לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ו
220שיחת כ"ק אדמו"ר שליט"א להת' השלוחים שיחיו
א. דער אויבערשטער זאָל אייך נענטשן און מצליח זיין, יעדערן פון די שלוחים הנוסעים שיחיו, און אַלעמען צוזאַמען, בהצלחה מופלגה אין מילוי השליחות.
וואָס די נקודה הפנימית פון דער שליחות איז (ווי אַלע ענינים פון אַ אידן) — „לשמש את קוני"א, לעשות לו ית' דירה בתחתונים.
ובפרט אַז אייער שליחות איז בנוגע צו לימוד התורה בהתמדה ובשקידה, סיי נגלה און סיי חסידות,
און אויך — אויף מפיץ זיין לימוד התורה, משפיע זיין אויף דער גאַנצער סביבה, די גאַנצע שטאָט און די גאַנצע מדינה צו וועלכע איר פאָרט — אַז אויך דאָרטן זאָל פאַרשפּרייט ווערן, פאַרשטאַרקט ווערן, און נאָכמער נתבסס ווערן לימוד התורה, סיי נגלה און סיי חסידות.
און דער לימוד התורה זאָל זיין אין אַן אופן פון לימוד המביא לידי מעשהב — קיום המצוות בהידור.
ב. דער ענין התורה (וואָס דערמיט איז במיוחד פאַרבונדן אייער שליחות) האָט אַ הוראה ושייכות מיוחדת לתקופה זו.
מ'געפינט זיך דאָך אין אַ תקופה וואָס מ'דאַרף באַוואָרענען און פאַרהיטן און בוענאס איירעס, ארגענטינא,
זיך"ג,
וואָס דאָס טוט אויף דער ענין התורה,
וואָרום תורה איז דאָך ענינה „הלא כה
דברי כאש"ד — פּונקט ווי זי איז למעלה
אַזוי איז זי למטה, אָן קיינע שינוייםה.
קדישאו, אַז אע"פ וואָס די תורה האָט
יורד געווען מלמעלה למטה און זי האָט
זיך אָנגעטאָן „בדיו על הספר", ביז אין
טענות של שקר — בלייבט זי אָבער אין
אַן אופן פון „אורייתא וקוב"ה כולא חד".
אין אייער שליחות:
איר פאָרט דאָך אַהינצו לערנען תורה,
סיי נגלה און סיי חסידות — דאַרף דער
לימוד התורה דאָרטן זיין פּונקט ווי איר
האָט דאָס געלערנט דאָ, און פּונקט ווי
מ'האָט דאָס געלערנט אין ליובאַוויטש,
וואָס דאָס קומט בהמשך צו — ווי
מ'האָט דאָס געלערנט גלייך נאָך מ"ת,
ביים באַרג סיני.
משא"כ אין שאר הענינים (ניט לימוד
התורה) — איז וויבאַלד אַז מ'געפינט זיך
אין באַזונדערע מדינות, איז דאָ אַ חילוק
בין מדינה למדינה ווי מ'דאַרף זיך פירן.
221ד. ענין הנ"ל (דער אויפטו פון תורה, אַז אין איר איז ניטאָ קיינע שינויים בין מדינה למדינה) איז נאָכמער מודגש אין דער מדינה צו וועלכע איר פאָרט:
די מדינה צו וועלכע איר פאָרט איז ניט בחצי כדור זה, נאָר אין דעם חצי הכדור וואָס איז אין דעם צווייטן זייט פון דעם קו השוה.
וואָס בשעת אין דעם חצי הכדור איז קיץ (ווי עס הויבט זיך איצטער אָן), איז אין יענעם חצי הכדור — חורף.
וואָס דער חילוק פון קיץ און חורף דריקט זיך אויס אויך אין עבודת האדם „לשמש את קונו"ז, וואָרום עס דאַרף דאָך זיין „כל מעשיך יהיו לשם שמים" און „בכל דרכיך דעהו"ח — און ס'איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז די „מעשיך" און „דרכיך" (עניני הרשות) זיינען ניט גלייך בימות הקיץ ובימות החורף.
ביז אַז אפילו אין דעם ענין התפלה זיינען דאָ שינויים לפי מצב המדינות, ובכללות — דער חילוק צווישן חצי כדור זה און חצי כדור השני (וואָס בשעת דאָ איז קיץ איז דאָרטן חורף):
עס איז דאָ אַ שקו"ט אין אחרונים, ביז להלכה בפועלט — אַז וויבאַלד אַז בשעת אין חצי כדור זה איז קיץ איז אין חצי כדור ההוא חורף, ובמילא איז דאָרטן ימות הגשמים פון חודש ניסן ביז חודש תשרי, און ימות החמה פון חודש תשרי ביז חודש ניסן — זאָל מען מאַכן שינויים בנוגע צו שאלת ותן טל ומטר לברכה (און לדעת רוב האחרונים אויך בנוגע צו הזכרת משיב הרוח ומוריד הגשם).
