English
ספרייה

לקוטי שיחות

קדושים ד

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

232קדושים —

א. בנוגע צום דין פון שפחה חרופהא פסק'נט דער רמב"םב „בן תשע שנים ויום אחד שבא על שפחה חרופה היא לוקה והוא מביא קרבן, והוא שתהי' גדולה ובעולה וברצונה, כמו שביארנו, שאין האיש חייב קרבן עד שתתחייב היא מלקות שנאמרג בקורת תהי' והביא את אשמו". און דער ראב"ד איז משיג: „זה שבוש שלא מצינו קטן בר עונשין וקרבן זה מן העונשין הוא והיא כמו כן פטורה דהא מקשו אהדדי והכי איתא בכריתותד".

זיינען דאָ כמה ביאורים אין פאַרענטפערן דעם רמב"ם:

א) דער מגיד משנהה זאָגט, אַז דער רמב"ם לערנט אַז „הכל תלוי באשה שתהי' בת עונשין אבל הוא אינו צריך להיות בר עונשין וכן אמרוו בזמן שהאשה לוקה האיש מביא קרבן בזמן שאין האשה לוקה אין האיש מביא קרבן ולא אמרו בזמן שהוא אינו מביא קרבן היא אינה לוקה וקרא נמי הכי דרשינן לי' בקורת תהי' והביא את אשמו ומשמע הא לא תהי' בקורת לא יביא אבל לא משמע הא אם לא יביא לא תהי' בקורת". און וויבאַלד אַז דער רמב"ם האַלט אַז „הכל תלוי בה" און זי איז „לוקה" — דערפאַר איז „הוא מביא קרבן".

אָבער דער תירוץ דאַרף האָבן הסברה: אין הכי נמי אַז „הכל תלוי בה", ווי קען מען אָבער (צוליב דעם) מחייב זיין אַ קטן ? און ווי דער ראב"ד זאָגט במק"אז: „ואם יאמר האיש נתלה באשה אבל לא האשה באיש מ"מ מהיכא תיתי לחייב את הקטן על ידי האשה"ח.

[אויך דאָס וואָס דער רדב"ז זאָגטט אַז דער רמב"ם האַלט אַז קרבנות זיינען ניט קיין עונש נאָר אַ כפרה; און דעריבער, כאָטש אַז אַ קטן איז ניט קיין בר עונשין, אָבער אויך ער דאַרף האָבן אַ כפרה,

איז לכאורה ניט מספיק — ווייל פאַרוואָס דאַרף אַ קטן האָבן כפרת קרבן דווקא באַ דער עבירה פון שפחה חרופה און (מען געפינט עס) ניט ווען ער איז עובר אויף אַנדערע עבירות, וואָס מ'איז אויף זיי מחוייב אַ קרבן ?]

ב) דער לחם משנהי זאָגט אַז דער מקור דעת הרמב"ם איז פון תורת כהנים אויפן פסוק „איש פרט לקטן או יכול שאני מוציא בן תשע שנים ויום אחד ת"ל ואיש"; און דער ראב"ד פסק'נט ווי די גמרא אין כריתות וואָס האַלט אַז „מקשו להדדי" (ניט ווי דער תו"כ), אַז מ'פאַרגלייכט זיי איינער צום צווייטן און בשעת איינער פון זיי איז אַ קטן אָדער אַ קטנה זיינען ביידע פטור.

233אָבער אויך דאָס דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דער טעם, לויטן תו"כ, וואָס דוקא באַ שפחה חרופה איז דאָ דער לימוד צו מרבה זיין אַ בן תשע שנים ויום א', און ניט באַ אַנדערע עניני עריות כיו"ב, וואָס אויך דאָרטן איז ביאתו ביאהיא?

מען קען זאָגן אַז אויף דעם איז ניטאָ קיין טעם, נאָר ס'איז אַ גזירת הכתוב, אָבער — מהיכא תיתא ? ס'איז גלאַטער צו זאָגן אַז ס'איז דאָ דערביי אַ הסברה.

ב. אַ חיוב קרבן — און עד"ז אַ חיוב מצוה — אויף אַ קטן, געפינט מען אין נאָך ערטער אין רמב"ם, ומהם:

אין הל' קרבן פסחיב פסק'נט דער רמב"ם „גר שנתגייר בין פסח ראשון לפסח שני וכן קטן שהגדיל בין שני פסחים חייבין לעשות פסח שני ואם שחטו עליו בראשון פטור". פרעגט דער כסף משנה „אטו קטן בר חיובא ופיטורא הוא" און ער פאַרענטפערט: „וכתב הר"י קורקוס ז"ל דכיון דרחמנא רביי' לקטן שישחטו עליו וממנין אותו נפטר הוא בכך מן השני"יג.

ולכאורה: וויבאַלד אַז סו"ס איז ער דאָך ביים פסח ראשון געווען אַ קטן און איז געווען פטור פון מצות, היינט ווי העלפט דאָס וואָס אַ צווייטער האָט אַ חיוב און שחט על הקטן (היינו אין זמן הפטור פון דעם קטן) אויף דעם זמן החיוב, ווען ער איז געוואָרן אַ גדול — בפסח שנייד?

נאָכמער פון דעם געפינט מען אין הל' ת"ת וואו דער רמב"םטו זאָגט: „מי שלא למדו אביו חייב ללמד את עצמו כשיכיר שנאמר כו'" און דער צ"צטז זאָגט „שמא גם על הקטן יש חיוב מדאורייתא" [פון דעם וואָס דער רמב"ם זאָגט דעם לשון (בלתי רגיל) — „כשיכיר"יז (ניט „כשיגדיל")יח, איז משמע, אַז דער חיוב הלימוד אויפן קטן איז דאָ נאָך איידער ער ווערט אַ גדול] —

איז אין דעם נאָך שווערער צו פאַרשטיין: ווי איז שייך אַ חיוב אויף אַ קטן?

ג. צו פאַרשטיין דאָס, דאַרף מען מקדים זיין אַ גרעסערן חידוש אינעם חיוב פון מצוות בכלל ביי אַ קטן:

ס'איז ידוע די מחלוקת הראשונים בנוגע די מצוות וואָס אַ קטן איז מקיים מצד חיוב פון חינוך: דעת רש"ייט והרמב"ןכ אַז די (מדרבנן) חינוך־מצוות זיינען „לאו מצוה דידי' (פון קטן) אלא דאבוה, דאיהו לא מיחייב במצות כל234עיקר", ובמילא קען אַ קטן ניט מוציא זיין אַ גדול אין ברכת המזון (וכיו"ב) אפילו ווען דער גדול איז אין דעם מחוייב נאָר מדרבנןכא; דעת התוס'כב והר"ןכג, אַז אַ קטן שהגיע לחינוך הייסט מחוייב בדבר מדרבנן און דעריבער קען ער מוציא זיין אַ גדול ידי חובתו (כשאכל שיעורא) דרבנןכד.

פון דעם וואָס דער רמב"םכה פסק'נט „בן מברך לאביו" איז מוכח, אַז ער האַלט אַז אין די חינוך־מצוות איז דער קטן מחוייב (מדרבנן)כו און ס'איז ניט נאָר אַ חיוב על האב.

[און אַזוי איז אויך משמע פון ל' הרמב"ם בכ"מכז:

אין הל' ציציתכח — „ומד"ס שכל קטן שיודע להתעטף חייב בציצית כדי לחנכו במצות"; אין הל' ברכותכט — „הקטנים חייבין בברכת המזון מד"ס כדי לחנכן במצות"; אין הל' סוכהל — „קטן שאינו צריך לאמו כו' חייב בסוכה מד"ס כדי לחנכו במצות"; ועד"ז בא לולבלא — „קטן היודע לנענע חייב בלולב מד"ס כדי לחנכו במצות"לב].

