לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים טז
358פקורי
. . . די פרשה פקודי נעמט אַרום דעם גאַנצן ענין פון דעם משכן, פון דער התחלה ביז דעם סיום; פון די ביישטייערונגען צום משכן אין ענטפער אויף דעם גטלעכן געבאָט ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם („זיי זאָלן מיר מאַכן אַ הייליקן אָרט און איך וועל רוען צווישן זיי") — ביז וכבוד ה' מלא או1 המשכן („די גטלעכע שכינה האָט אָנגעפילט דעם משכן").
איינע פון די טיפערע אָנדייטונגען פון דער פרשה איז, אַז ווען מ'גייט טאָן אַ גוטע זאַך, דאַרף יעדער איינער זיך פאָרשטעלן, אַז דורך זיין באַטייליקונג, ווי גרויס אָדער קליין אין כמות, וועט אַרויסקומען די גאַנצע זאַך בשלימות. און כאָטש מ'דאַרף אָנקומען צו נאָך פיל מנדבים, האָט אָבער יעדער מנדב אַ זכות אין דער גאַנצער זאַך. און דאָס איז אויך מרומז אין דער ברכה וואָס משה רבנו האָט געגעבן אַלע אידן ביים סיום פון דעם משכן, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערציילן; יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם („דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז די שכינה זאָל רוען אין די ווערק פון אייערע הענט"). דער מעשה המשכן ווערט אָנגערופן „מעשה ידיכם" פון אַלעמען צוזאַמען און פון יעדן איינעם באַזונדער.
פאַרשטייט זיך, אַז ווען קען דער יחיד זיין באַרעכטיגט צו דעם פולן זכות פון דער גאַנצער זאַך — ווען זיין ביישטייער איז דער מאַקסימום וואָס דער אויבערשטער ערוואַרט פון עם. דאַן, ווי גרויס אָדער קליין דאָס זאָל ניט זיין אין כמות, האָבן אַלע צוגלייך דעם פולן זכות פון אויפשטעלן די גאַנצע זאַך. דאָס איז אויך אָנגעדייטעט געוואָרן אינם אָנהויב פון דער סדרה, וואו עס ווערן ווידער דערמאָנט בצלאל און אהליאב, די הויפּט „אַרכיטעקטן" פון דעם משכן, וועלכע — ווי רש"י באַמערקט — זיינען געווען די פאָרשטייער פון די העכסטע און נידעריגסטע שבטים, צו ווייזן, אַז ביים אויבערשטן זיינען אַלע גלייך און טייער.
אדר־נםן
. אין צוזאַמענהאַנג מיט די חדשים אד־ניסן דריקט זיך אויס די גמרא; מסמך גאולה לגאולה. דער אויסדרוק שטרייכט אונטער די אינערלעכע נקודה פון ביידע חדשים, די גאולה פון פּורים און די גאולה פון פּסח.
ווי אין אַלע ענינים פון תורה, וועלכע אַנטהאַלטן פיל הוראות און רמזים, אַזוי אויך אין דעם דערמאָנטן אויסדרוק, וואָס איינער פון זיי איז אין דעם באַגריף פון דעם עצם ענין פון גאולה — אויסלייזונג.
עס זיינען פאַראַן מדריגות אין גאולה. די גאולה פון פּורים האָט אויסגעלייזט די אידן פון דער גזירה פון להשמיד גו' ביום אחד; אָבער די גאולה איז געווען באַגרענעצט נאָר צו דעם, וואָרום די אידן זיינען ווייטער