English
ספרייה

לקוטי שיחות

אמור א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

147אמור

א. בתחילת הסדרה, וואו דער פּסוק זאָגט אַז כהנים טאָרן זיך ניט מטמא זיין, שטייט „אמור אל הכהנים גו' ואמרת אליהם". זאָגט די גמראב, און רש"י ברענגט עס בפירושו על התורה; „אמור ואמרת להזהיר גדולים על הקטנים", אַז די צווייטע אמירה איז אַן אזהרה אַז גדולים זאָלן ניט מטמא זיין קיין כהנים קטניםח.

אָט דעם דין אַז מען טאָר ניט בידים געבן קיין איסור צו קטנים, זאָגט די תורהד ביי נאָך צוויי איסורים; ביי אכילת שרצים און ביי אכילת דם, און פון די דריי איסורים — שרצים, דם און טומאת כהנים — לערנט מען אָפּ אויף אַלע איסורים אַז גדולים זיינען מוזהר על הקטנים.

פאַרוואָס דאַרף שטיין דער דין ביי די אַלע דריי זאַכן? זאָגט די גמראג אַז פון שרצים אַליין קען מען ניט אָפּלערנען ווייל „איסורן במשהו" (זייער איסור איז האַרבער פון אַנדערע איסורים דערמיט וואָס ער האָט ניט קיין שיעור און אויך אַ משהו שרץ האָט דעם פולן איסור) ; פון דם אַליין קען מען ניט אָפּלערנען ווייל ס'איז אַן איסור כרת; און פון ביידע צוזאַמען — שרצים מיט דם — קען מען ניט אָפּלערנען ווייל „איסורן שוה בכל" (זיי זיינען פאַרבאָטן צו אַלע אידן גלייך); פון טומאת כהנים אַליין קען מען ניט אָפּלערנען ווייל כהנים „ריבה בהם מצות יתרות" (מ'האָט זיי אָנגעזאָגט אויף אַ סך מער מצות ווי אַלע אידן). פון אַלע דריי זאַכן צוזאַמען אָבער — לערנט מען אָפּ, מיט אַ „צד השוה", אַז ביי אַלע איסורים זיינען גדולים מוזהר על הקטנים.

דאַרף מען פאַרשטיין; צווישן די איסורים אויף וועלכע אַלע אידן זיינען מוזהר („שוה בכל") זיינען דאָך אויך פאַראַן איסורים וועלכע האָבן ניט קיין ספּעציעלע חומרא, ווי אכילת נבילה למשל, וואָס האָט ניט קיין כרת און איר איסור איז אויך ניט במשהו (נאָר בכזית, ווי אַנדערע מאכלות אסורות). היינט פאַרוואָס האָט די תורה אויסגעקליבן צו אָנזאָגן גדולים על הקטנים דווקא ביי שרצים און דם וועלכע האָבן אַ חומרא מיוחדת — וואָס מאַכט נויטיק אַז דער דין זאָל שטיין דריי מאָל: איין מאָל ביי כהנים און צוויי מאָל ביי איסורים וועלכע זיינען שוה בכל; ווען דער דין שטייט ביי אכילת נבילה וכדומה, וואָלט מען פון דעם אָפּלערנען אויף אַלע איסורים וועלכע זיינען שוה148בכלח, און דאַן וואָלט געווען גענוג אַז דער דין זאָל שטיין בלויז צוויי מאָלז?

מוז מען זאָגן*7, אַז די תורה האָט געשריבן דעם דין ביי אָט די דריי איסוסורים ווייל די חומרות וועלכע זיי פאַרמאָגן — משהו, כרת, שוה בכל און ריבה בהם מצות יתירות — זיי זיינען דער עיקר טעם פון דעם דין „להזהיר גדולים על קטנים"ח.

ב. דער טעם פון דעם וואָס די תורה איז מזהיר גדולים על הקטנים, איז עס מצד דעם וואָס די גדולים האָבן אַ שייכות צו די קטנים. וואָרום אויב זיי וואָלטן צווישן זיך ניט געהאַט קיין שום שייכות, וואָלט די תורה ניט אָנגעזאָגט די גדולים וועגן אַזעלכע וואָס האָבן ניט קיין שייכות צו זיי.

שטעלט זיך דאָ די שאלה; די „קטנים" אויף וועלכע די גדולים זיינען מוזהר זיינען דאָך אַפילו אַזעלכע קטנים וואָס זיינען ניט בני הבנה כללט. טאָ וואָס פאַר אַ שייכות האָבן זיי צו די „גדולים" וואָס צוליב איר זיינען עס די גדולים מוזהר אויף די קטנים?

איז די שייכות וואָס מען געפינט צווישן זיי און דווקא אַ שייכות עיקרית — די נקודת היהדותי, וואָס אין דעם זיינען אַלע אידן גלייך.

ג. אויף כו"כ ענינים פון קדושה איז דאָך פאַראַן אַ משל פון עניני העולם — געפינט מען טאַקע עד"ז אויך בנוגע צום חיות פון נפש החיונית, אַז אין דער נקודת החיות איז ניטאָ קיין חילוק צווישן אַ גדול און אַ קטן.