235אויך דאָ איז ניט מובן: ווי קען מען זאָגן אַ חיוב אויף אַ קטן אפילו מדרבנן, וויבאַלדלג ער איז ניט קיין בר דיעהלד, ובל' הגמ'לה „חיובא לדרדקי (בתמי')"?

ד. וי"ל דער ביאור בזה — אַז דאָס איז אַ סברא כללית פון רמב"םלו בכמה מקומות:

ובהקדים, ווי שוין גערעדט פיל מאָללז, וואָס מען געפינט כמה פעמים, אַז דאָרט וואו די תורה האָט געהייסן טאָן אַ געוויסע מצוה, וואָס איר קיום איז אָפּהענגיק פון אַ פעולה פריער (וכיו"ב), באַקומט אויך די פריערדיקע פעולה אַ מעין חשיבות און גדר פון דער מצוה עצמה — היות אַז די פעולה איז אַ הכרח (אָן איר קען די מצוה ניט געטאָן ווערן), איז עס כאילו ווי צוזאַמען מיטן ציווי אויף דער מצוה האָט די תורה אויך אָנגעזאָגט אויף דער פעולה.

בכללות איז דאָס דער גדר פון מכשירי מצוה, ובפרט לדעת ר"אלח אַז זיי זיינען דוחה את השבת (אויב די מצוה איז דוחה שבת) פּונקט ווי די מצוה אַליין.

נאָכמער פון דעם שטייט אין ירושלמילט, אַז אויף דער הכנה והכשרה צו די מצוות פון סוכה, לולבמ וכיו"ב, מאַכט מען ברכת המצוה: אשר קידשנו במצותיו וציונו לעשות סוכה, לעשות לולבמא, ועודמב.

אָט דעם ענין (אַז אַ מעין וגדר פון דער מצוה טראָגט זיך איבער אויף אַן236אַנדער זאַך וואָס איז אַ הכרח פאַר דער מצוה), געפינט מען ניט נאָר ביי אַ פעולה, כנ"ל, נאָר אויך אין דער הצטרפות פון מענטשן בנוגע תומ"צ. ולדוגמא: דער דין אין הל' ת"תמג, אַז „מי שא"א לו ללמוד כו' יספיק לאחרים הלומדים ותחשב לו כאילו לומד בעצמו"מד.

עד"ז אויך בנוגע לנשים — ובדוגמא להכשר מצוה הנ"ל — וכידוע וואָס דער ר"ן *מד זאָגט, אַז אַ אשה כאָטש זי איז ניט מצווה במצות פרי' ורבי', „מ"מ יש לה מצוה מפני שהיא מסייעת לבעל לקיים מצותי'", ד. ה. וויבאַלד אַז דער בעל קען מקיים זיין די מצוה נאָר ע"י האשה, האָט זי אויך אַ (מעין פון דער) מצוה.

און אפילו אין פאַל, ווען דער סיוע פון דער אשה אין דער מצוה פון בעל איז ניט קיין הכרח אין עצם קיום המצוה, נאָר ניט מער ווי אַ הילף אין זיין אפשריות פון קיום המצוה, ווערט גע'פסק'נט דער דיןמה, אַז כאָטש זי מצד עצמה איז ניט מחוייב (במצות ת"ת), איז „אם היא עוזרת לבנה או לבעלה בגופה ומאודה שיעסוק בתורה חולקת שכר עמהם ושכרה גדול מאחר שהם מצווים ועושים על ידה", וויבאַלד אַז דער לימוד התורה פון דעם מאַן און זון איז אין דעם פאַל דורך איר הילף, באַקומט זי אַ חלק אין דעם שכר פון מצות ת"תמו.

