ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א להתלמידים שיחיו ערב יום הכפורים, לפני כל נדרי, ה'תש"נ
379
ג. דער ענין [המשכת כל הברכות בברכת כהנים ממקום שלמעלה ממקור הברכה ובאופן שנמשך למטה מטה] איז נאָכמער אונטערשטראָכן אין דעם סיום וחותם פון דעם נוסח הברכה הנ"ל — "ואני אברכם":
"ואני אברכם" גייט אויף דער ברכה פון דעם אויבערשטן. דאָס הייסט, אַז נוסף צו דער ברכה פון (די כהנים) "יברכך ה' וגו'", קומט צו די ברכה פון דעם אויבערשטן אַליין ("אני")
— לויט ביידע פירושים (דיעות) אין דעםלא: (א) "ואני אברכם" — לכהנים, "כהנים מברכין לישראל והקב"ה מברך לכהנים"לב, (ב) "ואני אברכם" — לישראל, "כהנים מברכין לישראל והקב"ה מסכים על ידם", ועפ"ז איז די ברכה צו אידן "מפי גבורה"לג נוסף אויף "מפי כהנים" [און לויט דער דיעה איז "ברכה לכהנים מנא לי'"? "מואברכה מברכיך"לד]. —
דער לשון "אברכם" סתם (אָן קיינע פרטים) איז כולל — נוסף (כפשוט) אויף די ברכות המפורשות אין די פסוקים פון ברכת כהנים — אַלע ענינים וואָס גייען אַריין בכלל ברכה ("אברכם").
און נאָכמער: מ'איז מוסיף "ואני אברכם" (ניט "ואברכם" אַליין, וואָס מיינט אויך "איך וועל זיי בענטשן"), אַז די ברכות קומען פון "אני" — דער אויבערשטער, מקור כל הברכות (ש"אברכם"),
ביז אַז דאָס גייט אויף "אני" — ווי דער אויבערשטער איז העכער פאַר מקור הברכות און העכער פאַר שמות ותוארים בכלל, און דער איינציקער אופן ווי
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-3pr0ahwf
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.