דער חילוק וואָס איז יאָ דאָ צווישן אַ גדול און אַ קטן איז אין דעם התפּשטות החיות, אין זיין גילוייא, אין דעם חיות149פּרטי, וואָס איז אויסגעמאָסטן און מצוייר לויט דעם גוף וועלכן ער באַלעבט א.ז.וו. אין זיי איז שייך צו מאַכן אַן אונטערשייד צווישן איין גוף מיט אַ צווייטן, און אַזוי אויך אין איין און דעם זעלבן גוף, צווישן איין אבר מיט אַ צווייטן, און אין דעם — גלייך ביים געבורט און אין די תקופות נאָכדעם.

אין נקודת החיות אָבער, וועלכע איז ניט מצוייר לויטן גוף — איז כשם ווי ס'איז ניט שייך צו זאָגן אַז אין איין אבר געפינט זיך די נקודה מער ווי אין אַ צווייטן, אַפילו אין עקביים (וואָס האָבן ניט אין זיך דעם גילוי החיותיב) געפינט זיך די נקודת החיותיח בכל תקפה פּונקט ווי אין מוח ולב — אַזוי איז אויך ניט שייך צו זאָגן אַז אין איין גוף זאָל זי זיך געפינען מער ווי אין אַ צווייטן. וכידועיא אַז די זעלבע נפש וואָס באַלעבט דעם גוף פון אַ תינוק בן יומו קען באַלעבן דעם גוף פון עוג מלך הבשן.

און אַזוי ווי דאָס איז אין נפש החיונית, אַזוי איז עס אויך אין נפש האלקית; דער חילוק צווישן איין איד מיט אַ צווייטן איז בלויז אין די כחות הגלויים, אָבער אין נקודת היהדות זיינען אַלע גלייךיג.

ד. עפּ"י הנ"ל וועט מען פאַרשטיין די שייכות פון די אויבנדערמאָנטע פיר חומרות — משהו, כרת, שוה בכל און ריבה בהם מצות יתירות — צו דעם דין „להזהיר גדולים על הקטנים":

אין מצות (און אַזוי אויך אין איסורים) זיינען דאָ דריי ענינים; די מצוה, דער מענטש וואָס איז מקיים די מצוה, און דער פאַרבונד פון דעם מענטשן מיט דער מצוה. און אין דעם קישור גופא זיינען דאָ צוויי ענינים; (א) וואָס דער מענטש איז נצטווה געוואָרן אויף דער מצוה, (ב) די פעולה וואָס עס שאַפט זיך אין דעם מענטשן דורך מקיים זיין די מצוה, אָדער דורך ח"ו עובר זיין אויף דעם איסור.

און די פיר חומרות הנ"ל דריקן אויס די חומרות פון יעדערן פון די פיר ענינים

„איסורן במשהו" — די חומרא אין דעם איסור. אַז דער איסור — די קליפּהי — וואָס געפינט זיך אין די זאַכן וועלכע זיינען אָסור במשהו איז די נקודה עצמית פון דער קליפּהיד, וואָס דעריבער דאַרף זי ניט האָבן קיין שיעור פון אַ געוויסער כמות און זי געפינט זיך בכל תקפה אויך אין אַ משהו (בדוגמת נקודת החיות וואָס געפינט זיך בכל תקפה אויך אין אַ משהו פון דעם גוף פון אַ תינוק בן יומו).

„ריבה בהן מצות יתירות" — די חומרא אין דעם מענטשן. אַז די נקודת היהדות שבו איז אין אים מאיר בגילוי, וואָס דערפאַר איז ריבה ביי אים מצות יתירות.

ויתירה מזו: אמיתית תואר ריבוי — ווייזט אויף בלי גבול. וואָהום אַ מספּר מוגבל קען הייסן ריבוי נאָר לגבי אַ מספּר וואָס איז קלענער פון אים; לגבי אַ מספּר150גרעסער פון אים איז ער גאָר אַ מיעוט. און וויבאַלד אַז תורה, וואָס זי איז דאָ אין אַלע דרגות, זאָגט „ריבה בהם מצות יתרות", איז דאָך מובן אַז אין וועלכע דרגא מען זאָל נאָר ניט ריידן, איז עס אַ ריבויטו פון מצות יתרות, ווייל קדושת כהן פון ישראל (וואָס די מצות דריקן דאָס אויס) איז באופן פון ויבדל להקדישוכ — ניט אַן ענין פון ערך ריבוי ומיעוט.

ווייל די נקודת היהדות האָט ניט קיין מדידה.

„שוה בכל" — די נקודה פון דעם ציווי, אַז אין דעם ציווי איז מאיר די נקודה עצמית פון דעם אויבערשטנ'ס ציווים, וואָס דערפאַר קומט דער ציווי שווה צו אַלע אידן, ווייל עס פאָדערן זיך ניט צו אים קיין כלים מיוחדים (בדוגמת נקודת החיות וואָס געפינט זיך אויך אין עקב).

כרת — די נקודה פון פּעולת האיסור, אַז ער שניידט אָפּ, ר"ל, דעם גאַנצן חיות, כללות הנפש פון זיין שרש, ניט ווי אַנדערע איסורים וואָס זיינען פּוגם און רייסן איבער בלויז חבלים פּרטיםכ.

ה. אעפּ"י אַז דער דין „להזהיר גדולים על הקטנים" איז מצד דער נקודה פון דעם מענטשן (אין וועלכן עס גלייכן זיך אויס גדולים און קטנים), און די נקודה פון דעם מענטשן דריקט זיך אויס אין דער חומרא „ריבה בהן מצות יתרות", איז אָבער מובן אַז אויך די חומרות „שוה בכל" און „כרת" וועלכע דריקן אויס די נקודה פון דעם קישור צווישן דעם מענטשן מיט דער מצוה אָדער איסור, און אַפילו די חומרא פון „משהו" וועלכע דריקט אויס די נקודה פון דעם איסור גופא, זיינען פאַרבונדן אויך מיט דער נקודה פון דעם מענטשן ;

אַן איסור וואָס דאַרף האָבן אַ שיעור מסויים, מצד דעם וואָס אין אים איז דאָ נאָר די התפּשטות הקליפּה, רירט אָן (בגלוי) בלויז אין התפּשטות הנפש. אַן איסור וואָס איז אָבער במשהו, מצד דעם וואָס אין אים געפינט זיך די נקודה פון קליפּה, רירט ער אָן אין נקודת הנפשכא.

און וויבאַלד אַז יעדער איינע פון די פיר חומרות דריקט אויס די נקודת הנפש, שטעלט אַוועק תורה דעם דין „להזהיר גדולים על הקטנים" דוקא ביי אַזוינע איסורים וועלכע האָבן אין זיך איינע פון די פיר חומרות, בכדי צו מסביר זיין דערמיט דעם טעם פון דעם דאָזיקן דין, אַז דאָס וואָס גדולים זיינען מוזהר על הקטנים איז עס מצד דער נקודת הנפש וועלכע איז גלייך בגדולים ובקטניםכב.

151ו. עפּ"י הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם לשון „להזהיר גדולים על הקטנים"כג:

דורך דעם וואָס די „גדולים" זיינען ניט אָפּגעזונדערט פאַר זיך נאָר זיי פאַרנעמען זיך מיט די „קטנים"כד, קומט צו אַן עילוי אין די גדולים; כל זמן זיי פאַרבלייבן אין זייער ציור, איז ניט קוקנדיק וואָס תורה רופט זיי אָן מיטן תואר „גדולים", איז זייער גדלות אַן אויסגעמאָסטענע, אַ גדלות פון כחות הגלויים, בעת אָבער זיי גייען אַרויס פון זייער ציור און זיי פאַרנעמען זיך מיט די קטנים, איז אין זיי מאיר די נקודה עצמית וואָס איז העכער פון כחות הגלויים, און דאַן באַקומען זיי אַן אמת'ע גדלות *כד, אַ גדלות בלתי מוגבלת.

און דעריבער שטייט דער לשון „להזהיר גדולים על הקטנים", ווייל „להזהיר" איז אויך פון לשון זוהרכג ואור. דורך152זייער שייכות מיט די קטנים ווערט אין זיי נמשך אַ תוספות אורכ.

ז. עפּי"ז וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס דעם דין „להזהיר גדולים על הקטנים" דייט אָן דער פּסוק דורך זאָגן אַ לשון כפול „אמור ואמרת"כז;

כפל איז — בכו"כ מקומות — פּירושוכה ניט צוויי מאָל אַזויפיל — נאָר שלא בערך, ע"ד כפלים לתושי'כט. עס ווייזט אויף אַן אור וואָס איז העכער פון מדידה והגבלה (וואָס דערפאַר געפינט מען ביי תשובה, אַז זי באַדאַרף זיין כפולל, ווייל ענין התשובה איז למעלה מהגבלה). און דעריבער דייט אָן דער פּסוק דעם דין „להזהיר גדולים על הקטנים" דורך כפל הלשון, ווייל דורכן אָפּגעבן זיך פון די גדולים מיט די קטנים, ווערט נתגלה די נקודת הנפש וואָס איז העכער פון מדידה והגבלה.

נאָך אַן ענין אין דעם: עס שטייט אין תניאא אַז די גאולה (הפּרטית פון יעדער אידן, וועלכע ברענגט צו די גאולה הכללית) איז גילוי נקודת פּנימיות הלב, און וויבאַלד אַז דער אָפּגעבן זיך פון די גדולים מיט די קטנים ברענגט צו גילוי הנקודה כנ"ל, איז דאָך מובן אַז עס ברענגט אויך צו דער גאולה.

און אויך מצד דעם איז שייך דער ענין פון „להזהיר גדולים על הקטנים" צו כפל, ווי עס שטייט אין מדרשלב אַז אותיות כפולות זיינען שייך און רומז אַף דער גאולה.

(משיחת ש"פ אמור תשכ"ד)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-8nchahns

עותקים

פעילות אחרונה

#123 Likkutei Sichos vol 7: machine reading · אושרה

מקורות