משא"כ בנוגע צו לימוד התורה — איז „התורה היא נצחית"י, לימוד התורה בתקפה כל השנה כולה (כולל אַלע אירע תקופות), אָן שינויים, איז פאַרשטאַנדיק, אַז עס איז קיין נפק"מ ניט צי לימוד התורה איז אין דער מדינה אין חצי כדור הזה (ווען ס'איז קיץ), אָדער אין יענער מדינה אין חצי כדור ההוא (ווען ס'איז חורף)יא.
ה. האמור לעיל (בנוגע צו שינויים אין שאלת ותן טל ומטר פון חצי כדור זה לגבי חצי כדור ההוא) האָט קיין שייכות ניט מיט דער קביעות פון ר"ח (און פון היינט — ערב ר"ח) און ימים טובים — וואָס די ענינים זיינען בכל המדינות בשוה. והטעם:
קביעות החדשים איז פאַרבונדן מיט ב"ד ואה"ק ובפרט מיט ירושליםיב, וואָרום בשעת מ'פלעגט מקדש זיין החודש ע"פ הראי' — פלעגט מען222מקדש זיין ע"פ ראיית הלבנה באה"ק (און ניט בכל מדינה בפ"ע)יג,
ועד"ז אויך איצטער וואָס קביעות החדשים איז ע"פ החשבון — איז „אין אנו סומכין אלא על בני ארץ ישראל וקביעתם כו'"יד.
ובמילא איז פאַרשטאַנדיק בנוגע צו קביעות המועדים פון חג המצות און חג הסוכותטו וועלכע איז ביום החמשה עשר בחודש,
וגם בנוגע צו חגה"ש, וואָס חגה"ש איז פאַרבונדן מיט מנין האדםטז — איז התחלתו פון מנין האדם אויך פאַרבונדן מיט חמשה עשר בניסן (פסח).
אָבער בנוגע צו דעם זמן ביום, איז ר"ח און די ימים טובים בכל מדינה ומדינה „לפי הזמן הימים והלילות שלה"יז,
און ווי תיקון חצות (וואָס איז פאַרבונדן מיט דער רגע פון חצות), וואָס איז בכל מדינה ומדינה לפי זמנה —
דאָס האָט אָבער קיין שייכות ניט לענינינו — ווי דער אַלטער רבי איז מאריך אין שו"ע וכו'יח, און נאָכמער
בארוכה — דער מיטעלער רבייט,
וכמדובר כמ"פ.
*
מהמדידה פון זמן ומקום.
ובפרט אַז אייער נסיעה איז פאַר־
בונדן מיט לימוד התורה, וואָס תורה איז
אויך למעלה מזמן ומקום, „חיי עולם"20),
וכידוע דער חילוק צווישן תורה און
תפלה, אַז תורה איז „חיי עולם" און
תפלה איז „חיי שעה"20), ובארוכה מבואר
אין חסידותכא, און ווי ס'איז פאַר־
שטאַנדיק אויך בפשטות, וואָס אין ענין
יוצא מידי פשוטו.
און דער לימוד התורה, וואָס איז „חיי
עולם", זאָל דערנאָך נמשך ווערן אין
אייער הנהגה, און אין דער הנהגה פון דעם גאַנצן אַרום — אַז מ'זאָל איבער־
מאַכן, אַז אויך „חיי שעה" זאָלן ווערן
„חיי עולם".
יעדערן פון אייך:
אַן ענין פון „ציון במשפט תפדה"כב,
תורהכג — געבראַכט אין די מכתבים
כלליים וועלכע זיינען געשריבן געוואָרן בקשר מיט חג הפסח, אָבער (ווי געשריבן דאָרטן גופא) — על מנת צו
ממשיך זיין די ענינים בכל השנה כולה,
223און אַן ענין פון „ושבי' בצדקה"כב — אויף געבן לצדקה דאָ קודם הנסיעה, און אויף געבן לצדקה גלייך ווי איר וועט אָנקומען דאָרטן על אתר.
און דאָס זאָל אויך זיין אַ התחלה טובה אויף דער הצלחה רבה פון די אַלע פעולות דאָרטן,
און אַ הכנה קרובה צו „ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה" — גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.
[נתן לכאו"א מהשלוחים שיחיו: לקו"ש מכתבים כלליים לחגה"פ ש.ז. ושני שטרות של דולר.
להרב מ. פ. שיחי' מנהל המוסדות ד"קאראקאס" — כנ"ל להשלוחים שיחיו, ועוד שני דולר.
אח"כ אמר לההורים ולהסבים וסבתות שיחיו שנכחו:
אַ גרויסן יישרכח פאַרן אויפהאדעווען אַזוינע קינדער.
איר זאָלט זען פון זיי אַ סאַך אידישן און חסידישן נחת, און מיטנעמען דעם נחת לאורך ימים ושנים טובות, טובות בגשמיות וברוחניות.
אויף פאַרבינדן דאָס מיט אַן ענין של פועל — וועט מען אייך געבן (ווי מ'האָט געגעבן אייערע קינדער) געלט על מנת צו אָפּגעבן אויף צדקה: איין דולר לזכות עצמו, און דעם צווייטן — לזכות פון די שלוחים שיחיו,
און איר זאָלט מרבה זיין בתורה ומצוותי', ומתוך שמחה וטוב לבב.