English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ומכתבים ו

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

293ימי הספירה

ב"ה, ראש חודש אייר, ה'תש"ל

ברוקלין, נ. י.

צו אַלע אַנטיילנעמער אין דעם יערלעכן

דינער פאר דעם מוסד חינוך „אהלי תורה"

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה:

דער חודש אייר — וואָס אין דעם עלפטן טאָג פון דעם חודש קומט פאַר די יערלעכע מסיבה פאַר דעם מוסד חינוך על טהרת הקדש „אהלי תורה" — צייכנט זיך אויס פון אַלע אַנדערע חדשים דערמיט וואָס יעדער טאָג פון דעם חודש האָט די מצוה פון ספירת העומר.

דער ענין פון ספירת העומר, ווי אונזערע חכמים ז"ל דערציילן, האָט זיך אָנגעפאַנגען באַ יציאת־מצרים. די כוונה און דער תכלית פון יציאת־מצרים איז דאָך געווען צו באַקומען די תורה אויף דעם באַרג סיני (בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה). איז ווען משה רבינו האָט דערציילט די אידן אין מצרים וואָס דער תכלית פון זייער באַפרייאונג איז, האָבן זיי תיכף נאָך זייער אַרויסגיין פון מצרים אָנגעהויבן ציילן די טעג און די וואָכן צו קבלת־התורה. צוזעענדיג מיט וואָס פאַראַ תשוקה אידן ציילן די טעג צו קבלת התורה, האָט דער אויבערשטער אונז געגעבן די מצוה פון ספירת העומר.

ווי אַלע סיפורים פון אונזערע חכמים ז"ל, האָט אויך דער סיפור וועגן ספירת העומר אַ וויכטיגע און שטענדיגע באַדייטונג פאַר אַלע אידן, אין אַלע צייטן, און אין אַלע ערטער. און דאָס איז: ווי טייער אַ איד דאַרף שעצן די תורה, און מיט וואָס פאַראַ תשוקה, התמדה, און שקידה דאַרפן אידן לערנען תורה און מקיים זיין איהרע מצוות.

און דאָס איז דאָך די אויפגאַבע פון „אהלי תורה": איינצופלאַנצן אין די קינדער די דערמאָנטע תשוקה, התמדה, און שקידה פאַר תורה און מצוות, וואָס זאָל זיך אויסדריקן אין זייער הנהגה אין א־טעגלעכן לעבן.

מיר געפינען זיך איצט אין די טעג פון צוגרייטונג צו קבלת התורה, ווען יעדער איד, מאַן און פרוי, דאַרף יעדן טאָג שעפּן אַ פאַרגרעסערטע מאָס פון דעם קוואַל פון אהבת התורה והמצוות וואָס ציט זיך צו אונז בירושה פון אונזערע אבות, און אויסניצן דאָס בנוגע זיך און ספּעציעל בנוגע די קינדער — אייגענע קינדער און אויך אַלע קינדער, לויטן פירוש פון אונזערע חכמים: ושננתם לבניך — אלו294התלמידים (ניט דוקא תלמידיך), די תלמידים פון חדרים און ישיבות. און ווען עס האַנדלט זיך וועגן קינדער איז דאָך די נאַטור פון אַ מענטשן צו זען, אַז די קינדער זאָלן באַקומען דאָס בעסטע און אין דער מאַקסימאַלסטער מאָס.

דעריבער איז צו האָפן, אַז אין די דאזיגע סגולה־טעג וועט זיך יעדער איינער און איינע אָפּרופן און קומען צו הילף דעם מוסד „אהלי תורה" אין דער פולסטער מאָס, אין איינקלאַנג מיט דער מצוה פון וספרתם לכם, וואָס דורכדעם ברענגט מען אַריין ליכטיקייט און לויטערקייט אין אייגענעם לעבן, אין אַלע בני־בית שיחיו, און כלל ישראל, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות

טעםלמנהג אנ"ש ללמוד בימי הספירה מס' סוטה. כך שמעתי הוראת כ"ק מו"ח אדמו"ר, ושכן נהגו משנים בתוככי אנשי חב"ד. ואף שלא אמר הטעם ע"ז, יש לבאר ע"פ המבואר בכ"מ בנגלה דתורה ובחסידות, על השייכות שבין ימי ספירת העומר או מנחת העומר — והענין דסוטה, עד אשר ונקתה ונזרעה זרע וכו'.

(ממכתב י"ז סיון תשי"ט)

295ובפרט שעומדים אנו בימי סגולה, ימי הספירה, שהם ימי הכנה וצפי' לקבלת התורה בחג השבועות, זמן מתן תורתנו, וידוע סיפור חכמינו זכרונם לברכה שכשבא הקב"ה לתת התורה לעמו ישראל ציוה למשה רבנו לדבר תחילה עם הנשים ואח"כ עם האנשים, כמרומז בפסוק „כה תאמר לבית יעקב (הנשים) ותגד לבני ישראל (האנשים)". זאת אומרת שזכות ואחריות מיוחדות לנשי ובנות ישראל בקבלת התורה לשמרה ולמסרה מדור לדור. ומובן שזה קשור בתפקידה של כל בת ישראל כעקרת הבית ואם הבנים, אשר לזה דרושה הכנה גדולה ויתירה, ואם לא עכשו אימתי.

