עברית
Library

ר"ח סיון

139

הויפּט­געדאַנק פון דער קאָנווענשאָן, וואָס קומט פאָר נאָך דעם שבת­מברכים פון (ראש) חודש סיון. וואָרום דער פאַרבונד פון ראש­חודש סיון מיטן מתן­תורה­טאָג איז ניט בלויז מיט דעם וואָס ער איז דער "קאָפּ" פון אַלע טעג פון חודש, איינגעשלאָסן דעם טאָג פון מתן­תורה; ווי ס'ווערט דערציילט אין חומש האָבן די צוגרייטונגס­טעג צו מתן­תורה זיך אָנגעהויבן ראש­חודש סיון; ווען אידן זיינען אָנגעקומען און זיך געשטעלט אַנטקעגן דעם באַרג סיני. ווערט דערקלערט אין מדרשי חז"ל, אַז די אינערלעכע הכנה פון אידן צו נעמען די תורה איז שוין געווען באַלד ביים אָנקומען צום באַרג סיני — ראש­חודש סיון.

און אָט די טיפע נשמה­גרייטקייט צו תורה איז געווען אַזוי ערנסט און פעסט, ביז עס ווערט געזאָגט וועגן דעם (אין דער הגדה של פּסח): "אילו קרבנו לפני הר סיני ולא נתן לנו את התורה, דיינו" — בלויז דאָס צוקומען אַליין צום באַרג סיני איז אַ גענוגנדיקע דערגרייכונג פאַר זיך. ס'הייסט, צוליב דער גרויסער איבערגעבנקייט און פולשטענדיקן ביטול צום אויבערשטן, מיט וועלכע אַלע אידן — מאַן און פרוי, גרויס און קליין, ביז אויך פּיצלעך קינדער ("טף") זיינען געשטאַנען ווי איינס, ויחן, לשון יחיד, נגד ההר בראש חודש — וואָס דורכדעם האָבן זיי דערנאָך אויסגערופן זייער גרייטקייט צו מקיים זיין די תורה דורך "נעשה ונשמע" — זיינען זיי שוין ממילא געוואָרן די פּאַסיקסטע כלי צו תורה און דורכגענומען מיטן גייסט פון תורה און מצוות.

* * *

ס'איז באַוואוסט, אַז אין גייסטיקן אינערלעכן זין, איז מתן­תורה ניט בלויז אַן איינמאָליקע געשעעניש פון אַמאָל, נאָר ווי דער לשון איז: נותן התורה — דער אויבערשטער גיט אונז די תורה פונדאָסניי יעדן טאָג, באַזונדערס יעדן יאָר אין זמן פון מתן­תורתנו (שבועות). און פּונקט ווי צום ערשטן מאָל זיינען אידן שוין פון ראש­חודש סיון אָן געווען דורכגענומען מיטן דערהויבענעם גייסט פון גרייטקייט צו נעמען די תורה; און כשם ווי ביים ערשטן צוגיין צום באַרג סיני איז די גרויסע הכנה געקומען צום אויסדרוק אין דעם אופן פון "ויחן ישראל נגד ההר" — דורך פולשטענדיקער אחדות! און ניט בלויז זיינען אַלע אידן צווישן זיך געוואָרן פולקאָם פאַראייניקט "ווי איין מענטש מיט איין האַרץ" ("כאיש אחד בלב אחד"), וואָס דערפאַר שטייט "ויחן" מיט אַ לשון יחיד; אין לשון "ויחן ישראל נגד ההר" איז אָנגעדייט נאָך עפּעס: די אידן האָבן ביים באַרג סיני, ביים אַריינגיין אין וועלט פון תורה ומצוות, זיך אַוועקגעשטעלט אין אַן אופן פון "ויחן" — זיי האָבן דאָרט "גערוט" זיך אָפּגעשטעלט מיט אַ פולער באַשטענדיקייט; זיי זיינען געוואָרן ווי "איינס" דורך און מיטן באַרג סיני, מיט דער וועלט פון תורה ומצוות און דאָס איז געוואָרן זייער חני' אויף דורי דורות, לעולם ועד —

אַזוי דאַרפן אויך אַלע אידן זיך גרייטן צו מתן­תורה, יאָר­איין און יאָר­אויס,

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-7304jyv9

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources