לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ג
191שיחת יום ד' פ' מצורע, ד' ניסן
[צוה לנגן ניגון אדמו"ר הזקן (בבא הרביעית פעם אחת). ניגון שמח"ת לאביו ז"ל. אח"כ צוה להעמיד שליח ציבור להסדר ד"ברכת החמה".
אחרי אמירת כל סדר ברכת החמה*) אמר:]
א. בשעת אידן קלייבן זיך צוזאַמען — ובפרט נאָך ווען עס קלייבן זיך צוזאַמען אַלע סוגים: „האנשים והנשים והטף"א — איז דאָס אַליין אַ שמחה גדולה ביותר. וכידוע דער סיפור פון דעם אַלטן רבי'ןב וועגן דעם גודל השמחה און נחת רוח וואָס ווערט למעלה פון דעם וואָס אידן זיינען צוזאַמען.
ובפרט נאָך ווען עס קלייבט זיך צוזאַמען אַ „מנין" (עשרה מישראל), וואָס דאַן קומט צו דער ענין פון כל בי עשרה שכינתא שריאג, ובמילא איז די שמחה נאָך גרעסער.
ועל אחת כמה וכמה ווען עס קלייבן זיך צוזאַמען כמה עשיריות מישראל, כן לאחרי „ברכת החמה", ה'תשמ"א (
ירבו — וואָס דאַן קומט צו אַ הוספה אין דער השראת השכינהד, ובמילא — אויך אין דער שמחה.
ב. כל הנ"ל איז אפילו ווען די עשרה (אָדער עשיריות) וואָס קלייבן זיך צוזאַמען זיינען, מצד איזו סיבה שתהי' ניט מחוייב דעמאָלט בלימוד התורה, ובמילא „אינם מדברים בדברי תורה", זיי זיינען זיך ניט עוסק בתורה ובמצוות — אויך דעמאָלט איז „שכינתא שריא", ווי דער אַלטער רבי זאָגט אין תניאה.
ועל אחת כמה וכמה ווען דער צוזאַמענקלייבן זיך איז פאַרבונדן מיט טאָן אַ מצוה, און טאָן אַ מצוה בציבורו, און נאָכמער (ווי סתם ציבור) — „ברב עם (וואָס דעמאָלט איז) הדרת מלך"ז.
ובפרט נאָך, ווען די עשיית המצות איז אין אַן אופן וואָס ברענגט (גלייך) צו נאָך אַ מצוה און נאָך אַ מצוה, ווי בנדון דידן: די ברכת החמה בצבור האָט מען פאַרבונדן מיט אַן ענין פון תפלה בצבורח, און אויך מיט תורה בצבורט —192די ענינים פון תושב"כ און תושבע"פי וואָס מען האָט ערשט געזאָגט.
ג. על אחת כמה וכמה אַז מ'האָט דאָס אויך פאַרבונדן מיט נתינת הצדקה [ווי מ'האָט מציע געווען, אַז בסמיכות צו ברכת החמה זאָל מען געבן צדקה — נוסף על נתינת הצדקה לפני התפלה, אני בצדק אחזה פניךיא — און זיכער האָט מען דאָס מקיים געווען און מ'וועט עס דערנאָך מקיים זיין נאָכאַמאָליב],
וואָס דעמאָלט — דורך דעם וואָס מ'האָט אַלע דריי קוין פון תורה, עבודה און גמילות חסדים — ווערט „העולם עומד" און „העולם קיים"יג.
און דורך דעם וואָס מ'טוט אויף „העולם קיים" דאָ למטה — דער קיום פון עולם הזה כפשוטו — ברענגט דאָס אויך אַריין קיום אין אַלע עולמות, מן הקצה אל הקצהיד; כמבואר אין קבלה וחסידותטו אַז דער קיום פון גאַנץ סדר השתלשלות איז אָפּהענגיק אין דער תורה עבודה וגמ"ח וואָס אַ איד טוט דאָ למטה,
ועאכו"כ ווען די תורה עבודה וגמ"ח ווערן געטאָן דורך אַ רבים, און דורך אַ ציבור, און „ברב עם" אין אַן אופן פון „הקהלטז גו' האנשים והנשים והטף" — ווערט די עמידת העולם וקיום העולם ביתר שאת ויתר עזיז.
ד. און דורך „מעשינו ועבודתנו"יח איצטער אין „העולם עומד" און „העולם קיים", דורך די ג' קוין פון תורה עבודה וגמ"ח,
ווערט אויפגעטאָןיט די שלימות פון „העולם עומד" און „העולם קיים", שתהי' בביאת משיח צדקנוכ — „עלהכא הפורץ לפניהם"כב — וואָס דעמאָלט וועט זיין עמידת וקיום „ואלה תולדות פרץ", תולדות מלא כתיבכג,
וכידוע אַז דער „תולדות מלא" פון „ואלה תולדות פרץ" איז נאָך מערכד פון דעם „תולדות מלא" פון „אלהכה תולדות השמים והארץ בהבראם".
וואָס ברוחניותכו טוט זיך אויף דער ענין פון „העולם עומד" אין אַן אופן פון „תולדות (פרץ) מלא" גלייך איצטער (ע"י מעשינו ועבודתנו)כז; און דאָס איז193אויך ממהר אַז עס זאָל זיין „מיד הן נגאלין"כח כפשוטו, וואָס דעמאָלט זעט מען בגלוי ובגשמיות דעם „אלה תולדות פרץ" — „שיבוא בן פרץ"כט, דוד מלכא משיחא, „וישי הוליד את דוד"ל.
ה. און דאָס גיט אויך דעם כח און עידוד, וביתר שאת וביתר עז, אין דער עבודה בזמן הגלות — אַז מ'זאָל „דורכטאַנצן"לא די לעצטע רגעים פון דעם חושך כפול ומכופל פון גלות, אַז נאָך זייענדיק אין דעם מעמד ומצב פון חושך כפול ומכופל, „החושך יכסה ארץ וערפל"לב — איז „ולכל בני ישראל הי' אור במושבותם"לג, ווען זיי זיינען נאָך אין „מצרים", אין מיצר הגלותלד.
און אידן שטייען צוגעגרייט „ביד רמה"לה להיציאה, מיט דער גאַנצער שטאַרקייט און אויפגעהויבנקייט, מיט שטאָלצקייט פון אידישקייט, מ'באַווייזט עס לעיני כל — דורך מוסיף זיין אין לימוד התורה ובקיום מצוותי' בהידור;
און דורך דעם אַלעם — אַז נאָך זייענדיק אין זמן הגלות האָט מען „שלימות התורה" — די שלימות אין לימוד התורה וקיום המצות,
און דאָס האָט יעדער איד און אַלע אידן — „שלימות העם", ביז אין אַ שלימות אַז אַלע אידן, „האנשים והנשים והטף", זיינען אין אַן אופן פון „הקהל", איין קהל
— וואָס דאָס איז דאָך במיוחד מסוגל (שעת הכושר) בשנה זו, וואָס זי איז אַ שנת הקהל —
איז דאָס אַלעם נאָך מער מזרז דעם „אחישנה"לו פון דער גאולה האמיתית והשלימה.
ובפרט אַז די ענינים ווערן געטאָן אין אַ שנה (ווי יעדע שנת הקהל) פון „מוצאי שביעית", וואָס „במוצאי שביעית בן דוד בא"לז, און אין חודש ניסן, וואָס בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאללח —
איז דאָך יעדע הוספה אין די ענינים הנ"ל בזמן זה, מוסיף ביתר שאת ויתר עז אין דעם „אחישנה" גופא.
וא"ו. ואין ענין יוצא מידי פשוטו — עס זאָל זיין ביאת משיח צדקנו בקרוב ממש, אין אַן אופן פון „אחישנה" ממש,
דורך דעם וואָס צוזאַמען מיט „שלימות התורה" און „שלימות העם" האַלט מען אויף „שלימות הארץ", „ארץ גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"לט, ארץ ישראל לגבולותי',
און בביאת משיח צדקנו — „עלה הפורץ לפניהם" — וועט צוקומען נאָך מער שלימות אין דער „שלימות הארץ" (וואָס איז דאָ ביז דעמאָלט) — און ביז „ירחיב ה' את גבולך"מ בנוגע צו גאַנץ ארץ ישראל,
ובפרט בנוגע צו ירושלים עיר קדשנו, אַז „פרזות תשב ירושלים"מא,
194וכ"ז במהרה בימינו ממש.
(צוה לנגן „פרזות תשב").
*
ז. ברכת החמה איז דאָך אַלעמאָל ביום הרביעי בשבוע — ווי מ'האָט ערשט געזאָגט42) און געלערנט אין דעם „תנו רבנן הרואה חמה בתקופתה"43) (בהמשך צו ברכת החמה) — דעם טאָג ווען „נתלו המאורות"44), די „שני המאורות"45), אָנהויבנדיק פון דעם „מאור הגדול"45), די חמה.
ס'איז מבואר בכ"מ46), אַז דער ענין פון „נתלו המאורות" פון יום הרביעי, איז מיט דעם פאַרבונדן וואָס די משנה47) זאָגט „בתולה נשאת ליום הרביעי", וואָס איז מרמז אויף די נישואין, כביכול, צווישן דעם אויבערשטן מיט „בתולת ישראל":
ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס ביום הרביעי איז געווען דער מיעוט הירח48) — וואָס דאָס ווייזט אויף דער מיעוט וירידה פון אידן שדומים ללבנה49) [דעם „מאור הקטן", ד"מי יקום יעקב כי קטן הוא"50), און „דוד הוא הקטן"51)],
און אַ ירידה מאיגרא רמה — פון דעם אָרט וואו די נשמה איז געווען אין אַ מצב פון „עמדתי לפניו"52) (פאַרן אוי־
42) ראה ההערה בתחלת השיחה.
43) ברכות נט, ב.
44) חגיגה יב, א. פרש"י בראשית א, יד.
45) בראשית א, טז.
46) אוה"ת ויחי שסא, ב (מתולעת יעקב). ועוד.
47) ריש כתובות.
48) חולין ס, ב. פרש"י בראשית שם. ועוד.
49) ראה סוכה כט, א. ב"ר פ"ו, ג. וראה אוה"ת בראשית (ד, ב ואילך). ובכ"מ.
50) עמוס ז, ב. ה. חולין שם.
51) ש"א יז, יד. חולין שם.
52) מ"א יז, א. יח, טו. מ"ב ג, יד. ה, טז. וראה תו"א ס"פ וישב. ובכ"מ. בערשטן), לבירא עמיקתא — אין עולם הזה התחתון שאין תחתון למטה ממנונג,
און אין דער ירידה גופא — די ירידה לאח"ז אין דעם חושך כפול ומכופל פון גלות בכלל, און די אריכות פון גלות זה האחרון בפרט —
איז אעפ"כ, ניט קוקנדיק אויף דעם גודל הירידה, זיינען אידן אין אַ מעמד ומצב פון „בתולת ישראל", און ניט, ח"ו, „בעלונו אדונים זולתך"נד. ואדרבה, אידן גרייטן זיך נאָך זייענדיק אין זמן הגלות (ווי מ'האָט ערשט מסיים42) ומכריז געווען אין דעם סדר פון ברכת החמה) צום „והי'נה ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהי' ה' אחד ושמו אחד".
און נאָך מער: אידן ווייסן, אַז די גאַנצע ירידה פון יום רביעי, איז (ירידה צורך עלי') כדי עס זאָל ווערן און זיין „בתולה נשאת ליום הרביעי" — אין צוגאָב צו די אירוסיןנו וואָס זיינען געווען ביי מ"ת, זאָלן זיין די נישואיןנו — „בתולה נשאת ליום הרביעי" — אַז עס זאָל זיין יחוד שמשא וסיהרא, אַז אידן שדומים ללבנה זיינען מקבל אורם בשלימות פון דעם „מאור הגדול" — דעם אויבערשטן („שמש ומגן ה' אלקים"נז).
ח. דער ענין הנ"ל פון „בתולה נשאת ליום הרביעי" (אַז אפילו אין העלם העולםנח, ואפילו אין דעם חושך הגלות זיינען אידן אין אַ מצב פון „בתולת ישראל", וואָס אַנערקענען ומכריז אַז „ה' אחד ושמו אחד") —
195ווערט במיוחד אונטערגעשטראָכן אין דעם ענין פון ברכת החמה, וואָס מ'זאָגט ווען מ'איז „רואה חמה בתקופתה":
דער ענין פון „רואה חמה בתקופתה" איז מדגיש דעם שטורעם און תוקף וואָס איז דאָ אין חמה ושמש, וואָס כל עמי הארץ באַטראַכטן דעם תוקף פון שמש — וואָס איז זיך מקיף ומסתובב אין אַן אופן פון „לא ישבותו"נט — אַלס אַן ענין פון טבע ועולם;
ועד"ז דאָס וואָס דער חיות (וקיום) פון „צומח" (— ובמילא אויך) פון חי און מדבר און אפילו אידן (דער מבחר פון מין המדבר) וואָס דאַרפן אָנקומען צו אכילה ושתי' — איז אָפּהענגיק אין דעם מאור הגדול, דורך דער חמימות („חמה") פון דעם שמשס — באַטראַכטן זיי, אַז דאָס איז ח"ו אַן ענין בפני עצמו (וואָס איז ניט פאַרבונדן מיטן אויבערשטן) —
זאָגט מען, אַז ווען אַ איד איז „רואה חמה בתקופתה" דערזעט ער אין דעם
— כתורת הבעש"ט הידועהסא, אַז פון יעדער זאַך וואָס אַ איד זעט דאַרף מען אַרויסנעמען אַ הוראה אין עבודת ה' —
(הללוסב את ה' מן השמים . . הללוהו שמש) אַז דאָס וואָס די חמה איז „בתקופתה", איז ווייל „חק נתן ולא יעבור" — דאָס האָט דער אויבערשטער אין איר אַריינגעגעבן און אַלס „חק".
און דערפאַר קלייבן זיך צוזאַמען אידן „ברב עם" ובפרהסיא גדולה, און מ'איז מכריז לעיני כל, בחוצות און ברשות הרבים, און מ'איז מברך בשם ומלכות — ברוך עושה מעשה בראשיתסג: געבענטשט איז דער וואָס „עושה מעשה בראשית", און „עושה" לשון הוה, כתורת הבעש"טסד אַז די התהוות איז בכל רגע ורגע — אין דעם רגע ממש ווערט אויפגעטאָן די גאַנצע מציאות פון „חמה בתקופתה" מ"אין ואפס ממש".
און דערנאָך זאָגט מען42) „שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה", אַז געבענטשט איז דער אויבערשטער וואָס האָט געגעבן יעדער אידן און אַלע אידן — „האנשים והנשים והטף" — די שליחות „לזמן הזה", צו מכריז זיין (מיט אַ ברכה) אַז „חמה בתקופתה" דערמאָנט אויף „עושה מעשה בראשית";
און דערנאָך — „השמים מספרים כבוד א־"סה — אַז בשעת „שאו מרום עיניכם"סו, וואָס דאָס איז ר"ת „שמע"סז (פון „שמע ישראל") — איז דעמאָלט „וראו מי ברא אלה"סו; ובפרט אַז מ'דערזעט דעם „מאור הגדול", און מ'זעט עס בתקופתו — איז דאָס נאָכמער מחזק דעם „וראו מי ברא אלה",
און דאָס קומט אַראָפּ ביז אין מעשה, וואָס „המעשה הוא העיקר".
ט. לויט די קביעות פון שנה זו, קומט אויס דער „יום רביעי" וואָס איז196פאַרבונדן מיט תקופת ניסן [דבניסן עתידין ליגאללח] ביום ד' ניסן, וואָס אין דעם טאָג זאָגט מען דעם נשיא פון ראובן —
וואָס י"ל אַז דער קשר ביניהם איז:
דער נאָמען „ראובן" איז על שם (וואָס לאה האָט געזאָגט) — „ראה ה' בעניי כי עתה יאהבני אישי"סח. דער רמז ופירוש הפנימי אין דעם איז: בשעת דער אויבערשטער זעט אַז אידן געפינען זיך „בעניי", אין דעם עוני הגלות
— מ'האָט טאַקע בחסד השם הרחבה אין ענינים גשמיים, אָבער אין ענינים רוחניים איז „עניי", וואָרום „גלינו מארצנו" וחרב בית מקדשנו —
איז דוקא דעמאָלט ווערט „כי עתה יאהבני אישי".
בשעת די הנהגה פון אידן למטה (אין דעם מצב פון „עניי") איז אין אַן אופן אַז ווען „רואה חמה בתקופתה אומר ברוך עושה מעשה בראשית" — אַז ניט קוקנדיק וואָס דער ענין פון „חמה בתקופתה" גיט אַן אָרט אויף אַ טעות אַז דאָס איז אַן ענין פון טבע בתוקפו, איז אָבער אַ איד „אומר ברוך עושה מעשה בראשית"
אָט דאָס רופט אַרויס דעם „עתה (דוקא) יאהבני אישי" — עס ווערט נתגלה די אהבה פון דעם אויבערשטן („אישי" פון „בתולת ישראל") צו אידן, ביז אין אַן אופן אַז „בתולה נשאת ליום הרביעי", וואָס ברענגט אַז עס זאָל „געבאָרן" ווערן (עס זאָל נתגלה ווערן אַז ער איז) אַ „קינד", און נאָך אַ קינד א.ז.וו.
וואָס יעדער איינצעלנער איד איז טייער ביי דעם אויבערשטן נאָך מער ווי אַ בן יחיד ביי הורים זקנים (כידועה תורה הבעש"טסט, ומבואר בארוכה אין דעם סיפור פון דעם רבי'ן דעם שווער).
יו"ד. און דאָס איז אויך די הוראה וואָס מ'נעמט דערפון אַרויס:
אַלע ענינים וואָס זיינען למעלה, שפּיגלען זיך אָפּ אין כנסת ישראל, וואָס זי פירט זיך כביכול ווי דער אויבערשטער. און דערפאַר: בשעת עס איז דאָ אַן איין און איינציקער איד וואָס געפינט זיך נאָך אין גלות ברוחניות, ועאכו"כ ווען ער געפינט זיך אין מיצר הגלות כפשוטו בגשמיות —
איז כשם ווי „ראה ה' בעניי" מצד דער אהבה פון אויבערשטן צו יעדן איד, ווער ס'זאָל נאָר זיין און אין וואָס פאַר אַ מצב ער זאָל נאָר זיין (אפילו ווען ער איז אין אַ מצב פון „עניי" בכל הפרטים),
אָט אַזוי איז דאָס ביי כנסת ישראל, מצד דער אהבה פון כנסת ישראל צו יעדן איינצעלנעם אידן, וואָס יעדער איד איז חביב ביי כנסת ישראל נאָך מער ווי די חביבות פון אַ בן יחיד ביי הורים זקנים,
[וואָס דערפאַר זאָגט מען „רני עקרה"70) — אַז כנסת ישראל ווערט אָנגערופן (בזמן הגלות) „עקרה" — ווייל ווען עס פעלט אַן איין און איינציקער איד ביי כנסת ישראל, באַטראַכט זיך גאַנץ כנסת ישראל אַלס „עקרה"];
און די אהבה רופט אַרויסעא אַז מ'זאָל טאָן מיט יעדער איד, אפילו אַזאַ וואָס געפינט זיך „בעניי", און מאַכן פון אים אַ „בן יחיד" להקב"ה אויך בגלוי.
197און דורך דעם טוט מען אויף דעם „בתולה נשאת ליום הרביעי" — די נישואין צווישן הקב"ה און בתולת ישראל — אין אַן אופן פון „יאהבני אישי", בחסד וברחמים ובקרוב ממש,
און עס ווערט דער „רני עקרה" — ווייל זי האָט שלימות העם, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותנועב,
אַז „ואתם תלוקטו לאחד אחד"עג — דער אויבערשטער אַליין גייט אַרום און קלייבט צוזאַמען יעדער אידן איינציקווייז, „ושב ה' אלקיך את שבותך"עד, ער גייט צוזאַמען מיט יעדערן פון זיי אין ארץ הקודש, מיט משיח צדקנו, בגאולה האמיתית והשלימה, שאין אחרי' גלות,
און אין אַן אופן פון „ראו בן"עה — די גאַנצע וועלט זעט ווי יעדער איד איז בנו בכורו, בנו יחידו של הקב"ה און נאָך מער (כתורת הבעש"ט הנ"ל) — וואָרום מ'זעט ווי אבינו שבשמים ווייזט אַרויס די גרעסטע אהבה וחביבות וואָס קען זיין — צו אידן.
יא. ענין הנ"ל (בפירוש „ראה ה' בעניי כי עתה (דוקא) יאהבני אישי") איז נאָכמער מודגש אין פרשת שבוע זה און בעיקר אין דעם שיעור אין תורה פון היינטיקן טאָגעו, יום הרביעי.
דער שיעור חומש הייבט זיך אָןעז „כי תבואו אל ארץ כנען אשר אני נותן לכם לאחוזה ונתתי נגע צרעת בבית ארץ אחוזתכם", טייטשט רש"יעח אָפּ אויף „ונתתי נגע צרעת" — „בשורה היא להם שהנגעים באים עליהםעט לפי שהטמינו אמוריים מטמוניות של זהב בקירות בתיהם כל ארבעים שנה שהיו ישראל במדבר וע"י הנגע נותץ הבית ומוצאן".
ד.ה. בשעת ביי אַ אידן איז דאָ אַן ענין בלתי רצוי (אַן ענין של „נגע"פ), און (דערפאַר —) ניתוץ וחורבן „הבית" (מנוחתפא הנפש) איז אַ זיכערע זאַך אַז דאָס איז נאָר כדי אַז דורך דערויף זאָל ביי אים צוקומען (טוב באופן —) רב טוב וואָס געפינט זיך באַהאַלטן.
יב. ועד"ז איז בנוגע צו כללות ענין חורבן בית — בית המקדשפב:
ס'איז אַ זיכערע זאַך אַז דער ענין בלתי רצוי (וואָס אידן געפינען זיך אין גלות און — חורבן בית המקדש) — איז נאָר כדי דורך דערויף זאָל ביי אידן צוקומען אַ רב טובפג, און אַזאַ טוב וואָס אָן דעם „ונתץ את הביתפד וביתאפה דנא סתרי'"פו (חורבן ביהמ"ק) וואָלט מען198דעם רב טוב ניט געקענט זען, מ'וואָלט צו אים ניט געקענט צוקומען;
דוקא דורך דעם „ונתץ את הבית" דעם חורבן בית המקדש — ווערן נתגלה „מטמוניות" — אַלע ניצוצי קדושה וואָס זיינען „באַהאַלטן" אויך אין די דברים גשמיים.
יג. און דאָס איז דער ביאור און די הוראה פון דעם כללות ענין הגלות: ענין הגלות (וואָס „וביתא דנא סתרי' ועמא הגלי לבבל"פה) איז נאָר כדי יעדער איד זאָל געפינען זיין מציאהפז אין זיין „בית", אין זיך אַליין, (ובמעשה בפועל ובפרטיות) דעם רב טוב — אַז ער איז אַן „ארץ חפץ"פח אין וועלכן דער אויבערשטער האָט אַריינגעלייגט אבנים טובות ויקרות, ביז (ווי) די אוצרות וואָס „עין לא ראתה אלקים זולתך"פט, כמבואר בארוכה אין דעם מאמר יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"רצ.
און דערפאַר קומט דער גלות וואָס באַשטייט פון „ונתץ את הבית וביתא דנא סתרי'" (חרב מקדשנו) און „והוציא אל מחוץ לערפד ועמאפה הגלי לבבל"פו — כדי אַנטפּלעקן די מטמוניות און די אוצרות רוחניים וואָס געפינען זיך ביי אים באַהאַלטן, און די ניצוצי קדושה בחלקו בעולם.
און דורך דערויף ווערן אַנטפּלעקט ביי אים אויך בגשמיות, אַז ער האָט רב טוב כפשוטו, בבני חיי ומזוני רויחי, למטה מעשרה טפחים, בכל המצטרך לו, ביז — כסף וזהב כפשוטו.
יד. וכשם ווי דאָס איז כפשוטו אַז דער „ונתץ את הבית" ברענגט צו טהרה און צו בנין בית חדש, אַזוי איז דאָס אויך בכללות, אַז דער ונתץ את הבית איילט צו נאָכמער דעם ענין הטהרה פון אידן, וואָס דאָס איז דער תוכן הענין פון „בתולה נשאת ליום הרביעי", און — בנין בית המקדש, שיבנה במהרה בימינו ע"י משיח צדקנו, און ווי ער זאָגט אין נבואת יחזקאלצא אַז „בראשון באחד לחודש (בר"ח ניסן) תקח פר בן בקר תמים וחטאת את המקדש", „וכן תעשה בשבעה בחודש — כל שבעה" דימי החודש
די קרבנות וואָס דער נשיא וועט מקריב זיין לחנוכת המקדש (המזבח) (בדוגמת די קרבנות הנשיאים בחנוכת המזבח פון משכן אָנהויבנדיק פון ר"ח ניסן)צב.
טו. וואָס דער ענין פון הקרבת הקרבן ע"י הנשיא אין בית המקדש השלישי (ווי אַלע ענינים וואָס דער נשיא, דוד מלכא משיחא טוט) — ווערט דאָך צוגעגרייט, כנ"ל, ע"י מעשינו ועבודתנו אין זמן הגלות,
כולל אויך ובמיוחד — דורך מאַכן ברכת החמה ברבים וביום הרביעי ווען „נתלו המאורות" און אין שנת הקהל,
און אין דעם טאָג פון דער פרשה אין תורה אין וועלכע עס רעדט זיך אַז דער אויבערשטער איז מסבב הסיבות און מאַכט אַנטפּלעקן ביי יעדער אידן די199אַלע ענינים טובים, דעם הון יקר, וואָס ביי אים איז פאַראַן.
און אַנטפּלעקן אויך דעם הון יקר וואָס איז בחלקו בעולם כפשוטו.
און דאָס ווערט געטאָן אין אַן אופן פון „ראובן", „ראו בן" — אַז „וראו כל עמי הארץ כי שם השם נקרא עליך ויראו ממך"צג, אַז אַלע וועלן זעהן ווי אַזוי יעדער איד און דער אידישער פאָלק (עליך — לשון יחיד) איז אַ בן בכור און אַ בן יחיד להקב"ה.
און דאָס שטייט אַלץ בגלוי נאָך זייענדיק אין גלות, דורך חסדו וטובו פון דעם אויבערשטן, וואָס שטייט (הטוב לנו) בגלוי.
[צוה לנגן אַ ניגון וואָס איז פאַרבונדן מיט בנין ביהמ"ק.
אח"כ אמר: פון תהליםצד — „וישבו שם וירשוה"].
טז. מ'איז מדייק אין די ווערטער (פון דעם ניגון וואָס מ'האָט ערשט געזונגען — „כי אלקים יושיע ציון ויבנה ערי יהודה וישבו שם וירשוה וזרע עבדיו ינחלוה ואוהבי שמו ישכנו בה") — „זרע עבדיו", וואָס אין מקרא יוצא מידי פשוטוצה, גייט דאָס אויך אויף קטנים און קטנות בישראל.
וואָס זיי זיינען די „צבאות השם", וואָרום „מפי עוללים ויונקים יסדת עוז גו' להשבית אויב ומתנקם"צו — דורך זייער „להשבית אויב ומתנקם", ברענגען זיי אַראָפּ די גאולה האמיתית והשלימה צו אַלע אידן, זיי טוען אויף דעם „אוהבי שמו ישכנו בה".
בדוגמא ווי ס'איז געווען ביי פורים און ביי פסח — וואָס מען געפינט זיך איצטער צווישן פורים און פסח, „מיסמך גאולה לגאולה" [וואָס שטייט בהדגשה מיוחדת (לפועל) בשנה זו וואָס זי איז אַ שנת העיבור, וואָס דעמאָלט איז הפס"ד אַז פורים איז באדר שני צוליב „מיסמך גאולה לגאולה"צז]
די גאולה פון פורים איז געקומען דורך „קטני קודש זרע"צח, דורך דעם „קול גדיא"צט פון אידישע קינדער, עד"ז אין דער גאולה פון פסח איז „הם הכירוהו תחילה"ק —
אַזוי אויך „בימים ההם בזמן הזה", אין דעם „מיסמך גאולה לגאולה" צו דער גאולה האמיתית והשלימה, וואָס דעמאָלט וועט זיין „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"קא —
אַז דאָס וועט קומען בהקדם דורך „צבאות השם", דורך אַלע אידישע קינדער, סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך, פון דעם דור,
וואָס אויף יעדערן פון זיי גייט דאָך דער „זרע עבדיו ינחלוה", און זיי טוען אויף דעם „ואוהבי שמו ישכנו בה", די גאולה האמיתית והשלימה.
יז. וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם וואָס מ'איז מגייס און מען קלייבט צוזאַמען „כל צבאות השם"קב, אַלע אידישע קינדער, און מ'איז מוסיף200אין זייער חינוך הכשר, און נאָכמער — חינוך על טהרת הקודש, ביז אין אַן אופן אַז יעדער אידישער קינד אפי' די „עוללים ויונקים" גייען אַריין אין דעם „כל צבאות השם",
און יעדער פון זיי שטייט מיט אַ תשוקה גדולה אַז ער וויל ביאת משיח צדקנו, ברחמים, במהרה,
און אין אַן אופן פון „נאו", גדולה ביז אַז דאָס דערהערן אפילו די וואָס זיינען נאָך דערווייל ניט שייך צו לשון הקודש,
זיי געפינען זיך דאָך אָבער אונטער די בעה"ב'טישקייט (מלך על כל הארץ) פון דעם אויבערשטן, און נאָכמער — ער איז „עושה מעשה בראשית", „עושה" לשון הוה, וכתורת הבעש"טסד, אַז דער אויבערשטער איז מחדש בכל יום תמיד מעשה בראשית, אַז בכל רגע ורגע, די רגע ממש, ווערט כל מעשה בראשית נתהווה מחדש מאין ואפס ממש, כולל אויך זיין מציאות, ווי דער אַלטער רבי איז מבאר בארוכה אין שער היחוד והאמונהסד, וואָס דאָס איז דאָך די אמונה פשוטה פון יעדער אידן, עאכו"כ פון אידישע קינדער,
און דערפאַר איז דאָ די תשוקה (אויף, צו ביאת המשיח) ביי די אידישע קינדער, ובמילא זיינען זיי מוסיף אין די פעולות אויף צואיילן ביאת משיח צדקנו,
ובפרט אַז עס וועט זיין דער „והשיב לב אבות על בנים — ע"י בנים"קג — אַז די אינגעלעך און די מיידעלעך וועלן צוגעבן נאָך מער אין די אידישקייט פון זייערע עלטערן (נאָכמער — ווי ס'איז געווען ביז איצטער),
וועט מקויים ווערן ביאת משיח „נאַו" — בקרוב ממש, במהרה בימינו ממש, בעגלא דידן.
[כ"ק אדמו"ר שליט"א התחיל לנגן (וכל הקהל) „ווי וואָנט משיח נאַו".
אח"כ ציווה שילדים וילדות יאמרו בקול רם הי"ב פסוקים ומאחז"ל.
וכל הקהל (ובניגון): אל תירא גו', עוצה עצה ותופר גו' ועד זקנה גו'קד, אך צדיקים גו'].
201סדר ברכת החמה ע"פ מנהג חב"ד
(ע"פ שיחת שק"מ החודש ניסן פ' החודש ה'תשמ"א)
ב. זמנהג לכתחלה עד סוף ג' שעות זמניות (שהוא סוף זמן ק"ש), ובדיעבד עד חצותד.
ד. קודם הברכה יאשר רגליו ויביט בחמה פעם אחת, וכשיתחיל לברך לא יראה בה כללה.
ה. הסדרו: הללוי' הללו את גו' (עד ולא יעבור)ז, הברכות, למנצח גו' השמים מספרים, שיר למעלות אשא עיני, הללו א־ל בקדשו, ת"ר הרואה חמה בתקופתה, למנצח בנגינות, עלינו, ק"יח. ויש מוסיפים ונהרא נהרא ופשטי'.
202ו. מנהגנו לברך גם ברכת שהחיינו ו"טוב שיוציא אדם א"ע מידי ספק ברכה וילבוש מלבוש חדש בענין שצריך לברך עליו שהחיינו בשעת הלבישה כו' או יקח פרי חדש ויניחנו לפניו בעת הברכה ויברך שהחיינו ויהא דעתו גם על המלבוש או על הפרי"ט.
ז. מנהגנו שגם הנשים מברכותצ וברב עם.
ט.נכון וטוב במאד לחנך קטנים וקטנות בברכה זו.
יו"ד. מהנכון וטוב במאד (טוב כפול לשמים ולבריות) להפריש לצדקהי בסמיכות לאמירת סדר ברכת החמה.