לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים י
313ועיקר העבודה היא שהביטול זאָל אַראָפּקומען ביז למטה, כי יד על כס, אין הכסא שלם, אַז ס'זאָל דערגרייכן ביז דעם כס (מדרי' המלכות) און ביז למטה מטה.
ובחודש אדר נעשה הגילוי דאדיר במרום, הבא ע"י הגאה גאה, ועי"ז אנו מתקרבין לביטול בעצם ולמחיית עמלק בתכלית, ולכן מתרבה השמחה.
(משיחת יום ועש"ק, ב' דר"ח אדר, תשח"י)
א ד ר
ברוקלין, נ. י.
צו דער 28טער יערלעכער מסיבה פון
די „נציבי הישיבה" תומכי־תמימים
ליובאַוויטש אין מאָנטרעאל
מגלגלין זכות ליום זכאי — גוטע זאַכן פּאַסירן אין גוטע טעג. די יערלעכע מסיבה קומט הייאָר פאַר ט' אדר שני, אין דעם היסטאָרישן טאָג ווען כ"ק מו"ח אדמו"ר — דער גרינדער פון ישיבת תומכי־תמימים ליובאוויטש אין מאָנטרעאל — איז געקומען אין אַמעריקע מיט 30 יאָר צוריק (אויך אין אַן עיבר־יאר).
אין דעם צוזאַמענהאַנג איז כדאי צו דערמאָנען די אומפאַרגעסלעכע ווערטער וואָס דער רבי דער שווער האָט געזאָגט גלייך ביים באַטרעטן דעם אַמעריקאַנער באָדן;
מיין קומען אַהער בעזרת השי"ת איז איך זאָל בחסדי השי"ת ממשיך זיין
מיין אַרבעט בהרבצת התורה ויראת שמים ועבודה, און די התעסקות
לטובת כלל אחינו בני ישראל, אויך דאָ אין לאַנד . . (צו שאַפן) אַ
ברייטע התעוררות אַקציע פאַר לימוד התורה, אַז תורה זאָל באַלייכטן
די אידישע גאָס און הויז. (ספר השיחות ת"ש, ע' ה).
עס זיינען דאַן געווען פיל פּראָמינענטע בעלי־בתים, וועלכע האָבן אויסגעדריקט גרויסע ספיקות אויב די דאָזיגע אויפגאַבע וואָס דער מנהיג ישראל, נשיא הדור, האָט זיך געשטעלט מיט זיין קומען אַהער, קען פאַרווירקלעכט ווערן. דאָס האָט אָבער ניט אָפּגעשוואַכט זיין אַנטשלאָסנקייט; פאַרקערט, דאָס האָט נאָר פאַרדאָפּלט זיין מסירת־נפש.
314זיין ענטפער אויף אַלע ספיקות איז געווען אַ פּשוטער;
„אַמעריקע איז ניט אַנדערש!4) די תורה און מצוות וועלכע זיינען גילטיג פאַר אידן אומעטום, זיינען אויך גילטיג אין אַמעריקע. און וויבאַלד אַז אויך אין אַמעריקע דאַרפן אידן לעבן על־פּי תורה און דערציען די קינדער בדרך התורה והמצוה, איז זיכער, אַז דער אויבערשטער האָט געגעבן די מעגלעכקייט דאָס דורכצופירן. עס האָט זיך בלויז געפאָדערט די ריכטיגע אַנטשלאָסנקייט, מיט דעם ריכטיגען, ערנסטן און האַרציגען צוגאַנג.
איצט, מיט 30 יאָר שפּעטער, זעט מען קלאָר די אויסערגעוויינלעכע הצלחה בעזר השי"ת וואָס מ'קען דערגרייכן אויפן געביט פון הרבצת התורה ביראת שמים און חינוך הכשר — אויב מ'וויל נאָר מיט אַן אמת און מ'טוט מיט מסירת־נפש.
און איינער פון די בעסטע באַווייזן דערפון איז די ישיבת תומכיתמימים ליובאַוויטש אין מאָנטרעאל, דער שטאָלץ פון קאַנאַדער אידנטום און איינע פון די גרעסטע פעסטונגען פון תורה און חינוך־על־טהרת־הקדש אויף דעם אַמעריקאַנער קאָנטינענט.
איך באַגריס די חשובע עסקנים און פריינד פון דער ישיבה, וועלכע זיינען שותפים אין איר אַנטוויקלונג. איך האָף צו השי"ת, אַז די הצלחה אין די פאַרגאַנגענע יאָרן וועט פאַרשטאַרקן זייער אַנטשלאָסנקייט און פאַרדאָפּלען זייער מיטהילף, צו העלפן דעם מוסד קדוש צו שטייגן מחיל אל חיל.
השם יתברך זאָל אַלעמען צוזאַמען און יעדן בפרט באַגליקן צו טאָן אין דעם מיט אַ ברייטקייט, בשמחה ובטוב לבב, מתוך הצלחה והרחבה אויך אין זייערע פּערזענלעכע באַדערפענישן בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בכבוד
ובברכה להצלחה ולבשורות טובות
בכל האמור
ת ר ו מ ה
ברוקלין, נ. י.
נשי ובנות חב"ד בארצנו הק'
תוב"ב על ידי משיח צדקנו
בנועם נתקבלה הידיעה על דבר הכנס, ויהי רצון שיהי' בהצלחה רבה בכל עניניו ופרטיו.