לקוטי שיחות
ויקרא א
1א. דער רבי האָט אַמאָל דערציילט (אין אַ פסח'דיקן פאַרברענגעןא) דעם סדר ווי דער אַלטער רבי האָט אַריינגעפירט זיין אייניקל, כ"ק אדמו"ר הצ"צ, אין חדר. צווישן די זאַכן וואָס דער רבי האָט דאַן דערציילט איז, אַז דער אַלטער רבי האָט געהייסן דעם מלמד ער זאָל לערנען מיטן קינד די ערשטע פרשה פון ויקראב. נאָך דעם ווי דער מלמד האָט אָפּגעלערנט די פרשה מיטן קינד, האָט דאָס קינד געפרעגט באַ דעם אַלטן רבי'ן: פאַרוואָס איז דער וואָרט ויקרא מיט אַן אל"ף זעירא?
דער רבי האָט זיך פאַר'דבק'ט אַ היפּשע צייט, און נאָכדעם האָט ער געזאָגט:
אדם הראשון איז געווען יציר כפיו של הקב"הג, און הקב"ה איז מעיד עליו אַז חכמתו מרובה מחכמת מלאכי השרתד. ער — אדם הראשון — האָט געוואוסט מעלת עצמו און האָט זיך מיט דעם באַ זיך אַליין איבערגענומען, איז ער דורכגעפאַלן אין חטא עץ הדעתה.
משה רבינו . . האָט אויך געוואוסט מעלת עצמו, איז ניט נאָר וואָס משה רבינו האָט זיך ניט איבערגענומען באַ זיך אַליין מיט דעם, אדרבה, דאָס האָט אים געמאַכט אַ לב נשבר ונדכה וואָס ער איז געווען שפל*5 בעיני עצמו, טראַכטנדיק, אַז אַן אַנדער איד, ניט עמרם'ס אַ זון און ניט אברהם אבינו'ס אַ דור שביעי, וואָלט געהאַט אַזאַ הויך גרויסע נשמה און אַזעלכע זכות אבות ווי ער האָט, וואָלט יענער זיכער געווען בעסער ווי ער איזו.
און דאָס איז וואָס הקב"ה זאָגט אין תורהז והאיש משה עניו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה. פון יעדן אדם וואָס איז געווען, ווי קליין און פשוט אין דעת ער איז ניט געווען, האָט זיך משה רבינו מיט אים פאַרמאָסטן, אַז יענער וואָלט געהאַט זיינע געשענקטע — ניט פאַרדינטע ביגיעת עצמו — מעלות הנשמה וזכות אבות, וואָלט יענער זיכער זיין בעסער פאַר איםח.
אין די תמונות האותיות וואָס הקב"ה האָט געגעבן בסיני, איז פאַראַן דרייערליי אותיות, אתוון רברבין אתוון בינונין און אתוון זעירין. די תורה איז געשריבן אין אתוון בינונים. די כוונה איז אַז דער אדם באַדאַרף זיין אַ בינוניט2און דורך תורה קומט מען צו מדריגת בינוני. אדם הראשון, וואָס דורך הכרת מעלת עצמו איז דורכגעפאַלן בחטא עה"ד, שטייטי אדם מיט אַ אלף רבתי; משה רבינו, וואָס דורך דער עבודה פון הכרת שפלות עצמו איז ער צוגעקומען צו דער העכסטער דרגא פון ענוה, שטייט ויקרא מיט אַן אלף זעירא.
ב. אין דעם סיפור איז, לכאורה, צריך ביאור:
פאַרוואָס האָט דער אַלטער רבי געדאַרפט זאָגן (און דערצו נאָך — מקדים זיין) די גאַנצע אריכות וועגן אדם הראשון און פאַרוואָס עס שטייט באַ אים אַן אל"ף רבתי? צו פאַרענטפערן פאַרוואָס דער אל"ף פון ויקרא איז אַן אל"ף זעירא איז לכאורה ניט נוגע דער ענין פון אל"ף רבתי פון אדם הראשון; עס איז גענוג דער ביאור אַז דער אל"ף זעירא פון ויקרא איז אַ רמז אויף דער גרויסער ענווה פון משה רבינו?
