עברית
Library

ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א להתלמידים שיחיו ערב יום הכפורים, לפני כל נדרי, ה'תש"נ

380

מ'רופט אים אָן איז "אני" [דלא אתפס בשם ולא אתרמיז בשום אותא וקוצא כלללה] — דער אני ויש האמיתי, עצמותו ומהותו ית'לו,

ובכללות איז דאָס כולל אויך "אנכי"לז — וואָס האָט דעם זעלבן פירוש און אותיות פון "אני" בתוספת כ', ר"ת כתרלח, וועלכער איז כולל אַלע ענינים אין כתר, ביז ווי כתר איז פאַרבונדן מיט דעם "אני" האמיתי — עתיקא ביז עתיקא דעתיקא.

און דוקא פון "אני" (יש האמיתי) ווערט "אברכם", די המשכת ברכות צו אידן, ביז למטה מטה אין זייערע ענינים גשמייםלט. ואדרבה — דער גילוי פון דעם יש האמיתי איז דוקא אין דעם יש הנברא, כידועמ.

דאָס הייסט, אַז נוסף צו דעם וואָס ברכת כהנים בכלל טוט אויף המשכת כל הברכות, ביז אַ המשכה חדשה ("יהי רצון") פון אַן אָרט וואָס איז העכער פאַרן מקור הברכות, און דאָס ווערט נמשך למטה מטה — ווערט דאָס נאָכמער אויפגעטאָן דורך "ואני אברכם" (דער סיום וחותם פון דער פרשה) — אַז פון דעם אני האמיתי ווערט נמשך ברכות ביז למטה מטה.

ד. עפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק דער תוכן פון אמירת פרשת ברכת כהנים בברכות השחר — ועד"ז דאָס וואָס "פותחין בברכה" איצטער מיט דער ברכה:

בשעת מ'זאָגט די ברכות פון ברכת כהנים ("יברכך ה' וגו'") און מ'איז מוסיף "ואני אברכם" (בסיום פון פרשת ברכת כהנים), לאחרי וואָס מ'האָט געזאָגט אַלע ברכות השחר שלפנ"ז און די ברכות פון ברכת כהנים עצמה ("יברכך ה' גו'") — איז פאַרשטאַנדיק, אַז נוסף צו דעם וואָס דאָס איז כולל די אַלע ברכות המפורשות לפני זה, קומט צו אַ הוספה וחידוש, אַז "ואני אברכם", דער אויבערשטער אַליין, דער אני האמיתי, בענטשט אידן מיט אַלע ברכות;

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-kt47n4ec

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources