English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

175שיחה להתלמידים ולהתלמידות שיחיו

— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחה —

יום ג', ר"ח ניסן ה'תש"מ

א. [צוה לנגן — התלמידים שיחיו — הושיעה את עמך.

אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי חז"לא]. ב. מ'האָט ערשט געזאָגט (אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"לב) אַז „בכל דור ודור (וכל יום ויוםג) חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא (היוםג) ממצרים", ד.ה. אַז יעדן טאָג (פון דעם גאַנצן יאָר) דאַרף זיך אַ איד באַטראַכטן אַז ער איז ערשט אַרויס פון מצרים.

און וויבאַלד אַז מ'שטייט אין חודש ניסן, וואָס דאָס איז דער חודש ווען אידן זיינען אַרויס פון מצרים, „בניסן נגאלו"ד,

ובפרט אַז עס איז דער ערשטער טאָג פון חודש, וואָס ער ווערט אָנגערופן ראש חודש (דער קאָפּ פון חודש)ה: אַזוי ווי די קאָפּ פירט אָן מיט אַלע אברים פון גוף — אַזוי איז ראש חודש ניסן דער טאָג ווען מ'נעמט אָן די באַשלוסן ווי אַזוי מ'זאָל זיך אויפפירן אין אַלע טעג פון דעם חודש (ווען אידן זיינען אַרויס פון מצרים) —

איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז איצט איז דער חיוב פון „לראות את עצמו כאילו הוא יצא (היום) ממצרים" נאָך אין אַ שטאַרקערן אופן.

ג. בשעת מ'שטייט ר"ח ניסן און מ'באַטראַכט זיך ווי מ'איז ערשט אַרויס פון מצרים — דערמאָנט מען זיך וואָס עס האָט געטראָפן ר"ח ניסן דעם יאָר פון יציאת מצרים, וואָס איז געווען צוויי וואָכן איידער אידן זיינען אַרויס פון מצרים:

דער אויבערשטער האָט דעמולט גערעדט צו משה ואהרן6), און ער האָט זיי אָנגעזאָגט אַז זיי זאָלן איבערגעבן צו די אידן7), אַז דאָס איז דער טאָג פון ר"ח, און אַז מ'זאָל זיך גרייטן צום אַרויסגיין פון גלות מצרים,

און די צוגרייטונג באַשטייט אין דעם וואָס אידן נעמען אָן אויף זיך, נאָך זייענדיק אין גלות מצרים, צו מקיים זיין דעם אויבערשטן'ס מצוות8), און ספּעציעל די מצוה פון קרבן פסח.

און גלייך אין יענעם טאָג, ר"ח ניסן, האָבן די אידן באַשלאָסן צו מקיים זיין די מצוות וואָס דער אויבערשטער האָט צו זיי איבערגעגעבן דורך משה ואהרן9).

דערנאָך, אין דער נאַכט פון ט"ו ניסן, ווען די אידן האָבן בפועל מקיים געווען

6) בא יב, א ואילך.

7) דגם האמירה לבנ"י היתה בר"ח ניסן, כבמכילתא (הובא בפרש"י) עה"פ בא שם, ג.

8) כמדרז"ל עה"פ משכו (וקחו) מע"ז (מכילתא עה"פ בא שם, כא) ונוסף אח"כ (בי"ד בניסן) איסור אכילת הפסח דכל שנתנכרו מעשיו לאביו שבשמים (רש"י בא שם, מג — ממכילתא).

9) ראה מכילתא (הובא בפרש"י) עה"פ שם, כח: כיון שקבלו עליהם (מר"ח) מעלה עליהם הכתוב כאילו עשו.176די מצוה פון קרבן פסח — האָט דאָס געבראַכט אַז אין מיטן פון מקיים זיין די מצוה, „בחצי הלילה"י, איז געקומען די גאולה פון גלות מצרים,

אויבערשטער

אויסגעלייזט יעדער אידן און אַלע אידן פון גלות מצרים, און האָט זיי אַרויסגעפירט צום באַרג סיני, בכדי צו מקבל זיין די גאַנצע תורהיא.

און דערנאָך האָט ער געבראַכט די אידן „אל ארץ טובה ורחבה"יב, צו ארץ ישראל, וואָס זי איז אַ גוטע לאַנד און אַ ברייטע (גרויסע) לאַנד,

אַ לאַנד וואָס „תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"יג — אַ לאַנד וואָס דער אויבערשטער איז אויף איר משגיח (גיט אויף איר אַכטונג) יעדן טאָג פון דעם גאַנצן יאָר.

ד. וויבאַלד אַז יעדן טאָג איז „חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא (היום) ממצרים" — איז פאַרשטאַנדיק, אַז מ'דאַרף זיך אַריינטראַכטן ווי אַזוי יצי"מ איז געקומען, וואָס די אידן האָבן דעמולט געטאָן אויף צוגרייטן זיך און פאַרדינעןיד אַז זיי זאָלן אַרויסגיין פון מצרים,

און דערפון אָפּלערנען ווי אַזוי מ'דאַרף זיך צוגרייטן און פאַרדינען צו אַרויסגיין פון דעם איצטיקן גלות, און — בקרוב ממש דורך משיח צדקנו.

*

ה. אין די צוגרייטונגען צום אַרויסגיין פון גלות מצרים — האָבן זיך באַטייליקט אַלע אידן (כנ"ל); אָבער ספּעציעל זיינען דערצו געווען צוגעגרייט די אידישע קינדער:

חכמינו ז"לטו דערציילן אונז, אַז באַ קריעת ים סוף איז „הם הכירוהו תחלה": די קינדער וואָס זיינען געבאָרן געוואָרן אין מצרים האָבן דערקענט דעם אויבערשטן נאָך פריער (און שטאַרקער) ווי עס האָבן אים דערקענט די ערוואַקסענע.

וויבאַלד אַז די קינדער „הכירוהו תחלה" באַ קרי"ס — איז פאַרשטאַנדיק, אַז נאָך זייענדיק אין מצרים איז באַ די קינדער געווען אַ מעלה אין דעם אויפנעמען דעם אויבערשטן'ס מצוות — די צוגרייטונגען צו יצי"מ — לגבי ווי דאָס איז געווען באַ די ערוואַקסענע, און דערפאַר איז דערנאָך באַ קרי"ס, וואָס דאָס איז געווען דעם זיבעטן (דעם לעצטן, אָפּשלוס) טאָג פון דעם ערשטן חג הפסחטז — איז דוקא די קינדער „הכירוהו תחלה".

דער „הם הכירוהו תחלה" וואָס איז געווען באַ קרי"ס באַווייזט אַז חאָטש די קינדער זיינען געבאָרן געוואָרן און זיך אויפגעהאָדעוועט אין מצרים — האָבן זיי זיך אָבער אויפגעהאָדעוועט אין אַן אופן אַז זיי האָבן אויף זיך אָנגענומען צו פירן זיך ווי דער אויבערשטער וויל, דורך מקיים זיין זיינע מצוות און לערנען זיין תורה,

177און ספּעציעל דורך מקיים זיין די מצוות וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט גלייך — נאָך פאַר דעם אַרויסגיין פון מצרים, וואָס דאָס זיינען די מצוות פאַרבונדן מיט פסח (כנ"ל ס"ג).

און מ'געפינט טאַקע באַם קרבן פסח אַ ספּעציעלן אָנזאָג, אַז עס דאַרף זיין „שה לבית"יז, אַזיח בשעת דער פאָטער באַשטעלט דעם קרבן פסח, דאַרף ער אין דעם אַרייננעמען יעדן פון זיינע קינדער — אויך די גאָר קליינע — סיי די אינגעלעך, און סיי די מיידעלעך.

און דערנאָך אַז עס עסן דעם קרבן פסח אַלע בני בית, כולל אויך די קינדער — איז מען מקיים די מצוה פון קרבן פסח ווי עס דאַרף צו זייןיט.

און דער קרבן פסח ברענגט דעם „ופסחתי"כ („לשון דילוג וקפיצה"כא) — אַז דער אויבערשטער שפּרינגט אַריבער אַלע חשבונותכב, צי אידן זיינען ווערט די גאולה תיכף — און ער ברענגט גלייך די גאולה.

ו. איינע פון די זאַכן וואָס אידן האָבן זיך געגרייט נאָך זייענדיק אין מצרים, איז געווען — צו בויען דעם משכן.

ווי רש"י ברענגט אַראָפּ אויפן פסוקכג „ועשית את הקרשים גו'", אַז דער טעם פאַרוואָס עס שטייט „הקרשים" מיט אַ ה"א הידיעה — די באַוואוסטע — איז דערפאַר וואָס די קרשים זיינען געווען „מאותן העומדין ומיוחדין לכך", וואָס „יעקב אבינו נטע ארזים במצרים, וכשמת צוה לבניו להעלותם עמהם כשיצאו ממצרים, ואמר להם שעתיד הקב"ה לצוות אותן לעשות משכן במדבר מעצי 5 שטים, ראו שיהיו מזומנים בידכם".

וויבאַלד אַז די קינדער האָבן זיך באַטייליקט אין אַלע זאַכן פאַרבונדן מיטן אויבערשטן נאָך זייענדיק אין מצרים, ביז אַז „הם הכירוהו תחלה" — איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך אין דער צוגרייטונג צו דעם משכן וועלכע איז געווען אין מצרים האָבן די קינדער גענומען איינטייל, אַ וואַרעמען איינטייל, און אַ לעבעדיקן איינטייל.

ביז, ווי אונזערע חכמיםכד דערציילן, אַז בשעת מ'האָט געבראַכט די נדבות אויף בויען דעם משכן — האָבן קינדער וואָס זיינען געווען פאַר בר־מצוה און פאַר בת־מצוה זיך באַטייליקט אין דעם.

ז. דאָס געזאָגטע, אַז נאָך זייענדיק אין מצרים האָבן אידן, אויך אידישע קינדער, זיך שוין געגרייט צו בויען דעם משכן — איז אויך פאַרבונדן ספּעציעל מיט היינטיקן טאָג, ר"ח ניסן,

ווי מ'האָט געלייענט אין דער פרשה פון דעם לעצטן שבת, אַז „בחודש הראשון גו' באחד לחודש (ראש חודש ניסן) הוקם המשכן"כה.

ח. נאָך אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט ר"ח ניסן:

178דער נשיא־ליום וואָס האָט מקריב געווען די ספּעציעלע קרבנות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט „הוקם המשכן" [קרבנות וואָס מ'האָט נאָכאַמאָל ניט מקריב געווען, ניט דעם יאָר, און ניט אין די יאָרן נאָך דעם] — איז בר"ח ניסן געווען „נחשון בן עמינדב למטה יהודה"כו.

וואָס נחשון בן עמינדב איז דער וואָס האָט באַוויזן די וועג אַז אַרויסגייענדיק פון מצרים זאָל מען זיך ניט שרעקן פאַר די פעלקער אַרום,

און אפילו ווען די פעלקער רינגלען אַרום די אידן, און פון פאָרנט איז דער ים סוף — וויבאַלד אָבער אַז מ'הערט דורך משה רבינו פון דעם אויבערשטן אַז „ויסעו", מ'זאָל גיין צום באַרג סיני, און דערנאָך צו ארץ ישראל — איז ער געשפּרונגעןכז אין יםכח.

ט. וויבאַלד אַז „חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא (היום) ממצרים", ובפרט אַז מ'שטייט אין ר"ח ניסן, וואָס דעמולט איז דאָס נאָך אין אַ שטאַרקערן אופן, כנ"ל —

דאַרף זיך יעדער איד אַריינטראַכטן אין די אַלע פרטים וואָס זיינען דאָ דערמאָנט געוואָרן, וואָס זיי זיינען אַלע ספּעציעל פאַרבונדן מיט יצי"מ.

און דער אַריינטראַכטן זיך דאַרף זיין מיט אַ ספּעציעלע וואַרעמקייט און מיט אַ ספּעציעלע שטאַרקייט באַ אידישע קינדער, ביז אויך גאָר קליינע קינדער, סיי אינגעלעך, און סיי מיידעלעך —

וואָרום פּונקט ווי באַ „ימי צאתך מארץ מצרים" איז געווען „הם הכירוהו תחלה", אַז די אידישע קינדער האָבן דערקענט דעם אויבערשטן און טלעכקייט נאָך איידער זייערע עלטערן האָבן דאָס דערקענט —

אַזוי וועט אויך זיין אין דער איצטיקער גאולהכט, אַז „הם הכירוהו תחלה".

וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם וואָס יעדער אידיש קינד טראַכט זיך אַריין אין די פרטים וואָס האָבן געבראַכט צו די גאולה פון גלות מצרים, בכדי צו וויסן ווי אַזוי ער דאַרף זיך פירן „היום" איצט כדי צו ברענגען די גאולה פון דעם איצטיקן גלות.

און וויבאַלד אַז עס דאַרף זיין „ואהבת לרעך כמוך"ל (ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל) — ווירקט ער אויך אויף זיינע חברים, און מיידעלעך אויף זייערע חבר'טעס, אַז אויך זיי זאָלן זיך אין דעם אַריינטראַכטן און טאָן,

וואָס דאָס וועט ברענגען, און נאָך צוהיילןלא די גאולה פון דעם איצטיקן גלות דורך משיח צדקנו.

4

י. „המעשה הוא העיקר"לב — וואָס האָפט מען אַז יעדער אידיש קינד, סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך, זאָל טאָן אין מעשה בפועל אַלס אַ צוגרייטונג צו פסח, אָנהויבנדיק היינט, ר"ח ניסן, און דערנאָך אין די טעג נאָך דערויף?

179איז דאָס פאַרשטאַנדיק פון דעם אויבנגעזאָגטע:

יעדער אידיש קינד, אַן אינגעלע אָדער אַ מיידעלע, דאַרף קומען צוגיין צו זיין פאָטער אָדער צו זיין מוטער גלייך — ר"ח ניסן, און אויך אין די טעג נאָך דערויף, און זאָגן:

אַזוי ווי ס'איז ראש חודש פון חודש ניסן, דער חודש הגאולהלג, און אַזוי ווי „בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים" — דאַרף מען זיך דאָך גרייטן אויף אַ פּאַסענדן אופן צו חג הפסח און צו יציאת מצרים, אַזוי ווי מ'האָט זיך דעמולט געגרייט —

דערפאַר בעט ער (זי) זיין פאָטער און זיין מוטער, און בעט זיי אויך אַז זיי זאָלן ווירקן אויף אַלע זייערע פריינט, און בפרט גוטע פריינט, און אויף אַלע אידן אַרום זיי — צום אַלעם ערשטן אַז מ'זאָל נעמען אויף זיך צו מקיים זיין דעם אויבערשטן'ס מצוות, אַזוי ווי די אידן האָבן דאָס געטאָן דעם ערשטן ר"ח ניסן, וועגן וועלכן עס ווערט דערציילט אין חומש, ווי מ'האָט ערשט געלייענט אין תורהלד.

יא. נאָכדעם — וויסנדיק אַז ער איז אַ אידיש קינד וואָס שטאַמט פון די קינדער וואָס זיינען אַרויס פון דעם ערשטן גלות, גלות מצרים, און תורה האָט אים אָנגעזאָגט און געלערנט אַז ער זאָל זיך פירן ווי יענע קינדער,

איז אַזוי ווי יענע קינדער „הכירוהו תחלה", נאָך איידער זייערע עלטערן, און יעדערער פון זיי האָט געזאָגט „זה אואנוהו"לה — אָט דאָס איז מיין אויבערשטער און איך מאַך (פאַר) אים שיין, „אלקי אבי וארוממנהו"לה — ער איז אויך דער אויבערשטער פון מיין פאָטער און איך מאַך אים נאָך העכער —

אַזוי אויך, צוזאַמען מיט'ן מקיים זיין „כבד את אביך ואת אמך"לו, ער גיט אָפּ און רעדט מיט'ן גרעסטן כבוד און דעם אמת'ן כבוד צו זיין פאָטער און מוטער — בעט ער (זי) זיי מיט דעם כח וואָס ער (זי) איז אַן אידיש קינד, און ער (זי) איז זייער זון (טאָכטער) — אַז זיי זאָלן שוין פון ר"ח ניסן נעמען זיך גרייטן צו חג הפסח, וואָס דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט צוגרייטן זיך צו אויסראַמען דעם חמץ, פאַרקויפן אים א.ז.וו.

און דערנאָך — טאָן אַלעס אַז עס זאָל זיין אַ כשר'ער און אַ פריילעכער פסח, מיט אַלע פרטים פון פסח:

אָנהויבנדיק פון דעם סדר די ערשטע נאַכט פון פסח, וואָס איינע פון די הויפּט זאַכןלז אין סדר פסח איז — דאָס וואָס דער קינד פרעגט „מה נשתנה"לח, און דערנאָך ענטפערט אים דער פאָטער „עבדים היינו לפרעה במצרים ויוציאנו ה' אלקינו משם"לט — אַז מיר זיינען פריער געווען אין גלות, אָבער דער אויבערשטער האָט אונז אַרויסגענומען פון גלות.

וואָס דעם פאָטערס דערציילן — און מיט אַ לעבעדיקייט און יום־טוב'דיקייטמ180— וועגן אַרויסגיין פון גלות קומט אַלס אַן ענטפער אויף דעם וואָס די קינדער זיינען מעורר און ערמוטיקן די עלטערן, דורך זאָגן „מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות" — אַז די נאַכט פון פסח איז אַנדערש פון אַלע נעכט פון אַ גאַנץ יאָר.

יב. וואָס בכדי אַז דאָס אַלעס בנוגע צו חג הפסח זאָל זיין מיט דער גאַנצער לעבעדיקייט, מיט דער גאַנצער כשרות, און מיט דער גאַנצער פריילעכקייט — זאָגט אונז די תורה, אַז שוין פון ר"ח ניסן, וואָס דאָס איז היינטיקער טאָג, הויבן אַלע אָן גרייטן זיך צו פסח.

און בפרט הויבן זיך אָן גרייטן דערצו — די אידישע קינדער, דורך דעם וואָס זיי לערנען די הלכות פון פסח, די קשיות וואָס זיי דאַרפן פרעגן וכו'.

ועד"ז דורך דעם וואָס זיי זיינען מעורר די עלטערן זייערע אַז מ'דאַרף זיך גרייטן צו חג הפסח, כנ"ל.

ועוד וגם זה עיקר:

בשעת די קינדער קומען צוגיין ר"ח ניסן (און די טעג נאָך דעם) צו די עלטערן און בעטן זיי אַז זיי זאָלן זיך גרייטן און זען אַז דער חג הפסח זאָל זיין נאָכמער פריילעך, דורך דערויף וואָס דער פסח וועט זיין נאָכמער בהידור און כשרות —

זאָגן זיי (די קינדער) אויך — אַז דאָס וואָס זיי דאַרפן טאָן בכדי צו אַרויסהעלפן אַז עס זאָל זיין אַ כשר'ער און אַ פריילעכער פסח — וועלן זיי טאָן. ובפרט אַז ווען עס וועלן קומען די ערשטע און די צווייטע נאַכט פון פסח וועט ער (זי) פרעגן די פיר קשיות, דערנאָך וועט ער זיך איינהערן ווען דער פאָטער דערציילט אים אַז „עבדים היינו לפרעה במצרים ויוציאנו ה' אלקינו משם", אַז חאָטש מ'געפינט זיך אין גלות, איז אָבער אַ זיכערע זאַך אַז דער אויבערשטער נעמט אונז דערפון אַרויס, א.ז.וו.

יג. און דורך דערויף וואָס יעדערער פון אייך (די קינדער) וועט רעדן מיט אייערע עלטערן, און אויך זעהן אַז אייערע חברים (אָדער חבר'טעס) זאָלן רעדן מיט זייערע עלטערן,

און רעדן בכבוד, אָבער האַרציגמא —

איז אַ זיכערע זאַך אַז איר וועט צוגעבן אין די צוגרייטונגען צו פסח, אַז עס זאָל זיין אַ נאָכמער כשר'ער און פריילעכער פסח,

און דערנאָך — מיטנעמען דאָס אויף אַ גאַנץ יאָרמב.

יד. נאָך אַ נקודה וואָס מ'דאַרף צוגעבן:

פּונקט אַזוי ווי די אידן נאָך זייענדיק אין מצרים, האָבן זיך געגרייט צו בויען דעם משכן נאָך דעם וואָס זיי וועלן אַרויסגיין פון מצרים, וואָס דערפאַר האָבן זיי צוגעגרייט די קרשים (די ברעטער) פאַר די ווענט פון דעם משכן, און אויך צוגעגרייט „זהב וכסף ונחושת ותכלת וגו'"מג, די אַלע זאַכן וואָס מ'האָט דערנאָך געבראַכט אַלס נדבות צו דעם משכן,

און אין דערויף האָבן אויך קליינע קינדער, פאַר בר־מצוה און פאַר בתמצוה, גענומען איינטייל, ווי גערעדט פריער (ס"ו) —

181אַזוי דאַרף מען זיך גרייטן אין דעם איצטיקן גלות, ובפרט פון ר"ח ניסן אָן (וואָס דעמולט איז „הוקם המשכן" (כנ"ל ס"ז)), וואָס ער איז דער ר"ח פון דעם חודש הגאולה — צו דעם בנין ביהמ"ק השלישי, וואָס וועט געבויט ווערן אַרויסגייענדיק פון דעם גלות,

וואָס וויבאַלד אַז דער ביהמ"ק השלישי וועט געבויט ווערן ענלעך צו דעם משכן, ווי עס שטייטמד „וכן תעשו" — איז אַזוי ווי ס'איז געווען דעמולט, אַז נאָך זייענדיק אין גלות מצרים האָט מען צוגעגרייט די קרשים און די אַלע זאַכן פון וועלכע מ'האָט געבויט דעם ערשטן משכן, וואָס אין אים וועט זיין „ושכנתי בתוכם"מה —

עד"ז ווערט דער ביהמ"ק השלישי געבויט דורך דעם וואָס נאָך אין זמן הגלות וועלן די עלטערן און די קינדער מאַכן פון זייער הויזמו — אַ הויז אויף וועלכער דער אויבערשטער זאָגט „ושכנתי בתוכם"מז, וואָרום דאָס איז אַ הויז וואָס פירט זיך ווי דער אויבערשטער וויל — אַן אמת אידישע הויז.

וואָס דאָס איז אָפּהענגיק פון דער אויפפירונג פון די קינדער און פון די עלטערן, און פון אַלע בני בית (פון דער גאַנצער משפחה);

אָבער ספּעציעל איז דאָס פאַרבונדן מיט קינדער — וואָרום זיי זאָגן „זה א־י ואנוהו"מח — זיי פילן אַז זיי זיינען פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, און זיי ווילן מאַכן אַז דער „ושכנתי בתוכם" זאָל זיין שיין אין אַלע הינזיכטן — טוען זיי אַלץ וואָס הענגט אָפּ פון זיי אַז דאָס זאָל אַראָפּקומען בפועל.

און דעמולט — אַז די הנהגה פון די קינדער און פון דער גאַנצער משפחה איז אין אַן אופן אַז זיי מאַכן פון זייער הויז אַ משכן, אַז אויף דער הויז זאָגט דער אויבערשטער „ושכנתי בתוכם" — ווערט דאָס „וכן תעשו" — די צוגרייטונג צו דעם ביהמ"ק השלישי.

טו. דערצו קומט צו די הוראה דערפון וואָס ר"ח ניסן איז פאַרבונדן מיט נחשון בן עמינדב (וואָס ער האָט בשנה השנית דעמולט מקריב געווען זיין קרבן), כנ"ל (ס"ח):

פּונקט אַזוי ווי נחשון בן עמינדב האָט זיך ניט גערעכנט מיט קיינע ענינים, און בשעת ער האָט געהערט „ויסעו"מט אַז מ'דאַרף גיין צום באַרג סיני און דערנאָך צו ארץ ישראל — איז ער געשפּרונגען אין יםנ,

ועד"ז בשעת די אידן זיינען נאָך געווען אין גלות מצרים האָבן זיי זיך ניט גערעכנט מיט שטערונגען, און ניט קוקנדיק אויף דערויף וואָס מ'האָט זיך נאָך געפונען אין גלות (ווי דאָס איז געווען באַ יענעם ר"ח ניסן) —

האָבן זיי זיך געגרייט צו דער גאולה. פון מצרים, און צום בויען פון דעם משכן182אין יענע צייטן, דורך מיטנעמען מיט זיך פון מצרים אידישקייט, תורה ומצוות, און הייליקע ברעטער און הייליקע „זהב וכסף ונחושת ותכלת גו'" אויף בויען דעם משכן —

איז אַזוי ווי ס'איז געווען אין „ימי צאתך מארץ מצרים" — ווערט אויך איצטער, אַז מ'רעכנט זיך ניט מיט שטערונגען, און ניט קוקנדיק אויף דערויף וואָס מ'געפינט זיך נאָך אין גלות — דערמאָנען זיך די קינדער פון אונזער דור (כולל — יעדערער פון אייך, סיי אינגעלעך, סיי מיידעלעך) אַז „תורה צוה לנו משה מורשה קהילת יעקב"נא (ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל) — אַז משה רבינו האָט אָנגעזאָגט און געגעבן יעדערן פון אייך די גאַנצע תורה אַלס אַ ירושה,

וואָס אין דער תורה דערציילט אייך משה רבינו אַז ר"ח ניסן הויבט מען זיך אָן גרייטן צו דער גאולה — נאָך מערער ווי אַ גאַנצן יאָר,

און מ'גרייט זיך — דורך דערויף וואָס מ'גרייט זיך צו מאַכן אַ קרבן פון די זאַכן וואָס דער אויבערשטער וויל אַז מ'זאָל זיי אָפּגעבן אויף הייליקייט,

און דורך דערויף האָט מען דערנאָך אויך דעם אכילת הקרבן, ד.ה. די זאַכן וואָס מ'דאַרף האָבן אויף צו זיין געזונט.

טז. און דורך דערויף שטעלט מען אויף „צבאות ה'"נב — מ'שטעלט אויף יעדער קינד און אַלע קינדער אַלס „צבאות ה'", און זיי שטעלן אויף זייערע עלטערן, „והשיב לב אבות על בנים — ע"י בנים"נג, אַז די עלטערן זאָלן טאָן נאָכמערער אין אַלע ענינים פון תומ"צ.

וואָס דאָס היילט צו נאָכמער די גאולה דורך משיח צדקנו, און היילט צו נאָכמער דעם בנין ביהמ"ק השלישי.

און דאָס קומט אַלץ מתוך שמחה וטוב לבב, אין אַ גוטן אופן און אין אַ פריילעכן אופן, און דאָס קומט בקרוב ממש,

אַז מ'וועט גיין אינגיכן מקבל זיין פני משיח צדקנו, „והם הכירוהו תחלה" — די אידישע קינדער וועלן גיין בראש ובתחלה,

וואָס ער וועט אונז אַרויסנעמען, יעדער אידן און אַלע אידן, פון גלות — „שלימות העם", אַז קיין איין איד וועט ניט בלייבן אין גלותנד,

און וועט אונז פירן אין ארצנו הקדושה, אין אונזער הייליקער לאַנד, און „שלימות הארץ" — ארץ ישראל וועט זיין בשלימות, זי וועט אינגאַנצן געהערן צו דעם אידישן פאָלק,

וואָס יעדערער פון אייך, און יעדער איד און אַלע אידן, העלפן אין דעם — דורך דעם וואָס עס איז „שלימות התורה", די גאַנצקייט אין לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות,

וואָס דאָס ברענגט די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.

*

יז. אַזוי ווי מ'האָט געדאַוונט צוזאַמען מנחה, וואָס דאָס איז דער עמוד און קו פון תפלה, און מ'האָט אויך געזאָגט די י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל, וואָס דאָס איז דער183עמוד און דער קו פון תורה (תושב"כ און תושבע"פ) —

דאַרף מען דאָך אויך האָבן דעם דריטן עמוד און קו — דער ענין פון צדקה (גמ"ח).

און אַזוי ווי גערעדט פריער אַז „הם הכירוהו תחלה" — זאָל די צדקה געגעבן ווערן דורך די קינדער, סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך,

און אויב מ'קען דאָס אויספירן — זאָל מען געבן די צדקה אין דעם „יום זכאי"נה (אין דעם ספּעציעלן טאָג) פון ר"ח ניסן, „בחודש הראשון באחד לחודש" —

וועט מען איצטער געבן יעדערן אַ מטבע (די אינגעלעך, און דערנאָך, ווען מ'וועט מאַכן דעם אָרט פריי — די מיידעלעך),

און איידער איר וועט אַרויסגיין פון דעם מקום קדושנו, פון דעם בית הכנסת און בית המדרשנז (פון דער שול) — וועט איר דאָס אָפּגעבן אין אַ צדקה פּושקע.

און די אַלע דריי עמודים, תורה, עבודה און גמילות חסדיםנח, וואָס זיי ווערן נכלל אין „ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה"59) — זאָלן נאָכמער צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה, ע"י משיח צדקנו.

[די ערוואַקסענע וועלן לאַזן אַן אָרט פאַר די קינדער, און יעדער קינד וועט צוגיין און באַקומען אַ מטבע,

און באַם אַרויסגיין זיינען דאָ צדקהפּושקעס, אָדער עס זיינען דאָ גלייך דאָ (וואו מען וועט באַקומען די מטבעות) צדקה־פּושקעס — וואָס זיי וועלן דאָרטן קענען אַריינגעבן די מטבעות אויף צדקה].

כ"ק אדמו"ר שליט"א חילק לכאו"א מטבע של עשר סענט.

59) ישעי' א, כז. וראה לקו"ת ד"ה זה (דברים א, סע"ב): במשפט היינו הלכות — תורה. וע"פ ביאור כ"ק אדמו"ר הצ"צ (אוה"ת דברים ע' לו — ע"פ ירושלמי תענית פ"ד סוף ה"ב. מגילה פ"ג סוף ה"ו) דמה שישראל נקראים בשם „ציון" הוא ע"י עבודתם בכל ג' הקוין — מובן, שגם פדיית ציון („ושבי'") מהגלות היא ע"י העבודה בכל ג' הקוין [כמובן גם ממרז"ל (ברכות ח, א) עה"פ (תהלים נה, יט) פדה בשלום נפשי. ראה חדא"ג מהרש"א לברכות שם. אוה"ת (יהל אור) לתהלים עה"פ]. ומה שבפסוק נאמר רק „במשפט" ו"בצדקה" — נתבאר בד"ה ציון במשפט תשל"ה ס"ט (סה"מ מלוקט ח"א ע' קנח).

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-rpr3a5xy

עותקים

פעילות אחרונה

#195 Likkutei Sichos vol 22: machine reading · אושרה
#138 Likkutei Sichos vol 22: machine reading · נסגרה

מקורות