English
ספרייה

לקוטי שיחות

שמיני א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

39שמיני

א. אין פסוקא „וישא אהרן את ידיו גו' ויברכם וירד מעשות החטאת גו'", שטעלט זיך רש"י אויף „ויברכם" און איז מפרש: ברכת כהנים יברכךב יאר ישא.

דער מקור פון דעם פירוש איז (ווי עס שטייט במפרשי רש"יג) פון תורת כהניםד, און — בכמה מקומות בש"סה איז מבואר אַז פון דעם פסוק „וישא אהרן את ידיו גו' ויברכם" לערנט מען אָפּ כמה דינים אין ברכת כהנים.

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין (כקושיית הרמב"ןו): רש"י איז דאָך מפרש פשוטו של מקרא, און דער ציווי אויף ברכת כהנים (און די פסוקים „יברכך, יאר, ישא" וואָס רש"י ברענגט דאָ אַראָפּ) שטייט ערשט שפּעטער אין פ' נשאז — היינט ווי קען מען לערנען (לויטן דרך הפשטח) אַז דער „ויברכם" דאָ איז געווען ברכת כהנים?

דער רמב"ןט וויל דאָס פאַרענטפערן, אַז די פרשה פון ברכת כהנים (כאָטש זי איז געשריבן בתורה אַ סך שפּעטער) איז געזאָגט געוואָרן פריער, פאַר דעם „וישא גו' ויברכם" פון אונזער פּסוק. און ווי עס שטייטי (גלייך) נאָך פרשת ברכת כהנים — „ויהי ביום כלות משה להקים את המשכן" (וואָס דאָס איז געווען ביום השמיני למילואיםיא).

אָבער עס איז אַ דוחק גדול צו זאָגן אַז רש"ייב לערנט אויך אַזוי — ווייל אויב אַזוי, האָט רש"י געדאַרפט ערגעץ באַוואָרענעןיג אַז די פרשה פון ברכת כהנים שטייט אין דער תורה ניט לויט סדר הזמניםיד (בריינגענדיג דעם40כללטו: אין מוקדם ומאוחר בתורה).

און אויב רש"י נעמט אָן אַז פרשת ברכת כהנים איז ניט געזאָגט געוואָרן ביז שפּעטער, האָט ער געדאַרפט לערנען (כפירוש הרמב"ן), אַז דער „ויברכם" דאָ איז (ניט ברכת כהנים, נאָר) אַ ברכה סתם וואָס אהרן האָט געבענטשט אידן ביים פאַרענדיקן זיין עבודה צום ערשטן מאָל (ע"ד ווי מ'געפינט ביי שלמה המלך בחנוכת המקדשטז)?

ב. מפרשיםיז זאָגן, אַז דער הכרח צו לערנען אַז „ויברכם" מיינט ברכת כהנים, איז פון דעםיח וואָס דאָ האָט בלויז אהרן געבענטשט אידן, אָן דער השתתפות פון משה — ניט ווי די ברכה וואָס ווערט געזאָגט גלייך נאָך דעםיט: „ויבא משה ואהרן גו' ויברכו את העם".

איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז די ברכה האָט געהאַט אַ שייכות נאָר צו אהרן, און דערפאַר איז רש"י מפרש אַז דאָס איז געווען ברכת כהנים, „ומאחר שבו ביום נתחנך אהרן בעבודה נתחנך ג"כ בנשיאות כפים שהיא כעבודה".

אָבער אע"פ אַז עס איז דאָ אַ הכרח צו זאָגן, אַז די ברכה האָט געהאַט אַ שייכות דוקא צו אהרן, איז נאָך אַלץ שווער צו זאָגן אַז דאָס איז ברכת כהנים (נוסף על הנ"ל — אַז דער ציווי אויף ברכת כהנים שטייט ערשט אין פ' נשא):

א) אויב דאָס איז געווען אַן ענין פון חינוך לנשיאת כפים, האָט געדאַרפט אויף דעם זיין אַ ציווי מפורשכ, פּונקט ווי משה האָט אָנגעזאָגט אהרן אויף אַלע חינך־עבודות וואָס אהרן האָט געטאָן יענעם טאָג.

ב) נשיאת כפים איז דאָך אַ מ"ע אויף יעדן כהןכא — היינט פאַרוואָס האָבן די בני אהרן זיך ניט משתתף געווען אין דער ברכת כהנים — בתור חינוך כנ"ל, אָדער אַלס קיום מ"ע (ע"ד ווי זיי האָבן זיך משתתף געווען אין די אַנדערע פעולות פון אהרן ביום זהכב)?

ג) בשמיני למילואים איז אויך משה געווען אַ כהן (ווי רש"י האָט שוין מפרש געוועןכג אַז בח' למילואים „הושוו כולם לכהונה"). איז אמת אַז משה האָט ניט געדאַרפט האָבן קיין חינוך לנשיאת כפיםכד, אָבער פאַרוואָס זאָל ער זיך ניט משתתף זיין אין דער נשיאת כפים פון דעם טאָג (ובפרט אַז לויט רש"יכה, האָט משה געטאָן אַלע עבודות היום (הרגילות) אויך בח' למילואים, און ניט אהרן)?

ג. נאָך די ווערטער „ברכת כהנים" איז רש"י מוסיף (כנ"ל): יברכך, יאָר, ישא.

איז תמוה (ווי מפרשיםכו פרעגן): נאָך41*) וואָס דאַרף רש"י מוסיף זיין די ווערטער? ס'איז דאָך פשוט (אפילו באַ אַ קינדכז) אַז ברכת כהנים מיינט „יברכך, יאר, ישא"?

אפילו אויב מ'זאָל זאָגן (בדוחקכז), אַז רש"י פאַרלאָזט זיך דאָ ניט אַז דער תלמיד ווייס פון דעם (וואָרום ער האָט דאָס נאָך ניט געלערנט אין חומש) — וואָלט געווען גענוג צו זאָגן „יברכך וגו'"; פאַרוואָס איז ער מפרט אַלע דריי ברכות?

מפרשיםכח פאַרענטפערן, אַז די דריי לשונות „יברכך, יאר, ישא" זיינען כנגד די דריי קרבנות וואָס ווערן אויסגערעכנט דאָ אין פסוק — חטאת עולה ושלמיםכט

[בייל „יברכך" שטייט „וישמרך" וואָס מיינט שמירה מן החטא „שלא יבואו לכלל חטאת"; „יאר" איז כנגד עולה וואָס קומט „על המחשבה רעה", אַ „חטא השכל המאיר לאדם"; און „ישא" וואָס פאַרענדיקט זיך מיט „וישם לך שלום", איז כנגד שלמים — „שמשיםלא שלום בעולם"],

און דערפון לערנט מען אָפּ אַז די ברכה דאָ איז געווען (ניט כברכת שלמה, נאָר) ברכת כהנים, ווייל דוקא די ברכות זיינען מתאים צו די קרבנות וואָס שטייען דאָ אין פסוק.

ס'איז אָבער קשה ביותר אַזוי צו איינלערנען אין פירוש רש"י — ווייל דאָס איז אַ ווייטער רמז, און אויב רש"י וואָלט דערצו מכוון געווען, וואָלט ער דאָס זיכער אָפּגעטייטשטלב בפירושלג.

ד. דערנאָך שטעלט זיך רש"י אויפן וואָרט „וירד" און איז מפרש: מעל המזבח.

דאַרף מען פאַרשטיין: אין פסוק שטייט בפירוש „וירד מעשות החטאת גו'", וואָס עשיית החטאת גו' איז דאָך אויפן מזבח ווי געזאָגט פריער — היינט וואָס טוט אויף רש"י מיט זיין פירוש „מעל המזבח", וואָס מ'וואָלט אַליין ניט פאַרשטאַנען פון פסוק?

פאַראַן מפרשיםלד וואָס זאָגן, אַז דערמיט וויל רש"י באַוואָרענען, אַז מ'זאָל ניט מיינען אַז דער „וירד" איז געווען נאָך „ויברכם"

— וואָס דאַמאָלס איז שווער: וואָס איז דאָ נוגע צו דערציילן וועגן ירידת אהרן; ס'איז דאָך מובן מאליו אַז נאָכן פאַרענדיקן אַלעס איז ער אַראָפּגעגיינגען —

42נאָר דער „וירד" איז געווען „מעל המזבח" וואו ער האָט מקריב געווען די קרבנות (און הקרבת הקרבנות איז געווען פאַר „ויברכם", ווי דערציילט פריער אין דער פרשה); און דאָס מיינט דער פסוק — „וישא גו' ויברכם אימתי מיד אחר שירד מן המזבח מעשות קרבנותיהן"לה.

און דער פירוש איז מתאים מיט'ן פירוש התו"כ אויפן פסוקלו, אַז „הרי זה פסוק מסורס ואין ראוי לומר אלא וירד מעשות . . והשלמים וישא אהרן גו' ויברכם" (און מ'געפינט דעם ענין (פון „מקרא מסורס") אויך אין פירוש רש"י עה"ת — אין פ' שמותלז).

אָבער לפי פירוש זה איז צע"ג, ווייל

(נוסף לזה, אַז דער ענין פון „מקרא מסורס" איז ניט גלאַטיק אין לימוד ע"ד הפשטלח, און אויב רש"י וואָלט דאָס געמיינט, וואָלט ער דאָס געזאָגט בפירוש (ע"ד פירושו אין פ' שמות הנ"ללט) — איז עוד ועיקר):

א) אין די ווערטער („מעל המזבח") וועלכע רש"י גיט צו צום לשון הפסוק, זעט מען ניט קיין רמז אויף קיין זאַך, נאָר אַן אָפּטייטש אַז דער „וירד" איז געווען „מעל המזבח" — און דעם ענין זעט מען אין דעם פסוק גופא („וירד מעשות החטאת גו'"), כנ"למ.

ב) אַ ברכה איז דאָך ניט אַן עבודת מזבח — איז ווען די ווערטער „וירד מעשות גו'" וואָלטן כלל ניט געשטאַנען, וואָלט מען אויך געלערנט אַז דער „ויברכם" איז געווען (נאָכן פאַרענדיקן זיין עבודה על המזבח — כמפורש בקרא — ובמילא) נאָך דעם ווי ער איז אַראָפּגעגאַנגען „מעל המזבח"מא.

ה. דער ביאור בכל זה:

דאָס וואָס רש"י איז מפרש „ויברכם — ברכת כהנים", מיינט ער נאָר כפשוטו ממש — ניט מקיים זיין אַ מצוה (פון ברכת כהנים — וואָס שטייט ערשט אין פ' נשא)מב, נאָר אַז

אהרן — וועלכער האָט געוואָלט בענטשן אידן בסיום עבודתו, כדלקמן — האָט אויסגעקליבן (מעצמו) צו בענטשן אידן מיט (די פסוקים פון) ברכת כהניםמג, ווייל דער תוכן פון ברכת כהנים איז בפשטות מתאים צו די זאַכן מיט וועלכע אהרן האָט דאַן געוואָלט בענטשן אידן,

43(ומהאי טעמא איז רש"י מפרט אַז די ברכה איז געווען „יברכך יאר ישא" — ווייל די דריי ווערטער דריקן אויס דעם תוכן פון ברכת אהרן, כדלקמן סעיף ז).

מיט וואָס אהרן האָט געוואָלט בענטשן אידן דעמאָלט — איז מובן בפשטות (לויט פירוש רש"י):

דער מכוון פון משכן איז דאָך (כמפורש בקראמד) — „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", אַז עס זאָל זיין השראת השכינה אין משכן. און כדי עס זאָל זיך אויפטאָן די השראת השכינה אין משכן, איז ניט געווען גענוג די עבודת היום (הרגילה) פון שמיני למילואים (וועגן וועלכער עס ווערט דערציילט אין פ' פקודימה), נאָר עס האָט געמוזט זיין (ווי עס שטייט אין אָנהויב פון אונזער סדרהמו) — „זה הדבר אשר צוה ה' תעשו וירא אליכם כבוד ה'", וואָס דאָס מיינט (ווי רש"ימז איז מפרש) די קרבנות ועבודה פון אהרן, ווייל ער איז „כדאי וחשוב . . שע"י קרבנותיו ועבודתו תשרה שכינה בכם ותדעו שהמקום בחר בו".

און דערמיט איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס אהרן האָט געבענטשט אידן בסיום עבודתו:

ביים סיום פון מלאכת המשכן געפינט מעןמח, אַז משה האָט געבענטשט די אידן „יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם" — אַז דורך „ועשו לי מקדש" זאָל זיך אויספירן דער „ושכנתי בתוכם"; ובמילא איז פאַרשטאַנדיק, אַז וויבאַלד עבודת אהרן (ביום השמיני) איז די עבודה וואָס דאַרף אויפטאָן די השראת השכינה בפועל, פאָדערט זיך ביים סיום פון דער עבודה אַ ברכה (ותפלהמט) אַז זי זאָל פועל זיין פעולתה און ברענגען השראת השכינה בפועל.

ו. לכאורה קען מען אויף דעם פרעגן: גלייך נאָך ברכת אהרןנ שטייט „ויבא משה ואהרן גו' ויברכו את העם", ווי רש"י טייטשט דאָס אָפּ „אמרו ויהי נועם ה"א עלינונא יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם" — ולכאורה, וויבאַלד אַז ברכת אהרן איז געווען אויף פועל'ן השראת השכינה, פאַרוואָס האָט מען דערנאָך ווידעראַמאָל געדאַרפט האָבן אַ ברכה אויף דעם זעלבן עניןנב?

איז דאָס קיין קשיא ניט, ווייל דאָס זיינען צוויי באַזונדערע ענינים:

ברכת אהרן איז געווען פאַרבונדן מיט זיין עבודה פרטית, אַז זי זאָל אויפטאָן איר פעולה אינעם ענין פון השראת השכינה בפועל, און אויף דעם איז (מתאים) די ברכה פון ברכת כהנים (כדלקמן ס"ז);

משא"כ ברכת משה ואהרן שלאח"ז — „ויהי נועם ה"א עלינו יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם" — איז אַ ברכה כללית, אַלס אַ סיום פון כל וכללות מלאכת ועבודת המשכן, ווי דאָס דריקט זיך אויס אין די צוויי חלקים פון דער ברכה: „שתשרה שכינה במעשה ידיכם" — אין מלאכת המשכןנג פון אידן; „ויהי44נועם ה"א עלינו" — אין דער עבודהנג במשך אַלע שמונת ימי המילואים.

ז. דער טעם פאַרוואָס עס האָט זיך געפאָדערט די עבודה מיוחדת פון אהרן צו אויפטאָן השראת השכינה אין משכן, איז ווייל השראת השכינה האָט געקענט זיין ערשט נאָך דעם ווי ס'איז געווען די כפרה (גמורהנד) אויף חטא העגל,

(ווי רש"י האָט שוין מפרש געוועןנה, אַז דערפאַר ווערט דער משכן אָנגערופן „משכן העדות" — „עדות לישראל שויתר להם הקב"ה על מעשה העגל שהרי השרה שכינתו ביניהם"; און ווי רש"י ברענגט אַראָפּ (אין דעם פסוק שלאח"זנ) אַז ווען אידן האָבן געזען (נאָך די ז' ימי המילואים) אַז ס'איז נאָך ניטאָ קיין השראת השכינה, האָבן זיי גע'טענה'ט „כל הטורח שטרחנו שתשרה שכינה בינינו ונדע שנתכפר לנו עון העגל"),

און דאָס האָט אהרן פועל געווען דורך זיין עבודה פרטית, וואָס דערפאַר איז דער ערשטער קרבן פון אהרן געווען — אַן „עגל בן בקר לחטאת", „להודיע שמכפר לו הקב"ה ע"י עגל זה על מעשה העגל שעשה"נו.

און דאָס איז אויך וואָס רש"י זאָגט דאָ: „(ברכת כהנים) יברכך, יאר, ישא" — ווייל אין די ווערטער (פון ברכת כהנים) דריקן זיך אויס די דריי ענינים וואָס אהרן איז אויסן געווען מיט זיין ברכה:

א) „יברכך" — ער, דער אויבערשטער, זאָל דיר בענטשן: די ערשטע זאַך איז, אַז די ברכה איז ניט פון אהרן'ען — וואָס דעמאָלט איז דאָ אַן אָרט פאַר אַ טענה: וויבאַלד אַז אהרן האָט געהאַט אַ שייכות צו מעשה העגל, ווי קען ער געבן די ברכה אַז עס זאָל זיין די (השראת השכינה דורך דער) כפרה אויף מעשה העגל? — נאָר אהרן בעט אַז דער אויבערשטערנז אַלייןנח זאָל בענטשן אידן („יברכך") — און דער תוכן הברכה איז:

ב) „יאר" — אַז עס זאָל זיין השראת השכינה, הארת פנים דלמעלה (ווי רש"י טייטשט אָפּנט „יאר גו'" — „יראה לך פנים שוחקות פנים צהובות") — און כדי ס'זאָל קענען נמשך ווערן די הארת פנים און השראת השכינה בעט אהרן:

ג) „ישא" — אַז דער אויבערשטער זאָל זיין אַ „נושא עון"ס (ווי רש"י טייטשט אָפּסא „ישא — יכבושסב כעסו") און מכפר זיין אויף עון העגל.

ח. עפ"ז וועט אויך ווערן פאַרשטאַנדיק כוונת רש"י אין דעם דיבור המתחיל שלאח"ז: „וירד, מעל המזבח".

רש"י מיינט — כפשטות לשונו — אַז אהרן איז ערשט דאַן (נאָך „ויברכם") אַראָפּגעגאַנגען פון דעם מזבח, ווייל ער45האָט געבענטשט אידן זייענדיק נאָך אויפן מזבחסג.

און דערמיט מאַכט רש"י קלאָר, אַז דאָס וואָס ער זאָגט (אין דעם פריערדיקן דיבור המתחיל) „ויברכם — ברכת כהנים", מיינט ער ניט די מצוה פון נשיאת כפים (לדורות) — ווייל דעמאָלט וואָלט זי ניט געווען אויפן מזבחסד — נאָר עס איז געווען אַ ברכה מיוחדת פון אהרן, וואָס קומט בהמשך (און אַלס סיום) צו זיין דעמאָלטדיקער עבודה על המזבח (כנ"ל, אַז די ברכה איז געווען אַז די עבודה שלפני זה זאָל פועל זיין פעולתה), און דערפאַר איז זי געזאָגט געוואָרן גלייך בסמיכות צו דער עבודה און דערפאַר זייענדיק נאָך על המזבחסה.

און דאָס איז אויך וואָס רש"י באַוואָרנט מיט זיין פירוש „וירד, מעל המזבח":

לערנענדיק דעם פסוק „וירד מעשות החטאת גו'" בפשטות קומט אויס, אַז דער פסוק וויל זאָגן אַז אַהרן האָט פאַרענדיקט זיין עבודה (מיט עשיית החטאת גו'). ווערט לפ"ז שווער: אהרן האָט דאָך שוין פריער געענדיקט די הקרבת הקרבנותסו, היינט פאַרוואָס זאָגט דער פסוק (ערשט) דאָ „וירד מעשות גו'"?

איז רש"י מפרש, אַז כוונת הכתוב איז (ניט צו דערציילן אַז „וירד מעשות החטאת גו'" — אַז ער האָט פאַרענדיקט די עבודה — נאָר) „וירד מעל המזבח": דער פסוק איז אויסן צו זאָגן אַז ערשט נאָך „ויברכם" איז — „וירד מעל המזבח" (און ס'איז כאילו ווי אין פסוק וואָלט געשטאַנען „וירד מעל המזבח"), און די ווייטערדיקע ווערטער „מעשות החטאת גו'" זיינען אַ מאמר המוסגר וואָס ערקלערט ווי קומט עלית אהרן אויפן מזבח (ניט צוליב „ויברכם", נאָר צוליב עשיית החטאת גו').

ט. ע"פ כהנ"ל איז פאַרשטאַנדיק, אַז פון פירוש רש"י דאָ קען מען ניט וויסן שיטתו (ע"ד הפשט) בברכת כהנים לדורות — צי זמנה איזסז לפני הקטרת איברים (של התמיד) אָדער לאח"ז —

ווייל כוונת רש"י מיט זיין פירוש „ברכת כהנים" איז (ניט אויף קיום מצות ברכת כהנים, נאָר) אַז אהרן האָט אויסגעקליבן צו זאָגן די ברכה, אָבער די מטרה פון דער ברכה איז געווען אַלס אַן ענין מיוחד פון יענעם טאָג — בקשר (און אַלס אַ סיום) צו זיין עבודה המיוחדת פון שמיני למילואים, כנ"ל.

אָבער לאידך גיסא, אע"פ אַז ברכת אהרן דאַן איז געווען אַן ענין מיוחד פאַר יענעם טאָג, איז זי אָבער אַ ברכה וואָס האָט אַ פעולה נמשכת אויף אַלע דורות — וואָרום עבודת אהרן (וואָס סיומה איז ברכתו הנ"ל) האָט אויפגעטאָן (כנ"ל ס"ה) אַז עס זאָל (צוריק) ווערן די השראת השכינה למטה (נאָך דעם סילוק השכינה דורך די חטאים שלפנ"זסח) אין אַן אופן אַז פון דעמאָלט

46אָן געפינט זיך די שכינה בתחתונים

(דוקא) אויף שטענדיק;

האָט מען שטענדיק דעם כח ברכת אהרן — אפילו בלילהסט וא בחו"ל (וואו ס'איז ניטאָ קיין נש כח צו דורכגיין דעם חשך הגלות, ביז צום אויפטאָן נאָכאַמאָל דעם גילוי שכינה, ושכנתי בתוכם, אין דעם בית המקדש השלישי, שיבנה במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש"פ שמיני תשל"ד) 70) ראה שו"ע אדה"ז שם סקכ"ח סנ"ז.

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-38e0zw6p

עותקים

פעילות אחרונה

#195 Likkutei Sichos vol 22: machine reading · אושרה
#138 Likkutei Sichos vol 22: machine reading · נסגרה

מקורות