English
ספרייה

לקוטי שיחות

צו ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

50צו ב

א. פון פסוקא „אש תמיד תוקד על המזבח לא תכבה" איז רש"י מעתיק די ווערטער „אש תמיד" און איז מפרש: „אש שנאמר בה תמיד הוא שמדליקין בה את הנרות שנאמרב בה להעלות נר תמידג אף היא מעל המזבח החיצון תוקד".

בפשטות לערנט מעןד אַז רש"י מיינט דאָ באַוואָרענען דעם וואָרט „תמיד" וואָס זעט אויס לכאורה ווי איבעריק: אויב צו מדגיש זיין אַז דער אש אויפן מזבח דאַרף ברענען אַן אויפהער, וואָלט געווען גענוג ווען עס שטייט „אש תוקד על המזבח לא תכבה" (ווי עס שטייט אין פריערדיקן פסוק „והאש על המזבח תוקד בו לא תכבה") — וואָס גיט צו אין דעם דער וואָרט „תמיד"? דעריבער לערנט רש"י אַז די ווערטער „אש תמיד" ריידן דאָ וועגן אש המנורה, וואָס ווערט אָנגערופן „נר תמיד", אַז איר תוקד — הדלקה — קומט פון (אש ה)מזבח.

ס'איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: א) די גאַנצע פרשה דאָ רעדט וועגן דעם מזבח ועניניו — כולל וועגן אש אויפ'ן מזבח, טאָ ווי קומט דאָ ובפרט ע"פ פשש"מ אַ דין וועגן אש המנורה? דאָס וואָס דער פסוק איז מוסיף דעם וואָרט „תמיד" קען מען איינלערנען אין פשטות, אַז דער פסוק זאָגט עס צוליב תוספת הדגשה פון תמידות, און אויך בלשון חיובי: דער אש אויפן מזבח דאַרף זיין „תמיד" — אָן קיין הפסק; און ווי מ'זעט טאַקע, אַז דער אבן עזרא, וואָס איז פון די ראשי פשטני המקרא, טייטשט טאַקע אַז דער וואָרט „תמיד" קומט מוסיף זיין דעם ענין פון תמידות ביים אש פון מזבחה.

און כאָטש אַז אָט דער פירוש אין רש"י איז גענומען פון מדרז"לו, איז דאָך ידוע (ווי שוין גערעדט פיל מאָל) אַז אפילו מדרשי חז"ל, וואָס רש"י ברענגט זיי בפירושו על התורה, זיינען מוכרח51בפשוטו ש"מ; ובפרט ווען דער פירוש ווערט אין פירש"י ניט געבראַכט מיטן לשון „רבותינו דרשו" וכיו"ב, וואָס פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז דער פירוש איז נאָך מער מוכרח פון פשט הכתובים עצמו.

ב) נאָך מער: רש"י אַליין האָט פריערז מפרש געווען, אַז „ריבה כאן יקידות הרבה, על מוקדה, ואש המזבח תוקד בו, והאש על המזבח תוקד בו, אש תמיד תוקד על המזבח, כולן נדרשו במס' יומאח שנחלקו רבותינו במנין המערכות שהיו שם"ט, ד.ה. אַז דער פסוק „אש תמיד תוקד וגו'" רעדט וועגן (איינע פון) די מערכות וואָס זיינען געווען אויפן מזבח — היינט ווי טייטשט רש"י בפירושו אויף אונזער פסוק אַז דאָס גייט אויף אש המנורה?

ג) נאָך מער: אין דעם פסוק גופא איז רש"י גלייך מפרש אַז סיומו „לא תכבה" — גייט אַפן אש המזבח?!

ב. מ'וואָלט געקענט פאַרענטפערן (ווי מפרשיםי לערנען טאַקע איין) אַז דעם פסוק „אש תמיד וגו'" כשלעצמו איז רש"י ניט מוציא מידי פשוטו און דער גאַנצער פסוק רעדט וועגן דער מערכה אויפן מזבח; רש"י קומט נאָר מפרש זיין אַז פון דעם וואָרט „תמיד" (דאָ ביי מזבח) איז פאַראַן אַן אָפּלערנונג אויף אש המנורה, ביי וועלכער עס שטייט „תמיד", אַז אויך ער דאַרף אָנגעצונדן ווערן פון אש המזבח.

ס'איז אָבער שווער אַזוי צו לערנען אין פרש"י, ווייל:

א) לפי"ז האָט רש"י געדאַרפט זאָגן „רבותינו למדו מכאן" אָדער „מכאן למדו" וכיו"ב.

ב) רש"י איז מעתיק פון פסוק אויך דעם וואָרט „אש", און אויך בפירושו טייטש ער אָפּ צוזאַמען מיטן וואָרט „תמיד" אויך דעם וואָרט „אש" — „אש שנאמר בה תמיד", ד. ה. אַז „תמיד" איז מתאר דעם „אש" וואָס שטייט דאָ אין פסוק.

ג) פון אריכות הלשון בפי' רש"י — „אף היא מעל המזבח החיצון תוקד", איז פאַרשטאַנדיק אַז ער טייטשט דאָס איין אין המשך הכתוב "תוקד עליא המזבח"יב.

ג. ס'זיינען דאָ מפרשים וואָס פאַרענטפערן די סתירה צווישן די דערמאָנטע פירושי רש"י, אַז דער פסוק „אש תמיד תוקד על המזבח" ווערט אין מס' יומא ניט גע'דרש'נט בנוגע די מערכות וואָס דאַרפן זיין אויפן מזבח, נאָר מען לערנט אָפּ אַלע מערכות פון די פריערדיקע פסוקיםיג; און דאָס וואָס52רש"י זאָגט „כולן נדרשו במס' יומא וכו' במנין המערכות" איז דאָס נאָר לציין, ביי וועלכן ענין ומס' חז"ל דרש'נען די פסוקיםיד.

אָבער ע"פ הידוע אויף וויפל רש"י איז מדייק בלשונו, איז מובן אַז דער תירוץ איז אינגאַנצן נישט גלאַטיק, וואָרום אויב נאָר אויף צו מציין זיין דעם אָרט וואו די פסוקים ווערן גע'דרש'נט וואָלט זיך רש"י באַנוגנט מיט זאָגן „כולן נדרשו במס' יומא", ווי מען געפינט כמ"פ בפירושוטו.

ובמילא מוז מען אָננעמען, אַז דאָס וואָס רש"י זאָגט „שנחלקו רבותינו במנין המערכות כו'" איז נוגע לפירושו.

ד. דער ביאור בזה:

דעם תוכן פון וואָרט „תמיד" איז רש"י מפרש פריערטז ביי דער מנורה: „כל לילה ולילה קרוי תמיד כמו שאתה אומריז עולת תמיד ואינה אלא מיום ליום וכן במנחת חביתין נאמריח תמיד ואינה אלא מחציתה בבוקר ומחציתה בערב כו'"יט,

און וויבאַלד אַזוי איז דאָך שוין שווער צו זאָגן לשיטת רש"י, אַז דער וואָרט „תמיד" בנדו"ד קומט מוסיף זיין בענין התמידיות בזמן אויף דעם וואָס דער פסוק זאָגט „(אש תוקד גו') לא תכבה", וואָרום אדרבא: „לא תכבה" — מיינט אַז

דאַרף ברענען אָן איבעררייסכ, אָבער „תמיד" קען מיינען אויך די תמידיות פון ימים אַליין אָדער לילות אַלייןכא, און אין זיי גופא, ווי „עולת תמיד", ניט דעם גאַנצן יום אָדער לילה.

און דעריבער לערנט רש"י אַז מיט דעם פסוק „אש תמיד" קומט די תורה מרבה זיין אַן אַנדער אש, וואָס באַ איר שטייט „להעלות נר תמיד"כב,

מ'דאַרף איר מדליק זיין מעל המזבח.

ה. לויט דעם איז אויך מובן, וואָס בעת רש"י בריינגט פריער אַראָפּ „יקידות הרבה וכו'" — (א) איז ער זיך ניט מסתפק מיט'ן זאָגן „ריבה כאן יקידות הרבה" (פאַרלאַזנדיק זיך אַז מ'וועט אַליין איבערציילן), נאָר ער ברענגט אַלע ערטער (אויך דעם פסוק „אש תמיד")כג; (ב) אריכות הל' פון רש"י „ריבה כו' הרבה" — ער האָט געקאָנט זאָגן (ובדיוק): ארבע יקידות כאן על53מוקדה כו' און (ג) וואָס נאָך דעם ווי ער זאָגט „כולן נדרשו במס' יומא" איז ער מוסיף „שנחלקו רבותינו במנין המערכות שהיו שם" — וואָרום רש"י איז דאָ אויסן צו מדגיש זיין אַז דער פירוש דאָ איז תלוי אין די חילוקי דיעות וואָס זיינען דאָ במנין המערכות:

וויבאַלד אַז ריבה כאן — איז מסתבר לומר בפשש"מ אַז אַלע יקידות רעדן וועגן „כאן" (מזבח) — לויט דער דיעה וואָס האַלט אַז ס'זיינען געווען פיר מערכות יעדן טאָג (ובמילא — איז אויך דער פסוק „אש תמיד תוקד על המזבח" נכלל מיט די פסוקים וואָס ריידן וועגן מערכות המזבחכד, און לויט דעם מ"ד האָט רש"י נישט וואָס צו מפרש זיין אין דעם פסוק (ולשיטתו וועט מען מוזן בדוחק איינלערנען דעם טייטש פון „תמיד" ע"ד ווי דער ראב"ע לערנט — או כיו"בכה));

