נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
81מצורע
א.נאָך די פרשיות וועגן די דינים פון: זבא, איש כי תצא ממנו שכבת זרעב, נדהג, און זבהד — איז די תורה מסיים (בסוף הסדרה): „זאת תורת הזב ואשר תצא ממנו שכבת זרע גו' והדוה בנדתה והזב את זובו לזכר ולנקבה גו'".
איז רש"י אויף דעם מפרש: „זאת תורת הזב, בעל ראי' אחת ומהו תורתו. ואשר תצא ממנו שכבת זרע, הרי הוא כבעל קרי טמא טומאת ערב. והזב את זובו, בעל שתי ראיות ובעל שלש ראיות שתורתן מפורשת למעלה".
לערנען מפרשיםה, אַז רש"י'ס הכרח צו לערנען אַז „זאת תורת הזב" מיינט (ניט די „תורת הזב" וועגן וועלכער עס רעדט זיך פריער אין פרשה, נאָר) „בעל ראי' אחת", וואָס „תורתו" ווערט ערשט געזאָגט אין פסוק דאָ („ומהו תורתו, ואשר תצא ממנו שכבת זרע") — איז פון דעם וואָס די תורה חזר'ט איבער נאָכאַמאָל (אין דעם פסוק שלאח"ז) — „והזב את זובו (לזכר)".
דעריבער לערנט רש"י אַז די צוויי פסוקיםו — „זאת תורת הזב" און „הזב את זובו" — ריידן וועגן צוויי סוגים:
א) „זאת תורת הזב" רעדט וועגן „בעל ראי' אחת", און דאָס וואָס דער פסוק טיילט עס אויס פון זב בכלל, איז ווייל בעל ראי' אחת האָט אַן אַנדער דין — „ומהו תורתו" (פון דעם „בעל ראי' אחת") — „הרי הוא כבעל קרי".
ב) „והזב את זובו" מיינט „בעל שתי ראיות ובעל שלש ראיות שתורתן מפורשת למעלה"ז.
ב. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: דער פירוש — אַז די צוויי סוגים (אין די צוויי פסוקים דאָ) זיינען „בעל ראי' אחת" און „בעל שתי ראיות ובעל שלש ראיות" — האָט כו"כ שוועריקייטן בדרך הפשטח, ווייל:
א) פאַרוואָס שטייט די „תורה" פון בעל ראי' אחת ערשט בסיום הסדרה, נאָך אַלע אַנדערע סוגים (און נאָכן פסוקט „והזרתם את בנ"י מטומאתם גו'") — און ניט פריער, ביי די דינים פון זב אָדער בעל קריי (ובפרט אַז ער איז דאָך82אויך אַ בעל ראי' אחת, און — ס'קען דאָך ניט זיין „שתי ראיות" סיידן ס'געווען פריער „ראי' אחת")?
ג) לפ"ז איז דער סיום, דער סכל פון די פריערדיקע פרשיות אינגאַנצן ניט לויטן סדר אין וועלכן זיי שטייען: פרשת זב איז געקומען פאַר „איש כי תצא ממנו שכבת זרע" און נדה, און דאָ שטייט „והזב את זובו" (וואָס לויט רש"י מיינט עס דער זב וואָס תורתו „מפורשת למעלה") נאָך „והדוה בנדתה" —
איז ניט מובן: הלמאי לערנט רש"י (וואָס איז פשוטו של מקראיב) אַז די צוויי סוגים זיינען „בעל ראי' אחת" און „בעל שתי ראיות ובעל שלש ראיות" — ער האָט געדאַרפט לערנען אַז („זאת תורת גו'" איז בלויז אַ הכל פון פריער, און) „זאת תורת הזב" מיינט „בעל שתי ראיות" און „והזב את זובו" — „בעל שלש ראיות"יג, ווי רש"י האָט שוין פריער געבראַכט (אין תחלת פרשת זביד) אַז זיי זיינען מחולקים צווישן זיך: „שתים לטומאה והשלישית מזקיקתו לקרבן".
[און דאָס וואָס די תורה שטעלט דעם פרט פון זב בעל שלש ראיות (ניט במקומו — פאַר „ואשר תצא ממנו גו'" — נאָר) צוזאַמען מיט אַ זבה, קען מען פאַרענטפערן, אַז דאָס איז ווייל נאָר די צוויי האָבן דעם דין מיוחד (וואָס טיילט זיי אויס פון די אַלע אַנדערע סוגים דאָ)טו, אַז זיי דאַרפן האָבן אַ קרבןטז (לכפר אויף דער טומאת הזיבה)].
ג. לכאורה וואָלט מען געקענט ענטפערן, אַז רש"י'ן אָרט דאָ דער כפל הלשון — „והזב את זובו" (ניט ווי אין פריערדיקן פסוק „זאת תורת הזב" וואו דער לשון זב שטייט בלויז איין מאָל). און פון דעם נעמט רש"י, אַז דער פסוק איז דאָ מרמז אויף צוויי סוגים אין „זב"
83— ע"דיז ווי רש"י האָט פריער אָפּגעלערנט דעם חילוק (הנ"ל) צווישן „בעל שתי ראיות" און „בעל שלש ראיות" פון דעם כפל הלשון אין די צוויי פסוקים דאָרט: „מנה הכתוב הראשון ראיות שתים . . זב מבשרו זובו . . ומנה הכתוב השני ראיות שלש . . בזובו רר בשרו את זובו או החתים בשרו מזובו" —
און וויבאַלד אַז אין די צוויי פסוקים (צוזאַמען) ווערט געזאָגט דריי מאָל זב, דעריבער לערנט רש"י, אַז „זאת תורת הזב" מיינט „בעל ראי' אחת", און „והזב את זובו" — „בעל שתי ראיות ובעל שלש ראיות".
אָבער ס'איז שווער אַזוי צו לערנען, ווייל דער כפל הלשון „והזב את זובו" דאַ איז ניט אַזאַ שטאַרקער דיוק (בדרך הפשט) — ס'איז ע"ד (און נאָכמער — עס קומט בהמשך צו) דעם כפל הלשון „והדוה בנדתה"יח; ובמילא האָט ניט קיין אָרט צו זאָגן, אַז צוליב דעם זאָל רש"י לערנען אַזאַ ווייטן פירוש (— זאָגן אַז דאָס איז פשט) אין „זאת תורת הזב ואשר גו'".
נוסף לזה: אפילו אויב מ'זאָל אָננעמען אַז דער כפל הלשון („והזב את זובו") איז יע אַ דיוק אין דרך הפשט — איז אָבער דער אופן הלימוד (אַז דער כפל הלשון איז מרמז אויף צוויי סוגים) נאָר אַן ענין של מדרש
דער לשון „זאת תורת הזב" איז ע"ד „זאת תורת העולה גו' המנחה וגו'" (מיינט אַלע עולות מנחות וכו'יט — אַלע סוגים) לערנט רש"י אַז דאַ איז די תורה כולל און וויל מפרט זיין אַלע סוגי זב ועל הסדר: מן הקל אל החמורכ.
ועפ"ז ווערט פאַרענטפערט וואָס די תורה שטעלט „והזב את זובו לזכר" — ניט וואו עס רעדט זיך וועגן זב פריער אין פרשה, נאָר מיט — „ולנקבה" זב צוזאַמען מיט זבה, ווייל זיי האָבן ביידע דעם זעלבן חומר.
עפ"ז ווערט אָבער שווער: דאָ שטייט דאָך פריער „(תורת) הזב", פאַר „ואשר תצא ממנו גו'" — „ואשר" בתוספת וא"ו, וואָס באַווייזט אַז „הזב" דאָ איז (אויך) אַ פרט אין כללות הסוג פון „זב" — דאַרף לפ"ז אויסקומען אַז (ס'איז דאָ) אַ זב וועלכער איז קל בדינו פון „ואשר תצא גו'"!
און וויבאַלד אַז מ'קען ניט זאָגן אַז אַ זב בעל שתי ראיות זאָל זיין גלייך ועל אחת כו"כ קל פון ואשר תצא גו'כא, מוז84מען זאָגן אַז „זאת תורת הזב" מיינט „בעל ראי' אחת".
ה. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין וואָס רש"י זאָגט — „והזב את זובו, בעל שתי ראיות ובעל שלש ראיות שתורתן מפורשת למעלה":
פון דיוק לשון רש"י „בעל שתי ראיות ובעל שלש ראיותכב שתורתןכג מפורשת למעלה" איז מוכח, אַז לויט רש"י רעדט דער פסוק „והזב את זובו" וועגן צוויי סוגי זבכד — איז ניט מובן: דער ביאור הנ"ל (סעיף ד) איז בלויז אַ הכרח אַז „זאת תורת הזב" רעדט וועגן „בעל ראי' אחת", און „והזב את זובו" — וועגן אַ זב וואָס איז חמור פון „ואשר תצא ממנו גו'" (און „והדוה בנדתה"כה); אָבער פון וואַנעט איז דער הכרח (פון פשטות הכתובים דאָ) אַז „והזב את זובו" איז כולל צוויי סוגים — „בעל שתי ראיות ובעל שלש ראיות"כו?
פריערל שטייען צוויי פסוקים: „איש כי יהי' זב מבשרו זובו טמא הוא. וזאת תהי' טומאתו בזובו רר בשרו את זובו או החתים בשרו מזובו טומאתו היא", און דערנאָך (אין דעם פסוק שלאח"ז) הויבן זיך אָן די פרטי דינים פון טומאת הזב — „כל המשכב וגו'".
איז ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס איז די תורה מפסיק צווישן „וזאת תהי' טומאתו בזובו" און די דיני הטומאה („כל המשכב וגו'") מיט די ווערטער „רר בשרו גו' או החתים בשרו גו'", וואָס זיינען (ניט דינים אין טומאת הזב, נאָר) צוויי אופנים אין זיבה [„רר בשרו" — „ריר שיוצא צלול"לא; „החתים בשרו" — „שיוצא עב וסותם את פי האמה"לא] —
די ווערטער „רר בשרו את זובו או החתים בשרו מזובו" האָבן לכאורה געדאַרפט שטיין אין דעם פריערדיקן פסוק: „איש כי יהי' זב מבשרו, רר בשרו את זובו או החתים בשרו מזובו, זובו טמא הוא" (און דערנאָך: „וזאת תהי' טומאתו כל המשכב גו'")?
אויף דעם קומט „מדרשו" און פאַרענטפערט — „מנה הכתוב הראשון . . וקראו טמא . . הכתוב השני . . וקראו טמא": די תורה איז דערמיט מרמז אויף צוויי סוגים אין זב, וואָס זייער טומאה איז ניט גלייך; און דערפאַר שטייען זיי אין צוויי באַזונדערע פסוקים („הכתוב הראשון . . הכתוב השני"לב), און יעדן פון זיי באַזונדער — „קראו טמא" (וויבאַלד זייער טומאה איז ניט גלייך).
קומט אויס, אַז פשוטו של מקרא דאָרטן איז מכריח (אַז מ'דאַרף דרש'נען דעם יתור הלשון, ובמילא —) אַז עס זיינען דאָ צוויי סוגים אין זב — בעל שתי ראיות און בעל שלש ראיות.
ז. וויבאַלד אַז דער „מדרשו" בנדו"ד איז אַזאַ וואָס איז מוכרח מצד „פשוטו" (כנ"ל), איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך דער חילוק אין דין צווישן זיי (וואָס רש"י ברענגט) — „שתים לטומאה והשלישית מזקיקתו לקרבן" — איז (ניט בלויז העתקת לשון חז"ללג, וועלכער איז ניט היפך הפשט, נאָר ס'איז) מוכרח אין פשוטו של מקרא.
והביאור: וויבאַלד אַז „וזאת תהי' טומאתו" באַציט זיך בפשטות צו דעם „טמא הוא" וואָס שטייט אין פריערדיקן פסוק (ביי בעל שתי ראיות), דאַרף מען זאָגן, אַז די דיני טומאה וועלכע שטייען בהמשך הפרשה זיינען דאָ אויך ביי בעל שתי ראיותלד.
מוז מען במילא זאָגן, אַז די הוספה פון בעל שלש ראיות אויף בעל שתי86ראיות איז ניט אין דעם עצם ענין (ואופן) הטומאה — „טמא הוא" — נאָר אין דעם וואָס „(שתים לטומאה) והשלישית מזקיקתו לקרבן"לה. — ניט „מחייבתו קרבן" וואָס „זיקה" מיינט — נויטיקייט אין אַ נייער (זייטיקער) זאַך.
ועפ"ז איז מובן וואָס רש"י זאָגט בסיום הסדרה „בעל שתי ראיות ובעל שלש ראיות שתורתן מפורשת למעלה" — ווייל דער חילוק הנ"ל צווישן שתי ראיות און שלש ראיות איז מוכרח אויך מצד „פשוטו" (כנ"ל בארוכה); ובמילא, אַז רש"י וויל אָפּטייטשן וועלכער „זב" איז תורתו „מפורשת למעלה"לו — ניט ווי בעל ראי' אחת וואָס תורתו שטייט ערשט בסיום הסדרה — ברענגט ער ביידע סוגים אין זב.
ח. פון די ענינים מופלאים ע"ד ההלכה אין פירוש רש"י זה:
דער תוכן פון פירוש רש"י בסיום הסדרה שטייט אין תורת כהנים אויפן פסוק, נאָר מיט כמה שינויים — ווי מפרשי רש"ילז שטעלן זיך אויף זיי. ס'איז אָבער דאָ אַ שינוי לשון אויף וועלכן לא מצאתי לע"ע אַז מ'שטעלט זיך — וואָס יש לומר, אַז אין דעם שינוי ליגט אַ גאַנצער ענין, און אַ לשיטתי' פון תו"כ (הלכה) אָדער — פירוש רש"י (פשוטו ש"מ):
אין תו"כ איז דער לשון: „. . זה שראה ראי' אחת . . זה שראהלח שתי ראיות . . זה שראה שלש ראיות"; און רש"י איז משנהלט און זאָגט: „בעל ראי' אחת . . בעל שתי ראיות ובעל שלש ראיות".
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים וואָס מ'געפינט אין גמראמ צוויי לימודים אויף דעם חילוק פון שתי ראיות און שלש ראיות:
א) די דרשה פון ר' סימאימא (וואָס רש"י ברענגט דאָ אַראָפּמב): „מנה הכתוב שתים וקראו טמא שלש וקראו טמא הא כיצד שתים לטומאה ושלש לקרבן".
ב) די דרשה פון די חכמים: „זובו חדא רר בשרו תרי את זובו תלת לימד על זב בעל שלש ראיות שחייב בקרבן. או החתים בשרו מזובו טמא מקצת זובו טמא לימד על זב בעל שתי ראיות שמטמא משכב ומושב".
ויש לומר אַז עס איז אַ נפק"מ צווישן די צוויי לימודים — אין דעם גדר פון אַ זב בעל שתי ראיות — וואָס מ'קען לערנען אויף צוויי אופניםמג:
87א) זב בעל שתי ראיות וזב בעל שלש ראיות זיינען צוויי אינגאַנצן באַזונדערע מציאות'ן. די טומאה פון בעל שתי ראיות איז ניט די זעלבע טומאה פון (די שתי ראיות פון דעם) בעל שלש ראיות, זי איז אַן ענין בפני עצמו — די צוויי ראיות מצד עצמן זיינען מחייב טומאת זב וספירת ז' נקיים.
ב) די טומאה פון בעל שתי ראיות איז אַ חלק פון דער טומאה פון אַ זב בעל שלש ראיות. והיות אַז ער איז אַ חלק פון שלש ראיות, באַקומט ער אויך נאָר אַ חלק פון דיני טומאת בעל שלש ראיות.
[עפ"ז קען מען מבאר זיין וואָס עס שטייט אין תרגום יונתן בן עוזיאל אויפן פסוקמד „איש כי יהי' זב גו'" — „חמא תלת זימני" (און דערמאָנט ניט כלל דעם דין פון בעל שתי ראיות): די טומאה פון בעל שתי ראיות איז אַ חלק פון בעל שלש ראיות].
ט. איינע פון נפקא מינה'ס וואָס מ'קען זאָגן בדרך אפשר להלכה בפועלמה: אויב עס איז געווען אַ הפסק (יום) צווישן דער דריטער ראי' און די ערשטע צוויי ראיות, צי זיי ווערן אַלע נצטרף און ער באַקומט אַ דין פון אַ בעל שלש ראיות אָדער ניט (וואָס דאָס איז אַ פלוגתא (לדעת ר' אליעזר בן יהודהמו) צווישן בית שמאי און בית הלל):
אויב מ'זאָל אָננעמען, אַז טומאת בעל שתי ראיות איז אַן ענין בפני עצמו, הייסט עס אַז נאָך די צוויי ראיות ווערט גלייך אַ חיוב (מצד עצמו) צו ציילן ז' נקיים (סיידן אויב מ'זעט גלייך אַ דריטע ראי', איז איגלאי מילתא אַז ער איז אַ בעל שלש ראיות).
ולפ"ז דאַרף אויסקומען, אַז אויב עס איז געווען (נאָך די צוויי ראיות) אַ הפסק (יום), ס'איז נתברר געוואָרן אַז ער איז ניט קיין בעל (שלש) ראיות, איז איגלאי מילתא אַז ער האָט (גלייך נאָך דער צווייטער ראי') דעם דין פון אַ בעל שתי ראיות; און אַז ער זעט אין דעם יום שלאחרי ההפסק אַ ראי', איז דאָס אַ נייער ענין, עס ווערט ניט נצטרף צו די פריערדיקע צוויי ראיותמז.
88אויב אָבער די טומאה פון בעל שתי ראיות איז אַ חלק אין דעם גדר פון טומאת בעל שלש ראיות, דאַרף אויסקומען, אַז אפילו נאָך דעם ווי ס'איז דורכגעגאַנגען איין טאָג פון די ז' נקיים (נאָך די צוויי ראיות), ווערט די שפּעטערדיקע דריטע ראי' נצטרף צו די פריערדיקע צוויי. ווייל די ספירת ז' נקיים נאָך צוויי ראיות איז (ניט ווייל די צוויי ראיות מצד עצמן זיינען דאָס מחייב, נאָר) ווייל זיי זיינען אַ חלק „ומקצת" פון שלש ראיותמח.
יו"ד. און דאָס איז אויך דער חילוק צווישן די צוויי לימודים הנ"ל:
לויט דער דרשה אַז מ'לערנט אָפּ זב בעל שתי ראיות פון פסוק „מזובו — מקצת זובו טמא", איז אַ זב בעל שתי ראיות אַ „מקצת" פון אַ זב (גמור), בעל ג' ראיות.
משא"כ לויט דרשת ר' סימאי „מנה הכתוב שתים כו'" — די תורה רעכנט „שתים" באַזונדער און „שלש" באַזונדער, און אין צוויי באַזונדערע פסוקים — זיינען דאָס צוויי באַזונדערע סוגים אין זבמט.
ועפ"ז קען מען אויך מבאר זיין דעם חילוק צווישן לשון התורת כהנים ולשון רש"י בסיום הסדרה:
דער תורת כהנים ברענגט פריערנ אַראָפּ דעם לימוד „מזובו — מקצת זובו"; און דערפאַר זאָגט ער דאָ דעם לשון „זה שראהנא שתי ראיות . . שלש ראיות", דער לשון איז מדגיש די ראיות בפועל; זיי זיינען אין דעם זעלבן גדר, ס'איז נאָר אַ חילוק אין כמות וויפל ראיות עס זיינען (שוין) געווען.
רש"י וועלכער ברענגט דרשת ר' סימאי (כנ"ל) האַלט, אַז דאָס זיינען באַזונדערע מענשן, אַ באַזונדער „בעל שראה"; און דערפאַר איז ער מדייק ומפרט בלשונונב „בעל ראי' אחת . . בעל שתי ראיות ובעל שלש ראיות"נג — יעדער פון זיי איז אַ באַזונדער „בעל" לעצמו.
(משיחת ש"פ מצורע תשכ"ה)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר