאמתית וועט ברענגען יעדן אידן און אַלע אידן, און עס וועט מקויים ווערן: מהר והביאנו לשלום מארבע כנפות הארץ, והיו עיניך רואות את מוריך (אייל זיך און בריינג אונז — צו אונזער לאַנד — מיט שלום פון אַלע פיר עקן וועלט און דיינע (דעם אידענ'ס) אויגען וועלן זען דיין פירער (השם)),
272און דורך די אידן, — אין דער גאַנצער וועלט: והלכו גוים לאורך, ונגלה כבוד
הוי' וראו כל בשר גו' פחד הוי' והדר גאונו (או ליכט, און עס וועט אַנטפּלעקט ווערן דער כבוד „קערפּער", אַלע וועלן זען גו' (און פילן) דעם פראַכט פון זיין גרויסקייט).
בכבוד ובברכה
לחג הפסח כשר וש און די פעלקער וועלן גיין נאָך דיין פון אויבערשטן און אַלע און יעדער פחד פאַר דעם אויבערשטן און די273ב"ה, יום הששי ערש"ק פ' צו, שבת הגדול,
י"א ניסן, ה'תשמ"ג
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
בהמשך צום בריוו פון ראש־חודש ניסן, אין וועלכן עס זיינען באַרירט געוואָרן אייניקע הויפּט־ענינים בנוגע די ספּעציעלע אָפּלערנונגען פון חג המצות, זמן חרותנו,
און נעמענדיק אין באַטראַכט די העכסטע וויכטיקייט פון דעם יום־טוב אַלס ערשטער און ראש („קאָפּ") פון אַלע ימים־טובים,
איז כדאי אויפקלערן אַ ביסל ברייטער און טיפער געוויסע נקודות,
אָנהויבנדיק מיט דעם ענין פון חמץ און מצה אין רוחניות'דיקן זין, וואָס חמץ (לויט דער נאַטור פון זויערטייג — צו הויבן זיך) שטעלט פאַר גאוה און ישות, און מצה (דער היפוך פון חמץ) — די פולסטע מאָס פון עניוות, ביז ביטול היש; וואָס אין דעם קומט די הוראה אַז איסור חמץ איז במשהו, גאוה און ישות דאַרף מען שולל זיין אינגאַנצן, און מען שטייט אין דער דרגא פון ביטול היש — און דאַמאָלסט קען מען דערגרייכן אמת'ע גייסטיקע חירות — אין פולן זין פון חג המצות און זמן274חרותנו, און דורכפירן בפועל, אין דער פולסטער מאָס, די ־טלעכע שליחות וואָס איז געגעבן געוואָרן יעדן אידן, מאַן און פרוי: אני נבראתי לשמש את קוני (איך בין באַשאַפן געוואָרן צו דינען מיין באַשעפער),
ווי דער ענין איז דערקלערט געוואָרן אין אַלגעמיינע שטריכן אין דעם פריערדיקן בריוו.
איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז עס ווערט פאַרלאַנגט פון אַ מענטשן, אַז ער זאָל אַרויסברענגען און אַנטוויקלען אין זיך צוויי תכונות (גייסטיקע אייגנשאַפטן, מידות):
פון איין זייט, פאַרלאַנגט די תורה, תורת־חיים (אָנווייזונג אין אָ־טעגלעכן לעבן) און צוזאַמען דערמיט תורת־אמת (מיט אַן אמת'דיקייט), אַז ער זאָל זיך שטעלן מיט דער גרעסטער פעסטקייט קעגן אַלע אַזוי־גערופענע וואָכעדיקע איינפלוסן וואָס שטערן דורכצופירן דעם ציל פון זיין באַשאַפונג (דינען דעם אויבערשטן דורך דער טעגלעכער הנהגה על פי תורה און שולחן־ערוך), ביז מסירת־נפש;
פון דער אַנדער זייט, פאַרלאַנגט די זעלבע תורת־חיים און תורת־אמת, אַז ער זאָל שולל זיין (אָפּוואַרפן) יעדן געפיל פון גאוה און ישות, און דאָס אויך ביז טאָטאַלער שלימות'דיקייט, לויט דעם אויסדרוק פון פסוק ונחנו מה („מיר זיינען גאָרנישט").
שטעלט זיך די פראַגע: ווי קענען ביידע — לכאורה קעגנגעזעצטע — זאַכן דערפילט ווערן אין דעם זעלבן מענטשן, אין דער זעלבער צייט, און מיט דער פולער (ד. ה. די זעלבע) שטאַרקייט און אמת'דיקייט?
ס'איז איבעריק צו אונטערשטרייכן, אַז דער ענטפער אין דעם דאַרף זיין פאַרשטאַנדיק און איבערצייגענד פאַר אַ גאָר איינפאַכן מענטשן, וויבאַלד אַז ביידע תכונות ווערן פאַרלאַנגט פון יעדן אידן; און אויך דער גדול שבגדולים דאַרף אָנקומען צו אַן ערקלערונג אין דעם, ואדרבא — צו אַ טיפערע ערקלערונג, וויבאַלד אַז די שלימות וואָס ווערט פון אים געפאָדערט איז אין אַ העכערן אופן, לויט זיין מדריגה.
275דער ענטפער אין דעם איז — היא הנותנת: וויבאַלד אַז יעדער טאָג און יעדער רגע פון דער מציאות פון אַ אידן איז פאַרבונדן מיט דינען דעם באַשעפער, וואָס דאָס איז דער יסוד און תכלית פון בריאת־האדם, אני נבראתי לשמש את קוני, בריינגען גטלעכקייט אין וועלט — איז פאַרשטאַנדיק, אַז די וואָכעדיקייט וועלכע איז ניט איינשטימיג מיט דעם שימוש, טאָר ער ניט, נאָכמער — זייענדיק נברא צוליב דעם שימוש — קען ער זיך כלל ניט רעכענען מיט דער וועלט, און ער האָט די שטאַרקייט אַזוי צו זיין וויבאַלד אַז דאָס איז די שליחות פון דעם אויבערשטן, וואָס ער איז דער באַשעפער און דער בע־הבית פון דער גאַנצער וועלט —
ווי די תורה דערציילט, אַז דאָס איז געווען די הנהגה פון דעם ערשטן אידן, אחד הי' אברהם, וואָס ווערט אָנגערופן „העברי", ווייל ער איז געווען אַן אחד, דער איינציקער, אין זיין צייט, מעבר אחד (פון איין זייט), און די גאַנצע וועלט איז געווען אויף דער צווייטער זייט, און סוף סוף האָט ער מנצח געווען, דורכגעפירט וואָס ער האָט געדאַרפט טאָן. און דעם כח האָט ער איבערגעגעבן בירושה צו יעדן אידן און אַלע אידן עד סוף כל הדורות.
דעריבער, ווען אַ איד טראַכט זיך אַריין, אַז זיין גאַנצע מציאות איז דאָס וואָס ער האָט דעם אויבערשטנ'ס שליחות, צוזאַמען מיט די כוחות פון דעם אויבערשטן דורכצופירן די שליחות, מוז דאָס גיין ביי אים צוזאַמען מיטן געדאַנק כשאני לעצמי מה אני: פאַר זיך אַליין, אפילו די קלענסטע אָפּנויגונג פון דער ג־טלעכער שליחות, איז ער „גאָרנישט מיט גאָרנישט". במילא, וואָס שטאַרקער ער שטעלט זיך דורכצופירן זיין ג־טלעכע שליחות, דורך תורה און מצוות אין אַלע געביטן פון טאָגטעגלעכן לעבן, אַלץ מער איז ביי אים אָפּגעפרעגט יעדער געדאַנק פון „איך און מיך", פון גאוה און ישות.
אין אַנדערע ווערטער: ווען ביידע אויבנדערמאָנטע תכונות זיינען באַזירט אויף דעם אין־ון־איינציקן יסוד פון אני נבראתי לשמש את קוני, זיינען זיי ניט נאָר ניט קעגנגעזעצטע, נאָר אדרבא, זיי פאַרשטאַרקן איינע די צווייטע.
דאָס איז גערעדט ווי דער ענין איז פאַרשטאַנדיק אין שכל און מחשבה. ווען עס קומט אָבער צו מעשה בפועל, מישט זיך אַריין טבע, די נאַטור פון דעם מענטשן, מיט וועלכע דער אויבערשטער האָט דעם מענטשן באַשאַפן, און דאָס איז, אַז הרגל נעשה טבע שני „אַ געוואוינהייט ווערט אַ צווייטע נאַטור" (אָדער ווי אַמאָל געבראַכט, הרגל נעשה טבע, סתם), ווי אויך דערמאָנט אין פריערדיקן בריוו.
276דער מענטשלעכער לעבן, אויך דער אידישער לעבן, איז אַזוי איינגעשטעלט, אַז אין כמות (קוואַנטיטעט) גיט דער מענטש אָפּ מער צייט און מי אויף אַזוינע אַקטיוויטעטן — ווי עסן, טרינקען, פרנסה, אָפּהיטן דעם געזונט, רוען וכדומה — וואָס אין זיי שטייט די אייגענע מציאות בהדגשה; און ווען ער גיט זיך אָפּ מיט זיי, במעשה, בדיבור און אפילו במחשבה, טוט ער אין דעם נוצנדיק זיינע הענט פיס קאָפּ אַ. ז. וו. זיינע אייגענע כוחות.
נאָכמער: אפילו אין עניני תורה און מצוות, איז אויך פאַראַן אַ חשוב'ער טייל וועלכער איז פאַרבונדן מיט דער פאָדערונג פון תורה, אַז ער זאָל אויסנוצן זיינע כוחות און מעגלעכקייטן, אין דער פולסטער מאָס; כל עצמותי תאמרנה (אַלע מיינע אברים רעדן), ער זאָל זיך „קאָכן" אין לערנען תורה, האָרעווען און פאַרשטיין מיט זיין שכל, און האָבן אין דעם אַ (גייסטיקן) געשמאַק און פאַרגעניגן.
אַזוי אויך אין עשיית המצוות כולל צדקה און גמילות־חסדים, וואָס זיינען שקול כנגד כל המצוות; און כאָטש די העכסטע מעלה אין דעם איז מתן־בסתר, דאַרף עס זיין בכל לבבך ובכל נפשך. און נאָכמער באַ באַשטימטע געלעגנהייטן מוז מען אָנקומען צו דער הלכה פון מצוה לפרסם עושי מצוה („ס'איז אַ מצוה מפרסם צו זיין די וועלכע טוען מצוות"), בפרט ווען דורכדעם דערגרייכט ער די מעלה פון יתן ויתנו אחרים, אַז אויך אַנדערע טוען ווי ער.
אמת טאַקע, באַ דעם אַלעם — הויבט ער אָן יעדן איינצעלנעם טאָג מיט מודה אני לפניך מלך, אַז ער איז מודה און אַנערקענט, אַז דער אויבערשטער איז דער לפניך מלך — ניט נאָר מלך העולם, נאָר אויך זיין מלך פאַר וועלכן ער שטייט; און במשך פון טאָג האָט ער קביעות עתים לתורה, תורת השם, ולתפלה, וואָס דאַמאָלסט ווייס ער לפני מי אתה עומד, וכו'; אָבער וויבאַלד אַז די אַלע זאַכן זיינען — אין כמות — ווייניקער ווי די עניני רשות און עניני חול, וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט „חמץ'דיקייט", ווי געזאָגט אויבן, ברענגט דאָס צו אַ חמצ'דיגען טבע שני.
דעריבער, כדי דאָס צו באַוואָרענען, און דאָס גופא אויסנוצן אין דער גוטער ריכטונג האָט תורת חיים (אַלס איינער פון די טעמים) באַשטימט אַ זמן אין יאָר ווען חמץ איז שטרענג פאַרבאָטן אין איינפאַכן זין, פאַרבאָטן במשהו, פאַרבאָטן במשך פון זיבן־אַכט טעג נאָכאַנאַנד, וואָס זיי שטעלן מיט זיך פאַר אַלע זונטאָג'ס, מאָנטאָג'ס277און אַלע אַנדערע טעג פון דער וואָך פון דעם גאַנצן יאָר, ביז אין אַן אופן פון בל יראה ובל ימצא. דאָס אונטערשטרייכט און באַווירקט דעם מענטשן אויסצוהיטן זיך פון „חמץ" אין גייסטיקן זין, און צו דערקוויקן זיך מיט „מצה" אין גייסטיקן זין, ביז אַז דער טיפערער געדאַנק פון מצה — דער ענין פון ביטול לקונו — ווערט דער איינציקער יסוד פון אַלע זיינע אַקטיוויטעטן אין אַלע טעג און וואָכן פון דעם גאַנצן יאָר. גלייכצייטיק נוצט ער אויס זיינע פייאיקייטן און קענטניסן אין דער פולסטער מאָס און שטאַרקייט, לויט דער אָנווייזונג, ווי דערמאָנט פריער כל עצמותי תאמרנה, אַלע רמ"ח אברים נעמען אָנטייל אין דעם שימוש לקונו: לימוד התורה, עבודת התפלה און קיום המצוות בהידור.
עס קומט־צו דערביי נאָך אַן אָפּלערנונג און אָנווייזונג, פון דעם וואָסחג המצות, זמן חרותנו, איז פאַרבונדן מיטן חודש ניסן, דער חודש הגאולה — אויסלייזונג ניט נאָר פון מצרים פון אַמאָל, נאָר אויך אויסלייזונג היינט און פון אַלע מיצרים און הגבלות (באַגרעניצונגען), סיי דרויסנדיקע און סיי אינערלעכע, ביז אין אַן איבערנאַטירלעכן וואונדערלעכן אופן (נס), ווי דאָס איז מרומז אין דעם נאָמען פון דעם חודש — ניסן — פון לשון „נס", העכער פון טבע (נאַטור).
די ספּעציעלע אָפּלערנונג דערפון איז, אַז ווען אַ איד פירט זיך, ווי אויבנדערמאָנט, מיט דער פולסטער שטאַרקייט פון כל עצמותי תאמרנה צוזאַמען מיט דעם פולסטן ביטול אין דורכפירן זיין ג־טלעכע שליחות אין טא־טעגלעכן לעבן, האָט ער דאַמאָלסט אַן אויסערגעוויינלעכע הצלחה, שלא בערך מער ווי לויט דער מאָס פון דער האָרעוואַניע וואָס ער האָט אין דעם אַריינגעלייגט; ווי חז"ל דריקן דאָס אויס אין דעם קורצן מאמר יגעת — ומצאת; די הצלחה פון דער יגיעה (האָרעוואַניע) איז אין אַן אופן פון ומצאת, אַ „מציאה", אַ געפונענע טייערע זאַך, וואָס די ווערט פון דער זאַך איז שלא בערך מער ווי די מי פון איינבויגן זיך און אויפהויבן און נעמען די זאַך צו זיך.
די דאָזיקע איבערנאַטירלעכע הצלחה איז ספּעציעל פאַרבונדן מיט'ן חודש ניסן, ווייל אין דעם חודש האָט דער אויבערשטער איינגעפירט אַ הנהגה נסיית278אַרויסנעמענדיק דעם אידישן פאָלק און אַלע אידן פון גלות מצרים, און האָט פאַרזיכערט, אַז ווען אַ איד איז אַנטשלאָסן צו פּראַווען „יציאת־מצרים" מיט זיך און אַרום זיך, העלפט אים דער אויבערשטער למעלה מדרך הטבע — כימי צאתך מארץ מצרים (ווי באַם אַרויסגיין פון מצרים), ווען עס איז געווען המעלך מארץ מצרים. ווי דאָס איז אויך אויסגעדריקט אין דער הבטחה: אדם מקדש עצמו מעט, מקדשין אותו הרבה, אַז אַ איד נעמט אויף זיך קדושה אפילו אַ ביסעלע, גיט מען אים אַ סאַך קדושה פון אויבן.
דאָס איז אויך מרומז אין תורה: אני אמרתי אלקים אתם ובני עליון כולכם, דער אויבערשטער זאָגט (וואָס דאָס איז אויך אַ נתינת־כח) צו אַלע אידן, אַז ער האָט יעדן איינעם און איינע געגעבן גטלעכע כוחות צו דערהויבן זיך, און אַלעמען אַרום, צו זיין אין דער מדריגה פון „אלקים — מלאכים" און „בני עליון", קינדער פון דעם אויבערשטן. מ'דאַרף נאָר וועלן.
ויהי רצון, אַז יעדערער און יעדערע, בתוך כלל ישראל, זאָל זיך צוגרייטן און פּראַווען דעם יום־טוב פון חג המצות זמן חרותנו, ווי עס בעדַרף־צו־ין ובשלימות, וואָס דאָס איז אויך כולל מיטנעמען מיט זיך און פאַרווירקלעכן בפועל די אָפּלערנונגען און אָנווייזונגען פון דעם יום־טוב אין אַלע טעג און יעדן טאָג פון אַ גאַנץ יאָר, סיי בנוגע זיך און בני־בית, און סיי בנוגע דער גאַנצער סביבה — דורך ווייזן אַ לעבעדיקן ביישפּיל און דורך האַרציקע ווערטער, ביז וואַנעט מ'איז מקיים אין דער פולסטער מאָס כל דכפין ייתי וייכול, כל דצריך ייתי ויפסח אויך אין גייסטיקן זין, און אַ גאַנץ יאָר, אַז יעדער איינער און איינע וועמען עס פעלט נאָך שלימות אין דער טעגלעכער הנהגה לויט די אָנווייזונגען פון דעם יום־טוב פסח, באַקומען זיי די נויטיקע דערמוטיקונג און פולע הילף צו דערגרייכן דאָס;
אָנהויבנדיק אַז יעדער איינער און איינע, בנערינו ובזקנינו, יונג און אַלט, און בפרט אַלע קינדער, און יעדער קינד — זאָלן האָבן, גאָר אין פשוט'ן זין, אַ כשר'ן און פריילעכן פסח, בגשמיות וברוחניות גם יחד,
279און גרייטן זיך מקבל זיין פני משיח צדקנו בגאולה האמתית והשלימה במהרה
280נוסח המברק שהואיל כ"ק אדמו"ר שליט"א
לשלוח לאנ"ש שי' בכל מרחבי תבל לקראת חג הפסח
ה'תשמ"א
שבת שלום וחג הפסח כשר ושמח ושמיד תקויים בקשת כל אחד ואחת האנשים והנשים והטףא בתוך כלל ישראל השם אלקים צבאות השיבנו האר פניך ונושעהב בגאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
281ה'תשמ"ג
ביום ההילולא של אדמו"ר הצמח צדק ואור לי"ד ניסן זמן הפסח —
אביע איחולי וברכותי לחג הפסח כשר ושמח וכולי, מתאים לראשיתו יום השלישי שהוכפל בו כי טוב טוב לשמים וטוב לבריות
ולקיומה בקרוב ממש בעגלא דידן אמירת השם בספר דוד מלכא משיחא:
אלקים אתם ובני עליון כולכם, כל אחד ואחת מישראל,
ואלקים נצב בעדת קל שלימות העם ביחד עם שלימות תורת הקל דקדים ואתא בבית המקדש השלישי בארצנו השלימה.
282בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א
להת' שיחיו, בעת ביקורו בתו"ת לפני עריכת הסדר,
ליל א' דחגה"פ ה'תשמ"א.
אַ כשר'ן און אַ פריילעכן פסח.
און אַזוי ווי דעם יאָר גייט מען אַריין אין פסח גלייך פון שבת, וואָס שבת איז ענינו תענוג, „וקראת לשבת עונג"א — זאָל מען ממשיך זיין די כשרות ושמחה מתוך תענוג בכל השנה כולה,
ובפרט דורך דערויף וואָס מ'מאַכט די התחלהב וכלי אויף דעם, דער ענין פון תענוג שבתורה, פנימיות התורהג — דער לימוד פון פנימיות התורה.
און דער תענוג זאָל שטיין בגלוי, אַזוי ווי אַלע ענינים פון פסח שטייען בגלויד.
און דורך דעם ענין פון „יפוצו מעינותיך חוצה" טוט מען אויף ביאת משיח צדקנוה גלייך — „מיד הן נגאלין"ו,
ובמילאז וועט זיין פסח פון שנה הבאה — בירושלים כפשוטו.
„ונאכל שם מן הפסחים ומן הזבחים", ווי מ'זאָגטח יי־יאָר (די ערשטע נאַכט פון פסחט) און „ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים", ווי מ'וועט זאָגן איבער־אַ־יאָרי,
בגאולה האמיתית והשלימה, ע"י משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.
וואָס דאָס אַלעסיא וועט זיין אַ הכנה קרובה צו דעם „יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים"יב.
אַ כשר'ן און אַ פריילעכן יו"ט.
*
283[אח"כ ביקש כ"ק אדמו"ר שליט"א שישימו נר יו"ט שברכו עליו — במקום שכל הת' שיחיו יראו אותו בשעת הקידושיג.
והסביר כ"ק אדמו"ר שליט"א:
בשעת מען הויבט אָן מאַכן קידוש (בשבת ועד"ז ביו"טיד) איז „טוב ליתן עיניו בנרות"טו. ומובן, אַז דער ענין וואָס טוט זיך אויף דורך דעם — איז ביותר וביותר ווען ער איז נותן עיניו אין די נרות וואָס מען האָט געמאַכט אַ ברכה אויף זיי (ובנדו"ד — צוויי ברכות).
נוסף לזה: נרות שבת ויו"ט טוען אויף כמה ענינים: „שלא יכשל בעץ או באבן"טז; בשעת מען עסט די סעודה לאור הנר אין מען מאחד ב' ענינים פון „עונג שבת"יז (ויו"ט); ועוד.
דערפאַר איז כדאי ס'זאָל זיין בשעת הסעודה (ולא רק בעת הקידוש) עכ"פ איין נריח שברכו עליו.
ובפרט ביו"ט, וואָס מען מאַכט אויך ברכת שהחיינו בעת הדלקת הנרות — וואָס דאָס גיט־צו אַ הוספה אין די נרות, און אין די אַלע ענינים (פעולות) וואָס די נרות טוען אויף].
284בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א
להתלמידים שיחיו ד"הדר התורה", בעת ביקורו לפני עריכת חסדר,
ליל א' דחגה"פ ה'תשמ"א.
אַ כשר'ן און אַ פריילעכן פסח.
און מ'זאָל ממשיך זיין די כשרות און שמחה בכל השנה כולה.
און אַזוי ווי דעם יאָר גייט מען אַריין אין פסח פון שבת, וואָס שבת איז ענינו „כל מלאכתו עשוי'"א און „וקראת לשבת עונג"ב — זאָל מען ממשיך זיין אויך דעם ענין התענוג בכל השנה כולה.
אַ כשר'ן און אַ פריילעכן יו"ט.
285שליט"א 6 0א16 8ת
מ אתתא 0ח ק8 80
0 13 8דק תת
: 0ת 5741 *1 פ0א עצק 8
8 3ק ק
7 8 0 — סת ת8 קא 0 8 ק8 ק8 ק 8 6 7
. 32 0ת3תא) 161 47061 11 0060 * ת10 — זמו תרותנו 61 47061
ע1 6 ( א 8 1 ק) ובשמחה ובטוב לבב
בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א
בעת ביקורו באולם עריכת הסדר עבור יוצאי רוסי' ע"י מוסד „פרי",
ליל א' דחגה"פ ה'תשמ"א.
— תרגום מרוסית הנ"ל —
אַ כשר'ן און אַ פריילעכן פסח,
און מיטנעמען די כשרות און די פריילעכקייט אויף אַ גאַנץ יאָר, עס זאָל זיין אַ כשר'ער און אַ פריילעכער יאָר אין אַלע הינזיכטן,
און איר זאָלט אינגיכן באַגעגענען זיך מיט אייערע קרובים און פריינט, וועלכע געפינען זיך נאָך דערווייל פון יענער זייט פון דעם „אייזערנעם פאָרהאַנג".
עס זאָל זיין „זמן חירותנו" — אַ פולשטענדיקע באַפרייאונג, און מיר אַלע צוזאַמען וועלן גיין אַנקעגן משיח צדקנו, און דאָס וועט ברענגען אַ באַפרייאונג פאַר אַלע אידן און פאַר דער גאַנצער וועלט,
ובשמחה ובטוב לבב.
286שליט"א 6 60ת ת
4ק אא:0ח ק8 80
3 8ק — ם
:ת0ת 5741 1ת פ0א עקת 8
לימוד התורה, חסידות ונגלה 8 את0ע תאץ 851 47061
מ8 2א מתתסת 1 (תא 1 2א — 1ק10 מאע13 8) 6 8 7 0 1 4761 עקם ץ 07ק ת0ק ת6 — ברכות ה' תע ס37 1 .3ק06 קא * ת60
עא 8 0 תס 2ג) חסיד, ירא שמים ולמדו ח7 *82 13ץ א2א 4761
0 1ת 1 ת קא ת0 ק3 ת61 47061 1
.א11 1אקת — על ידי משית צדקנו בקרוב ממש (א 6 0א68 ק03 מ 8:?6 0)
גד „1 105 זת מ3 שליטא 08ע שט"א 6 א68ת 4 ( 11
*
בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א
בעת ביקורו באולם עריכת הסדר עבור ילדים יוצאי רוסי' ע"י מוסד
„פרי",
ליל א' דחגה"פ ה'תשמ"א.
— תרגום מרוסית הנ"ל —
אַ כשר'ן און אַ פריילעכן פסח,
און מיטנעמען די כשרות און די פריילעכקייט אויף אַ גאַנץ יאָר.
איר זאָלט האָבן הצלחה אין לימוד התורה — חסידות און נגלה, און באַווירקן287אויף אייערע עלטערן, קרובים און פריינט, אַז אויך זיי זאָלן זיך פירן אויף אַ נאָך מער כשר'ן אופן.
און דאָס וועט מוסיף זיין אין ברכות ה', אין די ברכות פון דעם אויבערשטן אין אַלעם וואָס מען נויטיקט זיך.
זאָל יעדערער פון אייך זיין אַ חסיד, ירא שמים און למדן,
און איר זאָלט האָבן אַ געזונטן יאָר, אַ כשר'ן יאָר און אַ פריילעכן יאָר,
און בקרוב ממש דערנענטערן די גאולה ע"י משיח צדקנו בקרוב ממש.
[טרם צאתו הכריזו הילדים שיחיו: „יחי אדוננו מורנו ורבינו".
אח"כ ניגנו „ווי וואָנט משיח נאַו", וכ"ק אדמו"ר שליט"א השתתף בנגינתם כו'].
בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א
להתלמידות ד"מכון חנה" תחיינה, בעת ביקורו לפני עריכת הסדר,
ליל א' דחגה"פ ה'תשמ"א.
אַ כשר'ן און אַ פריילעכן פסח.
אַזוי ווי חג הפסח איז „ראש לרגלים"א, ד.ה. אַז דעמולט איז די התחלה פון אַלע ימים־טובים און ענינים דכל השנה כולהב — זאָלט איר ממשיך זיין די כשרות און פריילעכקייט פון חג הפסח בכל השנה כולה,
און משפיע זיין אַז אויך ביי אייערע קרובים און משפחות, אויך שבמקומות אחרים זאָל אַזוי זיין.
און אַזוי ווי חג הפסח איז „זמן חירותנו" — זאָל מען באַפרייט ווערן פון אַלע ענינים וואָס מ'דאַרף פון זיי באַפרייט ווערן.
אַזוי ווי דעם יאָר גייט מען אַריין אין פסח גלייך פון שבת, וואָס שבת איז ענינו תענוג — זאָלט איר ממשיך זיין אויך דעם תענוג בכל השנה כולה.
און די אַלע וואָס נויטיקן זיך אין אַ גוטן שידוך — זאָלן האָבן אַ גוטן שידוך, גוט בגשמיות וברוחניות, און איבער־א־יאָר פּראַווען אַן אייגענעם סדר, מיט דער אייגענער משפחה, און אויך (מקיים זיין די מצוה פון) הכנסת אורחיםג.
288לכל לראש אביע תודתי למר בעד שימת לבבו לשלוח לי ההגדה של פסח המסודרת על ידו עם בנו הצייר . . . שי'.
כיון שבודאי רוצה לשמוע תגובתי הכנה, בטח לא יקפיד על הערותי דלהלן. ולא אעמוד על הצד האמנותי של הוצאה זו, מאחר שאינני מומחה במקצוע זה, אבל רצוני לעמוד על נקודה עקרית בנוגע גישה יהודית והנהגה יהודית שיש לזה שייכות גם להגדה שלו.
ובהקדמה, שכרגיל אצל יהודים שמתחילים בדבר תורה: בטח התבונן שבין הציווים של תרי"ג מצוות יש הציווי העיקרי של „לא תוסיפו ולא תגרעו" (דברים ד, ב), שבהשקפה ראשונה צריך ביאור מדוע „לא תוסיפו" — וכי מה איכפת אם מוסיפים במצוות, ואפילו אם תמצא לומר שיש טעם שלא להוסיף, הרי לכאורה הי' צריך להקדים תחילה „לא תגרעו" ואח"כ „לא תוסיפו", כלומר לא רק „לא תגרעו" שזה חמור יותר, אלא אפילו „לא תוסיפו".
וביארו חכמינו ז"ל שבכדי לשלול את ה"לא תגרעו" הרי ראשית האזהרה והדיוק צריך להיות בה"לא תוסיפו", וההסבר בזה הוא, כי כשמקבלים עול מצוות לאמתתם כציווי מן השמים, הרי בודאי אין בה לא חסר ולא יתיר, ואם מוסיפים בזה, אפילו בכוונה טובה, ובפרט כשנראה שמצליחים בזה, נקל לבוא לידי טעות חמורה יותר ולומר הרי הוספתי והצלחתי על פי שכלי האנושי, יכולני לערב שכלי ולפסוק גם בה"לא תגרעו". שלכן הדרך הנכונה והפשוטה היא להתחיל באזהרה של „לא תוסיפו", ובפרט שיש ביהודי נכונות ורצון להוסיף ולהדר במצוות.
הקשר לההגדה שהו"ל בודאי יבין כבר בעצמו, והוא, שנוסח ההגדה כמובן מקודש ומדוייק — על ידי מסורה של כמה וכמה דורות, אפילו בנוגע לפיוטים שלאחרי הד' כוסות, וביתר שאת שבין כוס לכוס. ומובן שאין להוסיף ענינים צדדיים, ואין צריך לומר — ענין שהוא היפך דרוח ההגדה וחירות ושמחה, ובנידון דידן — ענין הזכרון לימי השואה.
על פי הנ"ל, ולאחרי סליחתו, מובן שהוספה האמורה, ובפרט באמצע ההגדה בין כוס לכוס, לא רק שאינה מתאימה, כי אם מנגדת ומערערת ענין ההגדה וכוונתה. ומלבד זה, הרי זכרון ימי השואה קובע ענין לעצמו, ועצם השואה והקדושים הי"ד „ראויים" שלא לעשותם ענין טפל לענין אחר ויהי' נעלה ביותר, ובשעה שמצב הרוח — לגמרי אינו מתאים להעריך את ענין השואה כדבעי.
ועוד זאת, אשר כמו שיש ציווי של אמירה במקומה „שפוך חמתך על הגויים אשר לא ידעוך", ועל דרך זה באופן חריף יותר קביעת „בין המצרים" ותשעה הימים משנכנס אב, ורק בימים שנקבעו לכך על ידי תורתנו, תורת חיים, הוראה בחיים, כן אין רשות להכניס לתוך מועדים לשמחה ענינים של היפך השמחה אלא במדה שהתורה מצווה ולימדה לעשות. ולכן בשעה שכל בני המשפחה מסובים לסדר של פסח, ומכניסים להגדה קטע בנוגע למאורע שבהתבוננות אפילו קלה בזה צריך לגרום זיעזוע נפשי עד היסוד, הרי זה מזעזע ענין ההגדה של פסח.
לכאורה, הרי אין צועקין על העבר, אלא שכיון שכל ענין בהשגחה פרטית289ושלח לי ההגדה שהו"ל, אין לי רשות לעבור עליו בשתיקה ולא להביע דעתי בענין שהוא עקרי. ועוד, ועיקר, שתקותי חזקה, אם רק יווכח באמתיות הכתוב לעיל, ישתדל להסביר לכל אלו שקבלו ההגדה שלו, בדוגמת התנאים וגדולי ישראל, דבר שאמרתי לכם מתחרט אני מזה, ולא התביישו כלל, שהרי שגיאות מי יבין. וכשיצליחו ה' וידפיס מהדורה חדשה, יוציא הקטע האמור לגמרי.
ויהי רצון שמיוסד על ה"אני מאמין" בביאת המשיח ובכל יום אחכה לו שיבוא, שיבוא בקרוב ממש ויגאלנו מגלות זה האחרון ולא יזכרו עוד כל הענינים שהם היפך השמחה, ובלשון הכתוב — כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות.
בכבוד ובברכה לחג הפסח כשר ושמח
. . . במ"ש אודות מסירת מפתח במכירת חמץ, בודאי ידוע לו אשר בכ"מ ועיירות — אפילו המדקדקים במצות, הנה בזמן האחרון אין עושים זאת. ואפשר כוונתו במכתבו הוא רק לפלפולא ולא בהנוגע להפועל.
במענה על מכתבו מט"ז ניסן והקודם לו, נהניתי במאד ממה שהתעסק לחלק מצה שמורה לחבריו מלפנים וגם עתה. ובודאי יכתוב בפרטיות יותר לאחר החג, ות"ח מראש. וכן בטח יכתוב ע"ד הנעשה בזה ע"י שאר אנ"ש — הידוע לו. וגדול זכות התעסקות זאת להמשיך הטבת הבריאות לאמו שתליט"א, נוסף על תוספת הברכה והצלחה בעניניו הוא ושל זוגתו תחי' למילוי משאלות לבבם לטובה בקרוב.
290. . . נעם לי במאד לקרות, אשר הכפילו הכמות דמצה שמורה שחלקו, שתקותי חזקה שלא רק בכמות נתוסף, אלא גם באיכות, ז. א. שאפילו אלו שקבלו אשתקד נתוסף שנה זו בההתעוררות שלהם ובפעולות מיכלא דמהימנותא בעניניהם, כיון שזהו לא פעם הראשונה ורושם פעם הראשונה בטח עודנו ישנו, שהרי קדושה אינה זזה ממקומה. ובפרט אם המעורר בא במגע בזמנים שונים בעניני התעוררות. וכותב הנני ע"ד האמור גם כדי להדגיש קיום הבטחת רבותינו הק' חזקה לתעמולה שאינה חוזרת ריקם, שזהו מוסיף כח בתעמולה מכאן ולהבא . . .
לאחרי הפסק הארוך — נתקבל מכתבו משושן פורים עם המוסגר בו. ויה"ר שימשיך בבשו"ט הן בעניניו הפרטים והן בענינים הכלליים, ובזה הענין שהזמן גרמא — חלוקת מצה שמורה ובפרט לאנשי הצבא, שמוכרח ששנה זו יתרבה מספר האנשים שיקבלו זה מאשר בשנים שקדמו, שהרי הכירו ובאו בקשר עם כמה מהם, וגם ההתעוררות ערה בשנה זו יותר משלפני' — נוסף על ההוראה הכללית שמוכרח הענין דמעלין בקדש דוקא. ומובן שדברי בזה הוא לכל המתעסקים בדבר, וברשותו וגם זכותו למסור זה לכולם, שהרי הזמן קצר.
שמחתי לידיעות הראשונות אודות החגיגה דפורים בכפר־חב"ד, ובטח, כמו בכל הענינים, ישאיר קישור מתמיד והולך ומתרחב עם אלו שביקרו שם, שבודאי תהי' האפשריות לנצל קישור זה להפצת היהדות והחזקתה. ובכגון דא — בטח גם להם, עכ"פ לחלק חשוב מהם, יש להמציא כזית מצה שמורה . . .
בברכה לבשו"ט בכל האמור
במענה למכתבו מה' ניסן, בו כותב אודות הקס"ד לנסוע מ . . . לימים האחרונים של פסח.
ומובן הפלא שבדבר, שהרי זהו הפסח הראשון בק"ק, ראש לרגלים זמן חירותנו ויציאה מן הקצה אל הקצה, וזוהי שעת הכושר אשר חברי הקהלה צריכים לצפות להשפעה מיוחדה ולהתעוררות מיוחדה, ואם בימים הראשונים כך, בימים האחרונים291עאכו"כ, ומשני טעמים, כיון שבאים הם לאחרי הכנה דימים הראשונים וימי חוהמ"פ, ועוד שהרי שביעי של פסח קרי"ס ואחרון של פסח — הוא ענין גאולה האחרונה וביאת משיח, וכמבואר בארוכה בשיחות הק' של רבותינו נשיאינו. ומבואר ג"כ בהפטורות הימים.
ויהי רצון שמתוך שמחה וטוב לבב על ההצלחה הגדולה שניתנה לו ולזוגתו הרבנית תחי' להפיץ המעינות — בקהלתו . . . וממנה יפוצו גם בסביבותי' ינצל כל יום ויום, ובפרט ימי הימים טובים וביחוד אחרון של פסח, למטרה האמורה, ובכיוון דופרצת — זה משיח — ובפרט בסעודתא דמלכא משיחא.
בברכה לחג הפסח כשר ושמח
ולבשו"ט בכלל ובפרט
להערתו מאז בההדרן דמס' פסחים* — דאינו דומה יחס ברכת הזבח לברכת הפסח ליחס ברכת הרגל לברכת שהחיינו, דבהאחרונה ל"נ עובר לעשייתן (רמב"ם הל' ברכות פי"א ה"ט) — ההשוואה היא בזה דשהחיינו דאור לי"ד יוצאין בהברכה דאור לט"ו — היינו שלא בעשייתו כלל.
292. . . בנוגע לפרנסתו בגשמיות הנה בטח יעזור השי"ת ואם בכלל אמרז"ל שאין להתפעל ממיצר ודוחק זמני ועאכו"כ אשר אנשי מדינתו דלפנים שראו נסים בגלוי וראו ג"כ אשר שקר הכסף והבל הנכסים גשמים וכו' שאין להתפעל מזה כלל.
ואף שכמובן שהמיצר והדוחק מבלבלים ומפריעים מכמה ענינים ובעיקר גם מעבודת השי"ת, הרי יש להתפלל ע"ז ביחוד שכאשר מן המיצר קראתי י־ה אזי ענני במרחב י־ה מתחלה מרחב ברוחניות שמתמעטים הבלבולים במצרים הגשמים ואח"כ נעשה מרחב בגשמיות. ומסוגלים להנ"ל ימי הפסח שנקרא החג דיציאת מצרים יציאה ממצרים וגבולים דלעו"ז ואפילו מצרים וגבולים דקדושה כמבואר בדא"ח ר"מ
. . . ולקראת חג הפסח הבע"ל, אשר רבה ההכנה בכל בית ישראל, וכללותה בשתים להוציא הדברים האסורים בפסח ולהכניס הענינים הצריכים לפסח, הנה יזכנו השי"ת את כאו"א מאתנו, שיהי' כ"ז ג"כ ברוחניות, להוציא את הדברים האסורים לכל בן ובת ישראל מרשותו עד שבל יראה ובל ימצא, היינו שבסתר ג"כ לא יהי', ולהכניס לרשותנו את כל הדברים הנצרכים כדי לעבוד את ה' מתוך חירות אמיתית, וכמרז"ל אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה.