נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
21צו ב
א.אין היינטיקער סדרהא ווערט דערציילט וועגן דעם דין פון „חביתי כהן גדול" — אַז יעדן טאָג („תמיד") דאַרף דער כהן גדול ברענגען (מביתו — מממונוב) אַ קרבן מנחה, „מחציתה בבוקר ומחציתה בערב".
ווי איז דער דין אויב „מת כהן גדול" און „לא מינו אחר תחתיו"? איז פאַראַן אין דעם אַ פלוגתת התנאים „משל מי היתה קריבה" (די מנחת כה"ג)ג: ר' שמעון זאָגט, אַז „משל ציבור" — מען בריינגט עס מממון ציבור, און ר' יהודה האַלט אַז „משל יורשים" — די יורשים פון כהן גדול ברענגען דעם קרבן מנחה, ביז מ'איז ממנה אַן אַנדער כהן גדולד.
אין גמראה ווערט געבראַכט אַ ברייתא וואָס איז מבאר טעם המחלוקת: ר' יהודה דרש'נט דעם פסוקו „והכהן המשיח תחתיו מבניו יעשה אותה", „דהכי משמע, הכהן המשיח כשמת, תחתיו אחד מבניו יעשה אותה"ז; און ר"ש לערנט אַרויס פון פסוקו „חוקת עולם" — „משל עולם" (משל ציבור מתרומת הלשכהח).
פון דעם לשון המשנה „משל מי היתה קריבה", ועד"ז פון דעם לשון פון ביידע תנאים אין זייערע רייד, איז משמע אַז דער חיוב ההקרבה (מדאורייתאט) ווען „לא מינו אחר תחתיו" איז ניט אַ באַזונדער־אַנדער חיוב (פון הקרבת החביתין ע"י הכה"ג עצמו), ד. ה. אַז די תורה האָט מחדש געווען נאָך אַ חיוב הקרבת חביתין (ווען מת כה"ג) — נאָר דאָס איז אַ המשך און אין דעם זעלבן סוג חיוב ההקרבה ווי דער כה"ג אַליין איז עס מקריב.
עפי"ז י"ל, אַז די פלוגתא אין דרשת הכתובים איז פאַרבונדן מיט אַ פלוגתא אין תוכן הקרבן פון „חביתי כהן גדול", (אויך) ווען דער כה"ג אַליין איז זיי מקריב.
ב. בנוגע דעם גדר פון „חביתי כה"ג" (אע"פ אַז זיי קומען מממונו, און דאָס הייסט זיינער אַ קרבן, חביתי כה"גי), קען מען קלערן, צי זיי זיינען אינגאַנצן אין גדר פון אַ קרבן יחיד, אָדער זיי זיינען כעין קרבן ציבוריא.
דער חינוךיב איז מסביר, „משרשי המצוה, לפי שהכה"ג הוא השליח בין ישראל לאביהם שבשמים, כלומר, כי הוא הנושא תפלה אליו בעדם וע"י תפלותיו ומעשה קרבנותיו מתכפרים הם, ולכן ראוי לאיש כזה להיות לו קרבן מיוחד תמיד כמו תמידי הציבור . . ולמען זאת יועיל לו ולהם" — לויט דער הסברה קומט אויס, אַז מנחת החביתין (תמיד) פון כה"ג איז בשביל כפרת הצבור, ע"ד ווי תמידי הצבור. ובפרט אַז מ'איז מקריב די חביתי כה"ג צוזאַמען מיטן קרבן תמידיג.
אָבער משמע ומובן אַז כו"כ לערנען, אַז דער קרבן איז פאַרבונדן (בלויז) מיטן כה"ג עצמו (אַלס יחיד). ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק פון כו"כ פון די טעמים וואָס די מפרשי טעמי המצות זיינען מסביר
[לדוגמא — דער אברבנאליד ברענגט כמה וכמה, ומהםטו: „כדי להכניס לפני השם בענוה ובסימני דלות כעני ואביון הנצב לפני אדון כל הארץ"טז; „שרצה השם שבכל יום יהיו קרבים לפניו קרבן יחיד וקרבן צבור כו' דרך כלל ודרך פרט כו'"יז].
ועפ"ז יש לומר, אַז די פלוגתא הנ"ל (וועגן כה"ג שמת און „לא מינו אחר תחתיו, משל מי היתה קריבה") איז תלוי אין די צוויי סוגי טעמים הנ"ל:
אויב מ'נעמט אָן, אַז דער קרבן פון כה"ג איז ע"ד ווי אַ קרבן צבור, דאַרף* אויסקומען, אַז ווען ס'איז ניטאָ קיין כה"ג צו ברענגען דעם קרבן, דאַרף ער געבראַכט ווערן פון דעם צבור עצמו, מממון הצבוריח;
אָבער אויב מ'וועט אָננעמען אַז דער קרבן כה"ג האָט ניט קיין שייכות צום צבור, נאָר ער איז פאַרבונדן מיטן כה"ג אַלס יחיד — דאַרף דעמולט (אין פאַל23ווען מת כה"ג) דער קרבן געבראַכט ווערן פון די יורשיםיט.
ג. ע"פ הנ"ל — אַז לויט שיטת ר"י דאַרף דער קרבן געבראַכט ווערן „משל יורשים" דערפאַר וואָס דער קרבן איז פאַרבונדן מיטן כה"ג עצמו — וועט ווערן פאַרשטאַנדיק דער לשון הרמב"ם אין דער הלכה הנ"ל:
דער רמב"םכ פסק'נט: „מת כה"ג בשחרית אחר שהקריב חצי העשרון ולא מינו כהן אחר, מביאים היורשים עשרון שלם עבור כפרתו".
איז לכאורה ניט מובן: וואָס איז דער תוכן פון דער הוספה, אַז די יורשים ברענגען דעם קרבן „עבור כפרתו"? און פון וואַנען נעמט עס דער רמב"ם?
נאָר דער ביאור אין דעם: דערמיט וויל דער רמב"ם אָנדייטן אויפן טעם, פאַרוואָס איז דער דין אַז „מביאין היורשין" — וענין נוסף בזה, דלכאורה: פון דעם וואָס ר' יהודה איז משנה פון לשון הפסוק „מבניו יעשה אותה", און זאָגט „יורשין", איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס מיינט ניט דוקא בנים זכרים
(וועלכע זיינען בגדר צו ברענגען אַ מנחת חביתין: לא מיבעי אויב איינער פון זיינע בנים איז ראוי למלאות מקומו (ובמילא איז ער שוין איצט בכח און) ווערט שפּעטער דער כהן גדול, נאָר אפילו בניו סתם, וועלכע זיינען כהנים (און וועלן בלייבן) סתם, ברענגען דאָך מנחת חביתין ביום שנתחנכו)
די שאלה אין פסוק, וואָס רש"י באַוואָרנט, איז — דער שינוי הלשון אין די25צוויי פסוקים: אין דעם ערשטן פסוק (וואו עס רעדט זיך וועגן מנחת הכהן המשיח) שטייט „כליל תקטר"; אין צווייטן פסוק (וואו עס רעדט זיך וועגן „וכל מנחת כהן"), שטייט „כליל תהי'"לא.
פון דעם שינוי אין די פסוקים איז רש"י מדייק אַז דאָס זיינען צוויי באַזונדערע ענינים און אופנים אין „כליל" — און דאָס איז מודגש ומבואר אין דער אריכות לשון רש"י:
„כליל תקטר" איז רש"י מפרש „אין נקמצת להיות שירי' נאכלין אלא כולה כליל", מיט דער אריכות הלשון מאַכט רש"י קלאָר כוונתו, אַז „כליל תקטר" מיינט ניט צו שולל זיין דעם ענין פון קמיצה; קמיצה דאַרף זיין, ס'איז אָבער אַזאַ קמיצה וואָס „אין שירי' נאכלין", נאָר מ'איז אויך זיי מקטיר אויפן מזבחלב — „קומץ קרב לעצמו ושירים קרבין לעצמן"לג. און דאָס איז דער פירוש פון „כליל תקטר"לד — אַז אַלץ (סיי דער קומץ סיי די שיריים) ווערט נקטר אויפן מזבחלה;
דערמיט וויל רש"י שולל זיין (אין פשוטו ש"מ) דעם פירוש פון ר' יהודה: לפי פירוש ר"י קומט אויס, אַז דער וואָרט „מבניו" (ובמילא אויך דער וואָרט „תחתיו") איז ניט קשור צום וואָרט „משיח", נאָר צו „יעשה גו'" — און דער פירוש אין פסוק איז (כנ"ל): „והכהן המשיח" (אויב ער איז מת, איז) „תחתיו מבניו יעשה אותה", דאַרפן בניו ברענגען דעם קרבן מנחה תחתיו.
[און אע"פ אַז דער פירוש איז לכאורה ווייט פון פשטות הכתוב — וואָלט אָבער געווען אַן אָרט צו זאָגן, אַז דערמיט וואָס דער פסוק זאָגט דעם סדר (אַנשטאָט „מבניו תחתיו" — „תחתיו מבניו") איז דער פסוק מרמז נאָך אַ דין (נוסף אויפן פירוש הפשוט פון פסוק, אַז דער נאָכקומענדיקער כהן המשיח דאַרף ברענגען חביתי כה"ג) — אַז כה"ג שמת ברענגען בניו זיין קרבן, ווי דעת ר' יהודהמא].
איז רש"י שולל דעם פירוש אין פשש"מ, און לערנט, אַז ס'איז כאילו עס וואָלט מלכתחילה געשטאַנען אין פסוק „המשיח מבניו תחתיו" (מען איז ניט מפסיק צווישן „משיח" און „מבניו" — דער כהן המשיח וואָס איז „מבניו תחתיו")מב. אָבער ניט בניו סתם, וואָרום רש"י נעמט אָן, כנ"ל, אַז חביתי כה"ג קומען אַלס כפרה אויף כלל ישראל, און דער כה"ג ברענגט זיי אַלס שליח פון כלל ישראל, ובמילא האָט ניט קיין אָרט אַז (כה"ג שמת איז) בניו (וועלכע זיינען ניט קיין כה"ג, ניט קיין שלוחים פון כלל ישראל) זאָלן ברענגען דעם קרבן.
ז. ע"פ הנ"ל, אַז דער חילוק צווישן ר"י און ר"ש איז אַ פלוגתא אין דעם גדר פון מנחת חביתין — אויך ווען דער כה"ג אַליין ברענגט די מנחה — יש לבאר נאָך אַ חילוק אין דער הקרבת החביתין:
די גמראמא פרעגט: „ור' יהודה האי חק עולם מאי עביד לי'? חוקה לעולם תהא".
איז תוס'מג מסביר: „דה"א אהרן מקריב חביתין בכל יום ובניו בשעה שנעשו כהנים גדולים אע"פ שכבר נתחנכו בכהונת הדיוט" (דעריבער דאַרף מען האָבן אַ לימוד „חוקה לעולם תהא שבכל יום יקריבנה"מד), און תוס'27פירט אויס „ור' שמעון לית לי' האי סברא".
ולכאורה: במאי סברא קא מיפליגי — צי מ'פאַרשטייט אַליין אַז מען דאַרף מקריב זיין בכל יום (אויך לדורות), אָדער מ'דאַרף דערויף האָבן אַ לימוד מיוחד?
איז דאָס מובן ע"פ הנ"ל: די עבודות התמידיות אין מקדש זיינען פאַרבונדן מיטן ציבור. וואָס צבור איז אַ מציאות תמידית ונצחייתמה, ווי דער דין אַז צבור לא מתמו. און דעריבער, לדעת ר' שמעון אַז חביתי כה"ג זיינען ע"ד ווי אַ קרבן ציבורמז דאַרף מען ניט האָבן קיין לימוד מיוחד אַז דער ציווי „מנחה תמיד" איז (אויך) לדורות. דאָס איז בדומה צום קרבן תמיד וואָס ווערט נקרב בכל יום.
לדעת ר' יהודה אָבער, וויבאַלד אַז דאָס איז אַ קרבן יחיד, דער קרבן פון כה"ג עצמו, וואָס באַ אַ קרבן יחיד געפינט מען ניט אַז ער זאָל קומען „תמיד" בכל יום, דעריבער דאַרף מען האָבן אַ לימוד אַז די מצות ההקרבה פון דעם קרבן יחיד איז „חוקה לעולם תהא, שבכל יום יקריבנה".
ח. עפ"ז יש לומר, אַז דער חילוק איז ניט נאָר אין דעם, צי מ'דאַרף אויף דעם האָבן אַ לימוד מיוחד, נאָר ס'איז אויך אַ חילוק אין דעם אופן וגדר התמידיות פון דעם קרבן:
י"ל אַז די חיובים תמידיים אויף אַ ציבור איז ניט אין אַן אופן אַז יעדער טאָג איז דאָ נאָך אַ (— נייער) חיוב, נאָר אַז עס איז דאָ איין חיוב תמידי (שהוא נמשך), אַזוי ווי דער ציבור עצמו איז איין מציאות (נמשכת ותמידית), כנ"ל.
ועד"ז בנוגע צו חביתי כהן גדול: אויב מ'וועט לערנען אַז זיי זיינען ע"ד ווי אַ קרבן ציבור, איז דער חיוב הקרבתו (אין אַן אופן פון „מנחה תמיד") — איין חיוב תמידי, וואָס איז חל אויף אים ביום שנמשח ונתחנך לעבודה (אויף מקריב זיין בכל יום ויום), ע"ד ווי דער חיוב פון קרבן תמידמח על הציבור.
עפ"ז וועט אויך זיין פאַרשטאַנדיק די דרשת התו"כ אויפן פסוק „זה קרבן אהרן ביום המשח אותו גו' מנחה תמיד",28וז"ל: מיום שנמשח מביא עשירת האיפה עד עולם, או אינו אומר ביום המשח אותו [אלא] ביום שנמשח מביא עשירית האיפה ומפסיק, ת"ל מנחה תמיד. הא מה אני מקיים ביום המשח אותו ביום המשח מביא עשירת האיפה עד עולם.
איז לכאורה אינו מובן: וואָס ענטפערט דער תו"כ אַז די ווערטער „ביום המשח אותו" לערנען אַז „ביום המשח מביא כו' עד עולם"; אַז עס וואָלט געשטאַנען בלויז „מנחה תמיד" וואָלט מען אויך געוואוסט אַז מען דאַרף שטענדיק ברענגען דעם קרבן מיום ווען ער איז געוואָרן אַ כהן גדול („יום המשח אותו")נ?