בברכה להצלחה בכל האמור

ולקראת זמן מתן תורתנו

לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות

6

ב"ה, ט' אייר, ה'תשמ"ב

ברוקלין, נ.י.

צו דער 27טער יערלעכער קאָנווענשאָן

פון נשי ובנות חב"ד

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום:

אין ענטפער אויף דער מיטטיילונג, אַז די קאָנווענשאָן איז באַשטימט געוואָרן אויף כ"א — כ"ד אייר — יהי רצון אַז עס זאָל זיין מיט גרויס הצלחה און באַרעכטיגען די דערוואַרטונגען אין דער פולסטער מאָס.

בפרט אַז די הויפּט טעמע און לאָזונג פון דער קאָנווענשאָן איז תנו לה מפרי ידי' ויהללוה בשערים מעשי', וואָס דאָס איז דאָך אין איינקלאַנג מיט דעם מאמר חכמינו ז"ל המעשה הוא העיקר.

דעריבער בין איך שטאַרק אין דער האָפנונג אַז אַלע גוטע החלטות וועלן אָנגענומען ווערן מיט אַ פּאַסנדע פעסטקייט און וועלן פאַרווירקלעכט ווערן במעשה בפועל.

דאָס איז אויך אין איינקלאַנג מיט דעם אינהאַלט פון די איצטיגע טעג פון ספירה. ווי באַקאַנט, דערקלערן אונזערע חכמים זכרונם לברכה, אַז דעם ערשטן מאָל וואָס אידן האָבן געציילט ספירה, איז דאָס געווען באַלד נאָכן אַרויסגיין פון מצרים, ווען זיי האָבן געציילט די טעג און די וואָכן צו קבלת התורה, און האָבן זיך צוגעגרייט און האָבן מקבל געווען די תורה, מיט דעם אויסרוף, אַלע ווי איינער — נעשה ונשמע, נעשה פריער.

און אויב שטענדיג איז דאָ די הבטחה יגעת ומצאת, על אחת כמה וכמה ווען די יגיעה איז פון אַ גאַנצע צוזאַמענקונפט פון נשי ובנות ישראל אויף דורכצופירן296לעבנסוויכטיגע החלטות און אונטערנעמונגען וואָס דאַרפן און מוזן דורכגעפירט ווערן.

בברכה להצלחה מרובה

ולבשורות טובות

בכל האמור

מאשר הנני קבלת מכתבו מיום שהוכפל בו כי טוב, וכיון שאין מזכיר בהנוגע לבריאות, בודאי סימן הוא אשר בסדר הענין וכן בהנוגע לזוגתו תחי'.

וכיון שענין ימי ספירה הוא שבכל יום מוסיפים על יום הקודם (שלכן לא בא במספר באופן סידורי, יום שני וכו'), הרי גם בעניני בריאות וכל עניני טוב יהי' באופן כזה, ובזה כמובן וגם פשוט בהנוגע להפצת המעינות חוצה, והרי שנת סגולה היא השנה הזאת, שהיא שנת המאתים להסתלקות הילולא של מורנו הבעש"ט ז"ל, להפצת מעינותיו שהיא היא תורת החסידות.

(ממכתב ח' אייר תש"כ)

6

בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לחת' השלוחים שיחיו

הנוסעים לישיבה גדולח דקאראקעס, ווענעזועלא

— יום ה' פ' בהו"ב, כ' אייר ה'תשמ"ב

דער אויבערשטער זאָל מצליח זיין יעדערן פון אייך בכל המצטרך,

און מצליח זיין במיוחד אין דער זאַך וואָס איז פאַרבונדן מיט ספירת העומר — מאַכן פון יעדן טאָגא אַ טאָג פון אַ מצוהב, מיט אַ ברכה מיוחדתג,

און ס'זאָל זיין ברכה והמשכה בכל הענינים הרוחניים ובכל הענינים הגשמיים, און ווי מ'זאָגט אין נוסח פון ספירת העומר — „יושפע שפע רב בכל העולמות".

ס'זאָל זיין קבלתד התורה בשמחה ובפנימיות.

297שמיני

1) מוכרח) מאבות פ"ו מ"ג.

2) כן הוא גם משמעות פשטות הסוגיא לגירסת הש"ס.

(משא"כ לגירסת הע"י וגירסה אחת במכות יא, א. וי"ל דדחה רש"י גירסאות אלו מפני מרז"ל באבות — הנ"ל).

(ממכתב תמוז תשט"ו)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-d4eb6pa6

עותקים

פעילות אחרונה

#195 Likkutei Sichos vol 22: machine reading · אושרה
#138 Likkutei Sichos vol 22: machine reading · נסגרה

מקורות