לויט די אַנדערע דיעות אָבער (אַז ס'זיינען געווען ניט מער ווי צוויי אָדער דריי מערכותכו), איז רש"י מפרש, אַז זיי האָבן אויך אַ הוכחה פון פשש"מ וואָרום, כנ"ל (איז גלאַטיקער צו זאָגן, אַז) „אש תמיד" רעדט וועגן דער מנורהכז, אַז תוקד (מ)על המזבח — דאָס איז דער פירוש ע"פ פשש"מ. און די יקידות במזבח זיינען „הרבה" (מער פון איינס), אָבער ניט פיר.

ו. פון די ענינים מופלאים ע"ד ההלכה אין פרש"י:

באַ כמה דינים, וואו זייער תוכן איז צוזאַמענגעשטעלט פון צוויי פרטים וואָס זיינען תלוי זב"ז, קומט אויף די54שאלה: וואָס איז דער עיקר פרט וסיבה און וואָס איז דער פרט המסובב.

ולדוגמא: באַ שתי הלחם וואָס מ'איז מקריב בחג השבועות איז דער דין אַז דאָס דאַרף זיין „מנחה חדשה" — פון דער תבואה חדשה — און פאַר די שתי הלחם טאָר מען פון תבואה חדשה נישט מקריב זיין קיין אַנדער מנחה אין ביהמ"קכח. שטעלט זיך די שאלהכט: וואָס איז דאָ דער עיקר וסיבה: צי דאָס איז דין שתי הלחם, אַז זיי מוזן זיין די ערשטע מנחה פון דער נייע תבואה, און אַלס מסובב פון דעם טאָר מען פאַר דעם ניט מקריב זיין פון „חדש" קיין אַנדערע מנחה; אָדער דאָס איז דין מנחות אַז זיי דאַרפען האָבן אַ מתיר — כדי מ'זאָל מעגן מקריב זיין די מנחות מן החדש, מוז פריער זיין די הקרבת שתי הלחם מן החדש, ד. ה. דאָס וואָס די שתי הלחם זיינען די ערשטע פון דער תבואה חדשה, איז עס צוליב מתיר זיין דורכדעם די מנחות מן החדש.

ונפקא־מינה בנוגע כמה ענינים, ומהם:

אויב מ'האָט עובר געווען און מקריב געווען אַ מנחה פון תבואה חדשה — צי בלייבט אויך נאָכדעם דער איסור צו מקריב זיין אַן אַנדער מנחה פון תבואה חדשה:

אויב דער טעם איז ווייל שתי הלחם דאַרפן זיין די ערשטע פון דער נייער תבואה, איז וויבאַלד די שתי הלחם קענען שוין סייווי נישט זיין די ערשטע איז במילא שוין נישט שייך קיין איסור אין דעם, און מען מעג מקריב זיין מנחות פון די תבואה חדשהל.

אויב אָבער אַז דאָס איז מצד דעם וואָס מ'טאָר נישט מקריב זיין אַ מנחה מן החדש איידער די שתי הלחם זיינען עס מתיר, איז דער איסור אויך דאָ נאָכדעם ווי מען האָט שוין מקריב געווען אַ מנחה מן החדש — כ"ז מ'האָט נישט געבראַכט די שתי הלחם איז נישטאָ דער מתיר צו ברענגען מנחות מן החדש.

כעין זה שאלה בעניננו:

דער חיוב צו מדליק זיין די מנורה פון מזבח החיצון — צי איז דאָס אַ דין אין הדלקת המנורה, אַז דער אש המנורה דאַרף זיין פון מזבח החיצון, אָדער דאָס איז אַ חיוב וואָס איז (געזאָגט געוואָרן בפרשת המזבח, ובמילא —) נוגע דעם מזבח: פון אים דאַרף מען נעמען דעם אש אָנצוצינדן די מנורהלא.

פון די נפק"מ בזה — אויב מאיזה טעם איז נישטאָ קיין אש המזבחלב, צי55איז דאָס מעכב די הדלקה פון דער מנורה:

אויב דאָס איז אַ דין במנורה, איז בשעת ס'איז נישטאָ קיין אש המזבח, קען מען נישט אָנצינדן די מנורה; אויב אָבער דאָס איז אַ דין אין מזבח, דאַרף אויסקומען אַז בשעת ס'איז נישטאָ קיין אש המזבח פאַלט אָפּ דער חיוב און מען איז מדליק המנורה פון אַן אַנדער אש.

ע"ד ההלכה איז משמע אַז דאָס איז אַ דין אין הדלקת האש של המנורה, אַז עס דאַרף קומען פון מזבח החיצוןלג;

אָבער פון דעם וואָס רש"י איז משנה פון ל' רז"ללד: „אש תמיד שאמרתי לך לא תהא אלא בראשו של מזבח החיצון", און שרייבט „אף היא מעל המזבח החיצון תוקד", איז משמע אַז דאָס איז אַ דין אין מזבח החיצוןלה, אַז זיין אש דאַרף אויך (ווי אַנדערע יקידות דאָ) זיין דער וואָס פון אים ווערט געצונדן דער אש המנורהלו.

ובפרט אַז אַזוי איז אויך מובן בפשטות הכתובים, כנ"ל, היות די תורה האָט געשטעלט דעם לימוד אין דער פרשה, וואו עס רעדט זיך וועגן דעם (אש פון) מזבח החיצון, און נישט אין פרשת המנורה.

ז. די הוראה פון דעם בעבודת ה':

די כלים וואָס זיינען געווען אין משכן ומקדש טיילן זיך בכללות אויף צוויי סוגים: די כלים וואָס זיינען געשטאַנען בפנים — מזבח הפנימי, מנורה ושלחן; מזבח החיצון כו'.

אין עבודת האדם זיינען עס די צוויי אופני עבודה: די עבודה מיט זיך אַליין (בפנים), און די עבודה צו טאָן און פועל זיין אויף אַ צווייטן אידן, צו מקרב זיין אויך די וואָס זיינען אין „חוץ" און חלקו ב(חוץ —) עולם בדוגמת מזבח החיצון וואָס דוקא אויף אים האָט מען מקריב געווען די קרבנות פון אַלע אידן, דאָס איז דער אָרט פון בירור עניני העולםלז.

56ובפרטיות יותר: הדלקת המנורה איז דער ענין התורהלח, כמ"שלט „כי נר מצוה ותורה אור", און אויף דעם שטייט „להעלות נר תמיד", (ווי חיוב ת"ת, משא"כ מצות), ובפרט בשעת ס'איז תורתו אומנתו, דעמאָלט איז מען בבחי' „נר תמיד" — שטענדיק מקושר מיטן אויבערשטןמ.

קען אַ יושב אוהל טענה'ן: וויבאַלד ער קען זיין אַן „אָנגעצונדענע מנורה" און אין אַן אופן פון „להעלות נר תמיד", דאַרף ער ניט אָנקומען צו מצות, אפילו ניט צו אַ מצוה עוברת*40, און — עאכו"כ: וואָס דאַרף ער האָבן צו טאָן מיט עניני העולם אָדער אפילו מיט אַ צווייטן אידן וואָס בערך מקום (ומעלת) יושב אוהל געפינט ער זיך ב"חוץ"?

אויף דעם קומט די הוראה, אַז די מנורה (ווערט) דאַרף אָנגעצונדן ווערן פון מזבח, און

אַוודאי איז דאָ דער מזבח הפנימי — די עבודה נעלית פון אַ אידן מיט זיך, אָבער דער אור המנורה צינדט זיך אָן ניט פון מזבח הפנימי, כאָטש ער איז געשטאַנען בסמוך לומא, וואָס דאָס איז די עבודה פון פנימיות (הלבמב), נאָר דוקאמג פון מזבח החיצוןמד.

נאָך מער: בדברי רש"י קומט אויס, אַז דער אש, נאָך זייענדיק אויף דעם מזבח החיצון, איז ער שוין פאַרבונדן מיטן אש המנורהמה. אין דעם ענין פון עבודת האדם: בכדי אַז ביים יושב אוהל זאָל זיך „אַנצינדן" און לייכטן דער „אש" און אור התורה, דאַרף אים פריערמו זיין נוגע אַז אויך ביי אַ אידן וואָס געפינט זיך ב"חוץ" זאָל ברענען און לייכטן דער „נר ה' נשמת אדם", און דעמולט ערשט קען ער אויפלייכטן זיין „נר ה'" מיטן „אור התורה".

און אָט דער פאַרבונד פון מנורה מיטן מזבח החיצון (צו אָפּגעבן זיך מיט'ן חוץ) איז אויף אַזויפיל נוגע, אַז דאָס ווערט נרמז אין אונזער פסוק מיטן וואָרט „תמיד". וואָרום דער ענין פון „תמיד", די תמידיות אין דער עבודה פון אַ יושב אוהל, ווערט ביי אים אויפגעטאָן דווקא דורכדעם וואָס ער גייט דורך אויך נסיונות און שוועריקייטן פון „חוץ" און פאַרנעמט זיך מיט פועל זיין אויך אויף אַנדערע אידן דעמאָלט דערגרייכט ער אין זיין עבודה פון לימוד התורה צו דער מעלה פון תמידיותמז.

(משיחת ש"פ צו תשכ"ט)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-qcbme4t7

עותקים

פעילות אחרונה

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · אושרה
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · נסגרה

מקורות