נאָך מער: ביאור הנ"ל אין דעם אל"ף זעירא פון ויקרא — אַז דאָס איז אַ רמז אויף דער ענוה פון משה רבינו — שטייט אין כמה מפרשי התורהיא, און זיייב דערמאָנען ניט דערביי וועגן דעם אל"ף רבתי פון אדה"ר; איז דאָך עאכו"כ בנדו"ד — ווען דער צ"צ האָט נאָך ניט געלערנט וועגן דעם אל"ף רבתי פון אדה"ר (וואָס שטייט ערשט אין דברי הימיםי), ער האָט ערשט אָנגעהויבן לערנען חומש — אַז עס האָט לכאורה ניט קיין אָרט צו ברענגען דעם ענין ובפרט באריכות וועגן דעם אל"ף רבתי פון אדה"ר.
[ובפרט אַז דער ביאור פון אַלטן רבי'ןיג וועגן דעם אל"ף רבתי דאדה"ר ברענגט אַרויס — היפך שבחו של אדה"ר. איז מה־דאָך אַז „בגנות בהמה טמאה לא דבר הכתוב"יד, עאכו"כ בנוגע, ווי ער זאָגט דאָ גופא, יציר כפיו של הקב"ה, אדה"ר (סיידן ס'איז דאָ אַ הכרח אויף דעםטו)].
ג. אויך דאַרף מען פאַרשטיין די אריכות וועגן דער ענווה פון משה רבינו — דלכאורה וואָלט געווען גענוג צו זאָגן בקיצור (ווי די מפרשים הנ"ל), אַז משה רבינו איז געווען אַ גרויסער עניו, און ווי דער אויבערשטער איז מעיד אין תורה „והאיש משה עניו מאד גו'".
אפילו אויב מ'זאָל זאָגן, אַז דער אַלטער רבי האָט געוואַלט ערקלערן דעם צ"צ ווי עס איז מעגלעך אַז משה רבינו זאָל זיין אַ „שפל בעיני עצמו" בשעת ער „האָט אויך געוואוסט מעלת עצמו" (ביז אַז קיינער קען זיך ניט גלייכן צו משה'ןטז) — ווייל ער האָט געטראַכט אַז אויב אַ צווייטער „וואָלט געהאַט זיינע געשענקטע — ניט פאַרדינטע ביגיעת עצמו — מעלות הנשמה וזכות אבות, וואָלט יענער זיכער זיין בעסער פאַר אים" —
איז אָבער נאָך אַלץ ניט מובן:
(א) הא גופא טעמא בעי — למאי נפק"מ דאָ צו מדגיש זיין, אַז (אויך) משה3האָט געוואוסט מעלת עצמו (ובמילא איז מוכרח צו מסביר זיין ווי דאָס איז ניט קיין סתירה צו זיין ענוה)?
(ב) אויף צו מסביר זיין פאַרוואָס משה רבינו האָט זיך ניט איבערגענומען מיט מעלת עצמו — ניט ווי אדם הראשון וואָס „האָט געוואוסט מעלת עצמו און האָט זיך מיט דעם באַ זיך אַליין איבערגענומען" — וואָלט געווען גענוג צו זאָגן, אַז דאָס איז דערפאַר ווייל משה האָט געטראַכט אַז זיינע מעלות זיינען ניט „פאַרדינטע ביגיעת עצמו", נאָר מצד זיינע געשענקטע מעלות הנשמה וזכות אבות;
פאַרוואָס איז ער אויך מאריך ווי משה האָט זיך פאַרמאָסטן מיט יעדן אדם, אַז ווען יענער וואָלט געהאַט זיינע געשענקטע מעלות וכו' וואָלט ער זיכער געווען בעסער פאַר אים?