ה. אין כל הנ"ל אָבער, אויך באַ מכשירי מצוה (און ברכת המצוה לדעת הירושלמי), איז דאָס וואָס מ'דאַרף אָנקומען צו דער פעולה פון הכשר המצוה, און עשיית לולב וכיו"ב, אָדער צו סיוע האשה בפרי' ורבי' — איז דאָס דערפאַר וואָס במציאות איז די מצוה געטאָן געוואָרן ע"י הקדמה פון דער אַנדערער פעולה (דעם הכשר וסיוע וכו'), דעריבער ווערט אויף דער פעולה נמשך אַ מעין פון חשיבות וענין המצוה;

אין זיי איז אָבער ניטאָ קיין חלק ופרט פון דער מצוה והציווי.

[און דעריבער ווערן זיי ניט קיין חלק פון דער מצוה ממש: (די ברכה איז) לעשות לולב, עשי' (ניט נטילה); וגם בדברי הר"ן „יש לה מצוה" — סתם, עס איז ניט מוכרח אַז דאָס איז דער גדר מצות פרי' ורבי'מז פון אישמח].

למעלה מזה, בעניננו — מצות החינוך עד"מ: די שייכות והשתתפות פון קטן אין דער מצות חינוך באַשטייט ניט (בלויז) אין דעם וואָס אָן דעם קטן — קען דער אב ניט מקיים זיין מצות החינוך, נאָר (אויך וואָס) דאָס איז די מצוה — (דער אב זאָל מחנך זיין) אַז דער בן זאָל טאָן די מצוה; און דעריבער, אויך לדעת התוס' והרמב"ם, י"ל אַז די חכמים האָבן טאַקע מלכתחילה237אַרויפגעלייגט דעם חיוב החינוך נאָר אויפן אב און ניט אויפן בן*48, וויבאַלד אָבער אַז די מצות האב איז לחנך אַז דער בן זאָל מקיים זיין די מצוה, ווערט בדרך ממילא אויפן בן אַ התחייבות אינעם קיום פון די מצוות, הייסט אויך דער בן אַ מחוייב בדברמט.

בסגנון אחר: וויבאַלד אַז דער אב איז מחויב צו מחנך זיין את בנו לעשות המצוה, איז כאָטש אַז עשיית הבן את המצוה איז מצד דעם (חיוב וואָס איז מוטל על ה)אב — איז דאָס אָבער דאָך פעולת המצוה (בשלימות) ע"י הקטן מצד ציווי (שעל האב), און דעריבער הייסט דער קטן אַ מחוייב בדבר,

ביז אַז ער איז מוציא אַ גדול (וואָס איז מחוייב נאָר מדרבנן). ועד"ז געפינט מען באַ מצות דאורייתא, כדלקמן.

ו. אַ דוגמא להנ"ל באַ מצות דאורייתא *מט: באַ חיוב שמחה ברגל זאָגט אביינ „אשה בעלה משמחה". זאָגט רש"ינא: בבבל בבגדי צבעונין כו'. פרעגט דערויף תוס'נב פון חגיגה: איזהו קטן (דפטור מראי') כל שאינו יכול לאחוז בידו של אביו ולעלות מירושלים להר הבית, פרעגט די גמראנג „עד הכא מאן אתיי' ומשני עד הכא דמיחייבא אימי' בשמחה (אייתתי' וכו'), משמע שזקוקה לעלות משום שלמי שמחה. ומפרש ר"ת בעלה משמחה שהחיוב על בעלה ולא עלי' וכו' והא דקאמר בחגיגה דמחייבה אמי' משום בעלה ולא משום היא".

זעט מען דערפון לשיטת התוס', אַז כאָטש אויף דער אשה מצ"ע איז ניטאָ דער חיוב שמחה (פון שלמי שמחה), וויבאַלד אָבער אַז עס איז אַ מצוה אויפן בעל צו משמח זיין את אשתו, באַקומט אויך איר שמחה אַ גדר פון מצוה, ביז אַז די גמרא זאָגט אויף איר דעם לשון „דמחייבא . . בשמחה"נד (ניט ווי ביי פרי' ורבי' וואָס דער לשון הר"ן איז „יש לה מצוה")נה.

