לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים כ
355מ'האָט גערעדט אַז דאָס איז אַ פעולה נמשכת און אויך — פון די פריערדיקע שלוחים — איז אויך אין דעם בפּועל פון איצט אַזוי (ונתן עשרה דולר לכל אחד מהשלוחים הקודמים ואמר:) עשר איז דאָך אַ מספּר שלםל.
(אח"כ אמר:) בהמשך להאמור; אין די צעטלעך וואָס איר וועט דאָרטן אַריינגעבן וועט איר אויך דערמאָנען די פריערדיקע שלוחים, ובמיוחד — אויף הצלחה אין אייער שליחות און אין זייער שליחות, אין אַן אופן פון הולך ומוסיף ואור ביז „לילה כיום יאיר"לא.
(משיחת אור ליום ה' — הוד שבנצח —
י"א אייר, ה'תשל"א — להשלוחים לאוסטרליא שי')
356ומשום כך הרי בערב ר"ה עצמו היו צריכים לערוך את הפרוזבול בסוף היום עבור ההלוואות שילווה (באם יזדמן לו) ביום ער"ה עצמו.
אעפ"כ, היות ועלול לקרות שישכח מכך, הרי הטוב ביותר שיערוך את הפרוזבול מיד אחר התרת נדרים, שבאותה שעה מזומנים לפניו בלאו הכי ג' אנשים כשרים המהווים בי"דה, ויכול לומר בפניהם את נוסח הפרוזבול „הריני מוסר לכם כל חובות שיש לי שאגבה אותם כל זמן שארצה"ו.
הגמרא אומרת „בשתי שמיטות הכתוב מדבר, אחת שמיטת קרקע ואחת שמיטת כספים"ח ששמיטת כספים דומה היא לשמיטת קרקעותז. וכשם שעל שמיטת קרקעות נאמר גבורי כח עושי דברו לשמוע בקול דברוח, וכן דורשים על כך את הפסוק רצית ה' ארצך שבת שבות יעקבט, כך יהי רצון שעשיית הפרוזבול הקשורה בשמיטת הכספים תביא לקיום מצוות שביעית מן התורה — הן בכספים הן בקרקעי — בביאת משיח צדקנו יבוא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו בקרוב ממש.
357אַזוי ווי שבת — דער זיבעטער טאָג — איז אויסגעטיילט פון אַלע טעג פון וואָך און איז געהייליגט צו ג־ט, אַזוי איז שמיטה — דער זיבעטער יאָר — אויסגעטיילט פון אַלע איבעריגע יאָרן און איז געהייליגט צו ג־ט
און פּונקט ווי שבת זאָגט עדות, אַז דער אויבערשטער איז דער באַשעפער פון דער וועלט, וואָס האָט די וועלט באַשאַפן אין זעקס טעג און האָט גערוט אין דעם זיבעטן טאָג — שבת־קודש, און דאָס חזר'ט זיך איבער אַלע וואָך, וואָרום די ־טלעכע באַשאַפונג פון דער וועלט איז אַ שטענדיגע, ווי ערקלערט אין פיל ערטער און ספּעציעל אין חסידות — אַזוי איז אויך שמיטה אויסגעטיילט געוואָרן פון אַלע יאָרן און איז געהייליגט געוואָרן אַלס עדות, אַז דער אויבערשטער איז דער בעל־הבית פון דער וועלט.
אין טאָג טעגליכן לעבן איז דאָס;
אין פּרטיות'דיגען לעבן פון אַ אידן איז דאָ צייטן וואָס דער גייסטיגער לעבן איז אויסדריקלעך און בולט — ווי אַ איד לעבט אין שול און בית המדרש, אין ישיבה און מוסד חינוך, אַ לעבן דורכגעדרונגען מיט תורה און יראת שמים — אַ „שבת לה'".
קען ער דאָך מיינען, אַז אין אַנדערע צייטן — אין שטוב, אין שטוביגע זאַכן, אין גאַס און אין געשעפט — איז ניט אַזוי וויכטיג צו אונטערשטרייכן דעם לה';
אַזוי — דער ניט בעאַרבעטן די פעלדער, לאָזן די ערד רוהן דעם שמיטה יאָר — איז דאָך אַ „וואָכעדיקער" טבע־מיטל אַז די ערד זאָל זיין פעטער און מער פרוכטבאַר, זי זאָל אַרויסגעבן מער און בעסערע תבואה — זאָגט אָן די תורה — אַז דער רוהן דאַרף זיין נאָר לה' — לשם ה'
די שנת השמיטה דערמאָנט און אונטערשטרייכט — ווי שבת בראשית — אַז באַ אידן דאַרפן אַלע איינצלהייטן און פּאַסירונגען אין טאָ־טעגלעכן לעבן, אפילו די „וואָכעדיגע" און „ערדישע" זאַכן — ווי עסן און טרינקען און עניני פּרנסה — זיין לה': עסן לה', טרינקען לה', אַרבעטן און האַנדלן — לה'; אַלע, אַלע פרטים פון טאָג־טעגלעכן לעבן פון אַ אידן דאַרפן זיין דורכגעדרונגען מיט הייליקייט און ליכטיקייט וואָס פאַרבינדן אידן מיט השם יתברך.
אַזאַ אָרט לעבן הענגט אָפּ — ווי גערעדט מערערע מאָל — אין גאָר אַ גרויסע מאָס פון די אידישע פרויען און טעכטער; די וואָס פירן שוין אָן מיט אידישע היימען, אַלס עקרת הבית, די מוטער און באָבע; און די וועלכע גרייטן זיך צו דעם העכסט־וויכטיגען תפקיד, די אידישע טעכטער.
358דער אויבערשטער זאָל מצליח זיין אייער פאַרצווייגטע טעטיקייט צו פאַרשטאַרקן אידישקייט — תורת ה' ומצוות ה' דורכגעדרונגען און באַלויכטן מיט דער ליכטיקייט און וואַרעמקייט פון חסידות — סיי אין די נאָענטע קרייזן פון דער אייגענער משפּחה, סיי אין די ברייטערע קרייזן פון דער סביבה, און עס זאָל מקויים ווערן די טלעכע ברכה אין דער סדרה פון היינטיגער וואָך וצויתי את ברכתי לכם (איך וועל באַפעלן מיין ברכה צו קומען צו אייך), איר און אַלע אייערע שיחיו זאָלן געבענטשט ווערן מיט דעם אויבערשטענ'ס ברכה אויך אין אַן איבערנאַטירלעכן אופן און אין אַלע אַזוי־גערופענע נאַטירלעכע פּאַסירונגען און באַדערפענישן, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.
בברכה להצלחה ולבשורות טובות
הי־יאָר איז דאָך אַ שמיטה־יאָר, דאָס זיבעטע יאָר וואָס איז געהייליגט צווישן די יאָרן אַזוי ווי דער זיבעטער טאָג, שבת, איז געהייליגט צווישן די טעג; מיט דעם אונטערשייד וואָס שבת זיינען אַלע מלאכות פאַרבאָטן, אָבער אין שמיטה־יאָר טאָר מען בלויז ניט באַאַרבעטן די פעלדער און גערטנער, אָבער אַלע אַנדערע אַרבעט אין הויז אד"ג איז ערלויבט צו טאָן.
דער צוועק פון שמיטה־יאָר, ווי פון טאָג פון שבת, איז — לה' — געהייליגט צו ג־ט. דאָס מיינט, קודם כל, אַז די באַפרייטע צייט פון לאַנדווירטשאַפט, וואָס איז געווען פון די הויפּט־באַשעפטיקונגן פון אידן פאַרן גלות — זאָל אויסגענוצט ווערן אויף ענינים פון גטלעכקייט און קדושה.
דערביי קומט אויך אַרויס נאָך אַ הויפּט־אָפּלערנונג פון שמיטה — אַז אפילו אין דעם געוויינלעכן „וואָכעדיגען" טאָ־טעגלעכן לעבן זאָל מען מוסיף זיין אין ענינים פון ג־טלעכקייט, ביז דאָס גאַנצע יאָר ווערט באַרעכטיגט אָנגערופן צו ווערן „לה'", ענלעך צו שבת וואָס ווערט אָנגערופן „קודש לה'".
און פּונקט אַזוי ווי דער גייסט און קדושה פון שבת דאַרף באַווירקן אַלע טעג פון וואָך, און שבת איז „מקור הברכה" (דער קוואַל פון גטלעכע ברכות) פאַר אַלע טעג פון וואָך, אַזוי דאַרף אויך דער גייסט און קדושה פון שמיטה זיך אָפּשפּיגלען אין אַלע איבעריגע יאָר און דאָס שאַפט די צנורות צו באַקומען די ־טלעכע ברכות אויך אין מאַטעריעלע נויטווענדיקייטן.
359פאַר דער אידישער פרוי מיינט דאָס: כאָטש זי איז ניט באַשעפטיקט אין לימוד התורה, קען זי, און דאַרף, מוסיף זיין אין אַלע ענינים פון קדושה אין דער היים, וואו זי איז די „עקרת הבית", ווי אויך אין די טעטיקייטן צו שטיצן די מוסדות התורה . . .
. . . שנת השבע שנת השמיטה, וואָס ווערט אָנגערופן „שבת לה'" און איז צוגעגליכן געוואָרן צו שבת־קודש,
וואָס שבת איז דאָך אפילו שינה בשבת תענוג, כאָטש אין דער צייט פון שלאָף איז דער שכל — דאָס העכסטע אין מענטשן — אויך איינגעדרעמלט. דאָס ווייזט, אַז אַלע ענינים פון מענטשן, אפילו די געוויינלעכסטע — ווי שלאָפן — דאַרפן זיין געהייליגט צו ג־ט
על דרך זה איז דער ענין פון שמיטה. אין דעם יאָר פון שמיטה זיינען געווען פאַרבאָטן בלויז די פאַרשידענע מלאכות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט ערד־אַרבעט, אָבער אַלע אַנדערע מלאכות זיינען ניט באַשרענקט געוואָרן. האָט אָבער די תורה געפאָדערט, אַז אויך אין די אַלע אַנדערע באַשעפטיקונגען פון טאָג־טעגלעכן לעבן אַ גאַנץ יאָר זאָל זיך מערקן דער „שבת לה'" — אין צוגאָב צו דעם וואָס די באַפרייטע צייט פון ערדאַרבעט זאָל געווידמעט ווערן צו לימוד התורה וקיום המצוות מיט מער טיפקייט און אינערלעכקייט . . .
. . . מיר געפינען זיך איצט אין די טעג פון ספירה, וועלכע דערוועקן אין אונז די איבערלעבונג פון אונזערע אָבות, אַרויסגייענדיג פון גלות מצרים כדי צו באַקומען די תורה אויפן באַרג סיני, און זיי האָבן מיט בענקשאַפט און אומגעדולד געציילט די טעג און די וואָכן צו דעם ליכטיגען טאָג פון מתן־תורה. מען דאַרף זיך אין דעם אַריינטראַכטן. די אידן, אַרויסגייענדיג פון מצרים, האָבן נאָך ניט געוואוסט גענוי וואָס תורה איז און וואָס תורה באַדייט פאַרן אידישן פאָלק און פאַרן אידישן פּרט. מיר איצט האָבן שוין אָבער זינט יענער צייט דערפילט און זיך איבערצייגט ווי אַזוי די תורה — תורת חיים — איז אונזער גאַנץ לעבן, ווי אַזוי תורה און מצוות מאַכן ליכטיג דאָס טעגלעך לעבן פון יעדן אידן, און באַשיצן אונז אין די שווערסטע צייטן360פון גלות. דאַרף דאָך יעדער איד איצט אוודאי פילן און אַרויסווייזן נאָך אַ גרעסערן און טיפערן געפיל פון ליבשאַפט און איבערגעבנהייט פאַר דער תורה הקדושה.
אין דער סדרה פון דער וואָך . . (פ' בהר), רעדט זיך וועגן דער מצוה פון אָפּגעבן פאַר דעם אויבערשטן אַ גאַנץ יאָר, איין יאָר אין זיבן, אַלס שבת לה'. אידן האָבן זיך געדאַרפט אָפּרייסן פון זייערע פּערזענלעכע אינטערעסן אין ערדישע באַשעפטיקונגען, און אַ גאַנץ יאָר אָפּגעבן זיך מיט תורה און קדושה. פאַרזיכערט, גלייכצייטיק, די תורה הק' אַז ניט נאָר וועט דורך דעם גאָר ניט פעלן באַ אידן, נאָר אדרבה, דער אויבערשטער וועט אויף אַן איבערנאַטירלעכן אופן שיקן זיין ברכה, אַז איין יאָר זאָל ברענגען פּרנסה פאַר דריי יאָר.
אויף דעם אופן איז אויך די איבערנאַטירלעכע ברכה וואָס דער אויבערשטער שיקט פאַר יעדער טעטיקייט און איבערגעבנהייט אין אַלע ענינים פון קדושה . . .