ד. לערנענדיק דעם ביאור פון אַלטן רבי'ן בהשקפה ראשונה קומט אויס, אַז דער אל"ף רבתי פון אדם הראשון איז אַ רמז אויף היפך הרצוי, אויף זיין איבערנעמען זיך מיט „מעלת עצמו" (היפך פון דעם אל"ף זעירא פון ויקרא, וואָס ווייזט אויף דער ענוה פון משה רבינו).
אָבער אין אמת'ן קען מען אַזוי ניט זאָגן. וואָרום עס איז אַ כלל פשוט, אַז די אותיות רברבין וואָס שטייען אין תורה זיינען העכער אפילו פון אותיות בינונין, און מכל־שכן פון אותיות זעיריןיז. און דאָס פאַרשטייט אַפילו אַ קינד, אַז ווען תורה נוצט אַ גרעסערן אות, איז דאָס דערפאַר וואָס ע"פ תורת אמת איז אין דעם פאַראַן אַ גרויסקייט, אַ חשיבות.
דערפאַר זאָגן טאַקע מפרשיםיח, אַז דער אל"ף רבתי פון אדם הראשון איז אַ רמז „שלא הי' אדם גדול כמותו . . או על רוב חכמה שהי' בו עד שקרא שמות".
נאָכמער: דער אַלטער רבי אַליין שטעלט זיך אין לקו"תיט אויף דעם חילוק צווישן דעם „אל"ף דויקרא זעירא" און „בד"ה כתיב אדם באל"ף רבתי", און איז מבאר ווי אדם הראשון איז העכער פון משה'ן:
דער אל"ף רבתי פון אדה"ר איז „בחי' אדה"ר כמו שהי' לפני החטא שהי' במדרגה גבוה מאד נעלה"כ (און דערפאַר האָט ער געקענט מקבל זיין פון אל"ף רבתי, וואָס איז „בחי' הכתר כמו שהוא במהותו ועצמותו"); משא"כ אויף משה'ן שטייטכא „ולא יכול משה לבוא גו' כי שכן עליו הענן" — וואָס דער ענן איז אַ המשכה „ממקום עליון ונורא מאד"כב (כתר) — און דערפאַר שטייט ביי משה'ן ויקרא מיט אַן אל"ף זעירא, ווייל די קריאה (והמשכה) צו משה'ן (פון דעם ענן) איז נאָר „על ידי צמצום"כג.
קומט אויס, אַז די הוספה אין דעם אַלטן רבי'ס רייד אַז ביי אדה"ר שטייט4אַן אל"ף רבתי, איז דאָס גאָר, בהשקפה ראשונה, אַ מעשה לסתור: פון דעם איז מוכח אַז אדם הראשון שטייט העכער פון משה רבינו, און נאָכמער — דאָס איז אַ רמז (ניט אויף אַן ענין ווי „דורכגעפאַלן (בחטא עה"ד)", נאָר פאַרקערט) אויף „בחי' אדה"ר כמו שהי' לפני החטא"?
ה. נקודת הביאור אין דעם — י"ל בדרך אפשר:
מיטן זאָגן דעם צ"צ דעם ביאור הנ"ל איז דער אַלטער רבי געווען אויסן ניט (נאָר) צו פאַרענטפערן זיין שאלה אין פסוק, נאָר (בעיקר) — אַ לימוד און חינוך פון צ"צ, אים מבאר זיין די הוראה אין עבודת ה' וואָס מ'דאַרף אַרויסנעמען פון דעם אל"ף זעירא פון ויקראכד,
[און דאָס קומט בהמשך צו דעם וואָס דער רבי האָט דאַן דערציילט (אין אַ פריערדיקן פאַרברענגעןכה), אַז דער אַלטער רבי האָט זיך אַליין אָפּגעגעבן מיט דעם חינוך והדרכה פון צ"צ — דערפאַר האָט ער אים אַליין אַריינגעפירט אין חדר וכו'].
און כדי אַז די הוראה פון דעם אל"ף זעירא זאָל זיין בשלימות, מוז מען האָבן די גאַנצע הקדמה וועגן אדם הראשון:
מיט דער אריכות וועגן די מעלות פון אדם הראשון און ווי ביי אים איז געווען „הכרת מעלת עצמו", איז דער אַלטער רבי ניט געווען אויסן צו שולל זיין די הנהגה פון אדם הראשון, נאָר אדרבה — אַז, אַזוי דאַרף זיין ביי יעדן אידן (מצד דער ניצוץ פון אדה"ר שבו, כדלקמן סעיף ז') — וכפתגם הידועכו: „אַזוי ווי מען דאַרף וויסען די חסרונות, אַזוי דאַרף מען וויסן די אייגענע מעלות".
און דערפון גופא קומט אַרויס די נפק"מ בנוגע דעם אופן פון „הכרת שפלות עצמו", אַז דאָס איז אין אַן אופן (וואָס איז ניט שולל „הכרת מעלת עצמו"כז, נאָר) אַז כאָטש ער ווייס מעלת עצמו, נעמט ער זיך דערמיט ניט איבער, וויסנדיק אַז דאָס קומט פון „געשענקטע — ניט פאַרדינטע ביגיעת עצמו — מעלות הנשמה וזכות אבות" (ווי די ענוה פון משה רבינוכח — וואָס יעדערער האָט אין זיך אַ ניצוץ פון משהכט).
[און נאָכמער: וויבאַלד אַז ביי אים איז דאָ „הכרת מעלת עצמו", פאָדערט זיך אַ תנועה פון שפלות ביז אין דעם קצה ההפכי, „עניו מאד מכל האדם גו'", כדלקמן סעיף ט].
און דערפאַר איז אויך ניט קיין סתירה, אַז דער אל"ף רבתי פון אדה"ר איז מרמז אויף דעם אַז ביי אים איז געווען „הכרת מעלת עצמו", און צוזאַמען דערמיט ווייזט עס אויף זיין גודל המעלה (כנ"ל ס"ד) — ווייל דער ענין פון „הכרת מעלת עצמו" איז אַ סדר5עבודה ע"פ תורה, ואדרבה — דאָס איז פאַרבונדן מיט עבודת הצדיקים דוקא (כדלקמן סעיף ז);
און דערמיט ברענגט ער אַרויס ווי שטאַרק מ'דאַרף זיין אָפּגעהיט אין „הכרת מעלת עצמו", אַז אפילו אַזאַ וואָס האָט באמת גאָר גרויסע מעלות, ביז אַז תורת אמת שרייבט אויף אים אַן אל"ף רבתי, דאַרף ער זיין באַוואָרנט פון מעגליכע ניט געוואונשענע תוצאות פון הכרת מעלת עצמו, ווייל אפילו אדה"ר איז דורך דעם נכשל געוואָרן בחטא עה"ד, מקור כל החטאים.
ו. וויבאַלד אַז אדה"ר איז (אויך גופו) געווען „יציר כפיו של הקב"ה", איז פאַרשטאַנדיק, אַז ער (מצד הבריאה) האָט ניט געהאַט קיין שייכות צו ענינים פון רעל (וע"ד ד"מפי עליון לא תצא הרעות"לא). אויך מצד דער וועלט אַרום — איז ידועלב, אַז קודם החטא איז ניט געווען קיין תערובת טוב ורע, ווייל קליפות זיינען געווען באַזונדער, למטה מן העולם.
און אע"פ אַז דורכן חטא עה"ד איז געוואָרן אַ ירידה אין אים (ובכל העולם) — וויבאַלד אָבער אַז מעשה ידי הקב"ה זיינען נצחיים, איז פאַרשטאַנדיק, אַז די מעלה הנ"ל פון אדה"ר איז אַן ענין נצחי וואָס איז ביי אים פאַרבליבן (בהעלם עכ"פ) אויך לאחרי החטא.
[און אויך דער ענין איז מרומז אין דעם לשון הנ"ל פון אַלטן רבי'ן — „אדם הראשון וואָס דורך הכרת מעלת עצמו איז דורכגעפאַלן בחטא עה"ד שטייט אדם מיט אַן אלף רבתי" — דלכאורה, וויבאַלד אַז דער אל"ף רבתי פון אדה"ר איז „בחי' אדה"ר כמו שהי' לפני החטא" (כנ"ל ס"ד), האָט ער דאָך געדאַרפט זאָגן אין אַ פאַרקערטן סדר: „אדם הראשון וואָס ביי אים שטייט אדם מיט אַן אל"ף רבתי איז דורך הכרת מעלת עצמו (דערנאָך) דורכגעפאַלן בחטא עה"ד"?
נאָר דערמיט איז ער מרמז, אַז אויך נאָך דעם ווי ער „איז דורכגעפאַלן בחטא עה"ד שטייט אדם מיט אַ אל"ף רבתי" (וואָס איז „בחי' אדה"ר כמו שהי' לפני החטא", כנ"ל)].
ז. די נצחיות פון מעלת אדה"ר איז ניט נאָר אין דעם וואָס עס איז פאַרבליבן (בהעלם עכ"פ) ביי אים אויך נאָכן חטא, נאָר וואָס פון אים קומט דאָס אָן צו יעדן אידן עד סוף כל הדורות,
וכידועלג, אַז אידן ווערן אָנגערופן ע"ש אדם — „אתם קרויין אדם"לד — דערפאַר וואָס אין יעדער „נשמה וניצוץ מישראל" איז דאָ אַ „חלק מנשמת אדה"ר"; און דערפאַר ווערן איבערגעגעבן (עכ"פ אַ מעין פון) די עילויים פון אדה"ר צו יעדן אידן
[ביז, אַז אויך דאָס וואָס „חכמתו מרובה מחכמת מלאכי השרת" — און דערפאַר האָט ער געקענט אָנרופן „שמות" צו אַלע נבראים לויט דער „נפש חי'"לה פון יעדן נבראלו — איז דאָ דוגמתו באַ יעדן אידן. ווי עס שטייט אין ספריםלז, אַז די נעמען וואָס עלטערן6גיבן זייערע קינדער איז עס מיט (מעין) רוח הקודש: מלמעלה גיט מען זיי דעם רעיון צו אָנרופן דעם נאָמען וואָס איז מתאים צו דער „נפש חי'" פון דעם קינד].
און דעריבער איז פאַראַן ביי יעדן אידן, אין וועלכן מצב ער זאָל זיך נאָר געפינען, פון בחי' אדה"ר כמו שהי' לפני החטאלח. דער חילוק איז נאָר, וואָס ביי אדה"ר איז דאָס געווען אויך מצד הגוף (וויבאַלד אַז (אויך) גופו איז יציר כפיו של הקב"ה), און בכל ישראל איז דאָס (בגלוילט) נאָר מצד הנשמה, „חלק אלקה *) ממעל ממש"מ, וואָס דערפאַר איז די נשמה ניט שייך צום ענין החטא (ווי ער זאָגט אין זהרמא אויפן פסוקמב „נפש כי תחטא" — „אורייתא וקוב"ה תווהין עלי' ואמרי נפש כי תחטא וגו'" (בתמי'); און אויך ווען אַ איד ווערט נכשל ר"ל אין אַ חטא, איז די נשמה „גם בשעת החטא היתה באמנה אתו"מג).
און דאָס איז דער פירוש הפנימי אין דעם פסוקמד „ועמך כולם צדיקים": מצד בחי' אדה"ר (כמו שהי' לפני החטא) וואָס איז דאָ ביי יעדער אידן, איז זיין עבודה אין אַ דרגא פון צדיקים. אפילו ווען ער איז פריער געווען אַריינגעטאָן אין ענינים פון היפך כו'. און בשעת ער טוט ענינים פון תורה ומצות, איז דאָס (מצד פנימיות הנשמה, בחי' אדה"ר שבו) — ניט אַ תנועה פון תשובה, רחוק שנעשה קרוב, נאָר אַן עבודה ווי אַ צדיקמה מעיקרא, וואָס האָט לכתחילה קיין שייכות ניט צו רע וחטא.
און מצד דעם עילוי וואָס איז דאָ ביי יעדער אידן, קען זיין ביי אים די „הכרת מעלת עצמו", וואָרום די מציאות פון אַ צדיק איז ניט קיין אייגענע ח"ו, נאָר אַ מציאות דקדושה, אין וועלכער ס'איז ניטאָ קיין אחיזה צו לעו"ז (ניט ווי אַ בעל תשובה, וואָס אויך נאָך דער תשובה דאַרף ער האָבן אַ „שמירה מעולה שלא יחזור לסורו"מו).
ואדרבה — עס דאַרף זיין הכרת מעלת עצמו, ביז אַז לפעמים איז דאָס דער וועג (דורך „ויגבה לבו בדרכי ה'"מז) ווי אַזוי צו בייקומען די העלמות והסתרים פון עולם הזה — זיין עבודה איז מיט אַ תוקף דקדושה, בדוגמא צו עבודת הצדיקים.
ח. אויף דעם קומט די באַוואָרעניש, אַז צוזאַמען מיט „הכרת מעלת עצמו" דאַרף אויך זיין „הכרת שפלות עצמו", ווייל אָן דעם קען די הכרת מעלת עצמו גורם זיין ח"ו צו אַ ירידה ונפילה כו'.
דאָס איז אַ דבר הפשוט, אַז איינער וואָס איז ניט קיין צדיק, דער רעמח איז ביי אים בתקפו ובגבורתו, דאַרף ער זיכער זיין געהיט אין דער תנועה פון הכרת מעלת עצמו, ווייל עס קען זיך אין דעם אַריינכאַפּן פשוט'ע ישות פון דעם יצה"ר כו'.
7בשעת דער אַלטער רבי האָט געוואָלט מחנך זיין דעם צ"צ — אַ צדיקמט, וואָס וועט אויסוואַקסן צו זיין אַ נשיאנ בישראל — האָט ער געוואָלט באַוואָרענען נאָך מער: וויבאַלד אַז אפילו אדם הראשון, אַ צדיק און דערצו יציר כפיו של הקב"ה האָט ער לכאורה קיין שייכות ניט געהאַט צו חטא און ס'איז ניט געווען קיין אָרט פאַר אַן אחיזה ללעו"ז — איז פונדעסטוועגן, אויך ביי אים, האָט די הכרת מעלת עצמו גורם געווען צום דורכפאַלן אין חטא עה"ד — איז אַוודאי אַז יעדער צדיק דאַרף זיך באַוואָרענען אין הכרת מעלת עצמונא.
ט. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס דער אַלטער רבי האָט געזאָגט די אריכות הביאור בנוגע דער ענוה פון משה (נוסף דערצו וואָס ער איז געווען אַ עניו מצד זיין טראַכטן אַז זיינע מעלות זיינען געשענקטע), אַז ער האָט געטראַכט אַז אַ צווייטער מיט די זעלבע מעלות וואָלט זיכער געווען בעסער פון אים:
וויבאַלד אַז מען דאַרף באַוואָרענען, אַז שטייענדיק אין אַ תנועה פון תוקף דקדושה והכרת מעלת עצמו, זאָל זיך אין דעם ניט אַריינמישן קיין ישות כו' — איז ניט גענוג אַז עס זאָל זיין סתם הכרת שפלות עצמו, נאָר עס מוז זיין אין דעם קצה ההפכינב — ענווה וביטול בתכלית;
און דער באַווייז אויף אמת'ער שפלות איז, ווען מ'זוכט ניט נאָר דעם „ניט" אין זיך, נאָר ווען מ'זוכט די מעלות אין צווייטן.
און ווי מ'זעט עס במוחש: עס זיינען פאַראַן אַזוינע וואָס קענען ביי זיך פועל זיין דעם ענין הביטול, ער קען אפילו פאַרטראָגן ווען אַ צווייטער איז אים מבטל — אָבער דערביי כאַפּט זיך אַריין אַ מחשבה: איך בין טאַקע ניט קיין מציאות, אָבער יענער איז נאָך ווייניקער מציאות פון מיר . . .
צו קענען באַ זיך פּועל'ן, אַז אַליין איז מען גאָר ניט, און יענער איז אַ מציאות, דאָס איז אַ באַזונדער סדר עבודה, וואָס פאָדערט אַ העכערן אופן אין ביטול.
און אויך אין דעם באַשטייט גודל הענווה פון משה רבינו וואָס האָט מתקן געווען דעם חטא עה"ד [כידוע אַז ביי מ"ת — ווען משה קבל תורה מסינינג — איז פסקה זוהמתן פון חטא עה"דנד]. ער איז געווען (ניט סתם אַן עניו, נאָר דער קצה ההפכי פון מציאות —) „עניו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה"נה, ער
8ויקרא אַ
האָט זיך פאַרמאָסטן מיט יעדן אידן, טראַכטנדיק, אַז „יענער וואָלט געהאַט זיינע . . מעלות . . וואָלט יענער זיכער זיין בעסער פאַר אים".
יו"ד. דאָס איז אויך איינע פון די הוראות לפועל וואָס מען דאַרף אַרויסנעמען פון דעם סיפור:
פון איין זייט דאַרף ער וויסן, אַז יעדער איד האָט בירושה געוואַלדיקע מעלות, און ער מוז מכיר זיין מעלת עצמו. בשעת עס קומט צו אַ דבר מצוה וכו', וידע אינש בנפשי' מעמדו ומצבו הרוחני, טענה'ט ער: מי אני ומה אני אַז איך זאָל זיך אונטערנעמען דעם דבר שבקדושה? זאָגט מען אים, אַז ביי דיר איז דאָ איצטער בחי' אדם הראשון כמו שהי' לפני החטא, ובמילא וואָס עס האָט זיך מיט דיר געטאָן ביז אַהער — יעצט דאַרפסטו זיך פירן פּונקט ווי דו וואָלסט געווען אינגאַנצן העכער פון ענין החטאים.
לאידך גיסא דאַרף מען אָבער געדענקען, אַז די אַלע געוואַלדיקע מעלות זיינען געשענטקע, און עס איז רעכט, אַז אַ צווייטער וואָלט געהאַט די אַלע מעלות וואָלט ער זיין בעסער פאַר דיר — ובמילא איז די הכרת מעלת עצמו ניט גורם צו אַ געפיל פון הגבהה וכו', ואדרבה, דאָס מאַכט אים פאַר אַ „שפל בעיני עצמו";
און דורך דעם ביטול איז ער זוכה צו אמת'ע גרויסקייט — כמאמרנו: מאן דאיהו זעיר איהו רב — אַז מ'איז זוכה צו דעם „ויקרא אל משה", די קריאה של חיבהנז צו בחי' משה שבנפשו, און דאָס גיט דעם כח אויף עבודת הקרבנות, ביז צו עבודת הקרבנות ווי זי וועט זיין בתכלית השלימות בבית המקדש השלישי, „ושם נעשה לפניך את קרבנות חובותינו . . כמצות רצונך"נח, בקרוב ממש.