238ע"פ הנ"ל קען מען עד"ז מסביר זיין בנוגע צום חיוב ת"ת אויף אַ קטן, און ווי דער צ"צטז זאָגט בביאור דעת הרמב"ם הנ"ל (ס"ב): כיון דת"ת לא דמי לשאר מצות דבשאר מצות אין האב מחוייב לחנך בנו מדאורייתא אלא מד"ס אבל בת"ת מחוייב האב מדאורייתא ללמוד את בנו כו' א"כ שמא גם על הקטן יש חיוב מדאורייתא —

די"ל הפי': וויבאַלד אַז ס'איז דאָ אַ חיוב דאורייתא (מצד דעם אב) אויף דער מעשה הלימוד פון קטן, האָט זיין לימוד אַ גדר פון חיוב; און דעריבער, בשעת אַז לא למדו אביו בלייבט דאָ אַ חיוב מצד תורהנו.

ז. וי"ל אַז ע"ד הנ"ל איז אויך דער ביאור התירוץ פון מהר"י קורקוס אויף דעם רמב"ם בא קרבן פסח [„אם שחטו עליו בראשון פטור"] „כיון דרחמנא רביי' לקטןנז שישחטו עליו וממנין אותו נפטר הוא בכך מן השני'" —

ובהקדים וואָס דער ראָגאַטשאָווערנח איז מסביר, אַז דער דין אין רמב"ם „אם שחטו עליו בראשון פטור" רעדט נאָר בשעת דער אב האָט מונה געווען דעם קטן אויפן קרבן פסח אַלס איינעם פון בני החבורה — דעמאָלט איז ער פטור מן השני; אויב אָבער שחיטת הקרבן איז געווען באופן אַז דער קטן איז נכלל געוואָרן אינעם „(שה ל)בית אבות" (אפילו ווען מ'זאָל זאָגן אַז שה לבית אבות איז מדאורייתא), איז ער דאַן חייב בשני. וואָרום דאָס וואָס אַ קטן קען עסן מצד „שה לבית אבות" איז עס דערפאַר וואָס ער איז בטל צום אב, און ניט ווייל ער איז אַ מציאות בפ"ע. דעריבער איז דער קטן אַלס אַ מענטש בפ"ע ניט געווען במצות קרבן פסחנט. בשעת אָבער דער אב האָט אים מונה געווען על פסחו, האָט מען גע'שחט'ן דעם קרבן פסח (אויך) פאַר דעם בן, דעמאָלט דוקא איז ער פטור בשני.

די הסברה בזה איז ע"ד הנ"לס: וויבאַלד די תורה זאָגט אַז אַ קטן קען זיין פון די מנויים (אַ מציאות בפ"ע) אויף אַ239קרבן פסח, קומט אויס, אַז מצד מצות התורה (אויפ'ן אב) איז דער קטן בגדר מצות קרבן פסח *ס, און דערפאַר איז אויב שחטו עליו בראשון איז ער פטור בשני.

ח. ע"פ הנ"ל קען מען זאָגן כעין זה בא קטן „בן ט' שנים ויום א' שבא על שפחה חרופה היא לוקה והוא מביא קרבן": וויבאַלד אַז דורך זיין ביאה ווערט אַ חיוב (מלקות) מן התורה (אויף דער שפחה חרופה), עס איז אַ פעולה וואָס בריינגט אַ חיוב מלקות, באַקומט זיין פעולה אויך אַ תוקף מן התורה בנוגע להפועל און „מביא קרבן" — ער דאַרף האָבן אַ כפרהסא.

דער טעם אין דעם (אין דעם חילוק צווישן איסור שפחה חרופה און אַנדערע עריות, וואו דער קטן איז פטור לגמריסב) י"ל — מצד דער אַנדערשקייט בכלל פון איסור שפחה חרופה לגבי אַנדערע איסורי עריות, ובלשון הרמב"םסג „ביאת שפחה זו משונה מכל ביאות אסורות שבתורה שהרי היא לוקה שנאמר בקורת תהי' והוא חייב קרבן אשם שנאמר והביא את אשמו אחד שוגג ואחד מזיד בשפחה חרופה מביא אשם", וואָס פון דעם לשון איז משמע אַז דאָס וואָס דער עונש איז אַנדערש — איז אַ ראי' אַז דער עצם (איסור) „ביאת שפחה זו משונה".

אויך ווי דער רמב"ם איז ממשיך „הבא עלי' ביאות הרבה בין בזדון בין בשגגה מביא אשם אחד אבל היא חייבת מלקות על כל ביאה וביאה כו' כשאר חייבי לאווין", ד. ה. באַ איר איז די ביאה אַ גדר פון חייבי לאווין, משא"כ באַ דעם אישסד.

וי"ל אַז דאָס איז די הסברה אין דעם וואָס דער מגיד משנה זאָגט „מפני שהוא סובר שהכל תלוי בה כו'": די גמרא זאָגט „בזמן שהאשה לוקה האיש מביא קרבן אין האשה לוקה אין האיש מביא קרבן, מנלן, אמר רבא דכתיב ואיש כי ישכב את אשה שכבת זרע והיא שפחה נחרפת לאיש והפדה לא נפדתה או חופשה לא נתן לה, מכדי עד הכא באיש קא מישתעי קרא נכתוב והביא את אשמו לה' ולבסוף לכתוב בקורת תהי' אמאי כתב רחמנא ברישא בקורת תהי' ולבסוף כתב והביא את אשמו לה', ה"ק אם בקורת תהי' היא והביא את אשמו לה' ואם לא תהי' בקורת לא יביא הוא את אשמו".

לערנט דער רמב"ם אַז דאָס איז ניט נאָר אַ סימן, נאָר דאָס איז כעין טעם וסיבה: „והביא את אשמו לה' גו' וכפר עליו גו'" קומט אַלס תוצאה פון דעם וואָס ער האָט געבראַכט צו בקורת תהי' (געבראַכט די אשה צום חיוב מלקות)סד.

און דעריבער האָט דאָס אַ שייכות אויך צו אַ קטן: באַ אַנדערע עריות, איז דער איסור וחיוב אויפן בועל ונבעלת באַ יעדערן מצד עצמו, קען מען אויף אַ קטן ניט אַרויפלייגן קיין חיובים ועונשים (אפילו ניט קיין חיוב צוליב כפרה) און ער קען אויך ניט נגרר ווערן אין דעם חיוב וואָס עס איז דאָ אויפן צווייטן, וויבאַלד פעולת הבועל איז אַ מציאות (דאיסור וחיוב) בפ"ע;

240קדושים 7

משא"כ ביי שפחה חרופה, איז „הכל תלוי בה"סה, דער חיוב אשם אויפן איש איז נאָר ווייל זיין מעשה איז די סיבה אויף דעם חיוב האשה, און אין דעם ווערט אויך אַ קטן (נגרר ו)נכלל (ע"ד הנ"ל, אַז מצד דער מצוה שעל האב צו לערנען תורה מיט בנו אָדער מחנך זיין אים, ווערט דער קטן אָנגערופן אַ מחוייב בדבר — עד"ז אויך דאָ), וויבאַלד אַז די מעשה פון דעם קטן איז ע"פ תורה אַ מעשה *סה וואָס בריינגט אויף איר דעם חיוב מלקות, דערפאַרסו איז „הוא מביאסז קרבן"סח.

ט. פון כהנ"ל איז אויך דאָ אַ הוראה אין גודל הערך פון חינוך, ובפרט בת"ת

— וואָס חינוך האָט אַ שייכות מיוחדת צו דעם זמן פון ימי ספירת העומר וואָס איז צווישן פסח — זמן חרותנו און חג השבועות — זמן מתן תורתנו (און איז זיי מחבר ומאחדסט),

וואָס באַ חג הפסח זעט מען באופן בולט די הדגשה אין ענין החינוך למצות פון אַ קטן: נוסף על הנ"ל, וואָס ביי איינעם פון די מצות עיקריות פון יצי"מ (קרבן פסח) געפינט מען אַז רחמנא241רביי' לקטן כו' כנ"ל, איז דער סדר פון פסח, הגדה און סיפור יצי"מ מיוסד אויף (און פאַרבונדן מיט) „והגדת לבנך"ע. [און בכללות ווערט די יציאה פון אידישן פאָלק פון מצרים פאַרגליכן אין נבואת יחזקאלעא צום געבורט פון אַ קינד, וואָס באַלד נאָך דעם הויבט זיך אָן דער חינוך זיינער אַלס יסוד לכל ימי חייועב];

און אַזוי אויך בחג השבועות, זמן מתן תורתנו — התחלת לימוד התורה ע"י אבינו שבשמים עם בניו — עם ישראל עליהם נאמרעג בנים אתם לה' אלקיכם,

ועד"ז באב ובן למטה — וואָס הגם אַז בנוגע מצות בכלל איז „אביו אינו חייב לחנכו במצות מן התורה אלא מד"ס", איז דאָך ב"ת"ת מ"ע מן התורה על האב ללמד את בנו הקטן תורה"עד; נוסף לזה איז דאָך נתינת התורה געקומען בזכות ענין החינוך, נאָר דורך דעם וואָס „בנינו עורבין אותנו" האָט דער אויבערשטער מסכים געווען צו געבן די תורהעה —

דוקא דורך דעם וואָס מ'גיט דעם קינד אַ חינוך במצוות ווערט ער אַ מציאות בפ"ע און האָט אַן אייגענעם פאַרבונד מיט דער מצוה (כנ"ל אַז דער קטן אַליין ווערט אָנגערופן אַ מחוייב בדבר); און נאָכמער — בנוגע לת"ת: בשעת מ'לערנט תורה מיט אַ קינד, וואָס איז אַ „מצוה על כל חכם וחכם מישראל ללמד את כל התלמידים אע"פ שאינן בניו שנאמר ושננתם לבניך כו' אלו תלמידיך"עו, מאַכט מען אים אַ מציאות חדשה — דער תלמיד ווערט פאַרבונדן מיט תורה (און מיטן נותן התורה) — וכמאמר חז"לעז „כל המלמד את בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו".

פון דעם אַלעם איז פאַרשטאַנדיק דער גודל החיוב וההשתדלות וואָס ליגט אויף יעדן איינעם אָפּצוגעבן זיך מיטן חינוך פון בני ובנות ישראל בלימוד התורה ובקיום המצות; ובפרט בימים אלו, וואָס דאָס איז די צייט וואָס מ'גרייט זיך צו די ימי החופש, דאַרף מען זען אַז יעדער אידיש קינד, אַ אינגעלע אָדער אַ מיידעלע, זאָל זיין אין אַ סביבה פון תורה ויר"ש במשך חדשי הקיץ (ומה טוב במשך כל כ"ד שעות היום), וואָס דאָס וועט זיין אויך די הכנה אויף צו מוסיף זיין אין דעם חינוך פון ילדים וילדות במשך הזמן והשנה שלאח"ז.

(משיחות חג השבועות תשכ"ח

וש"פ נשא תשל"א)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-mg86k9jj

עותקים

פעילות אחרונה

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · אושרה
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · נסגרה

מקורות