פון די הויפּטנקודות אין תורת הבעל-שם-טוב (און וואָס ווערט אויספירלעך ערקלערט אין תורת חסידות חב"ד) איז דער ענין פון השגחהפרטיתשידשיג, אַז יעדע זאַך וואָס פּאַסירט אין דער וועלט, ניט בלויז בשייכות צום מין המדבר (מענטשןשטו), נאָר אויך בנוגע בעלי חיים, און אפילו צומח און דומם — איז ניט צופעליק ח"ו, נאָר מיט אַ כוונה פון דעם בורא עולם ומנהיגו. און אַוודאי איז עס אַזוי באַ יעדער פּאַסירונג וואָס איז פאַרבונדן מיט אידןשטז, ובפרט מיט צדיקים און נשיאי ישראל, וואָס בנוגע זיי איז די השגחה עליונה אין אַן אופן מיוחדשיז און יעדער פרט אין זייערע פּאַסירונגען האָט אין זיך אַ ספּעציעלע כוונה.
דערפון פאַרשטייט מען, אַז וויבאַלד דער געבורטסטאָג פון די "שני המאורות הגדולים" איז געווען אין חודש אלולשיח, איז עס אַ באַווייז אויף זייער ספּעציעלער פאַרבינדונג מיטן אַלגעמיינעם אינהאַלט פון דעם חודש — די צייט פון חשבון הנפש פונעם פאַרגאַנגענעם יאָר און פון צוגרייטונג צום נייעם יאָר הבא עלינו לטובה.
דער ענין ווערט אַרויסגעבראַכט און באַלויכטן אין דעם "פתגם"שיט פון חסידים, איבערגעגעבן פון דעם רבי'ן דעם שווער, אַז "ח"י אלול איז דער טאָג וואָס ברענגט אַ לעבן אין אלול. . ח"י אלול גיט אַ חיות אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לישכ".