קיץ
קיץ
... הנה יה"ר מהשי"ת שכפתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, זאָלט איר האָבען אַ געזונטען פרייליכען זומער.
וע"פ מרז"ל בסוטה דף יו"ד ע"א שמשון על שמו של הקב"ה נקרא שנא' כי שמש ומגן ה"א — שזהו ג"כ הרמז שלע"ל הקב"ה מוציא חמה מנרתקה, — והשמש בגבורתה בגשמיות ה"ה בימי הקיץ, שזהו ג"כ הוראה שכן הוא ברוחניות שדברים הגשמים משתלשלים מהם ולכן מבואר בחסידות אשר עבודת ה' בימי הקיץ קלה יותר מאשר בימות החורף.
הנה יהי' להם אַ געזונטער פרייליכער זומער בגשמיות וברוחניות גם יחד ומטובו לפרוש בשלום בנם וב"ב שיחיו וכן לחתנם וב"ב שיחיו.
בברכה לאריכות ימים ושנים טובות עם כל הפירושים. . .
ב"ה, ה' פרשת עלי באר ענו לה, ה'תש"כ,
200-טער יאָר פון הסתלקות הילולא
אגודת נשי ובנות חב"ד סניף. . .
מיט דער דערנעהנטערונג פון דער צייט, ווען עס ווערט אין די שולעס פאַרענדיקט דער לערנען פון די קינדער, און אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם קומט אויך אַן ענדערונג אין דער הויז איינשטעלונג און פירונג.
וויל איך האָפען, אַז באַצייטענס ווערט צוגעגרייט די אַרבעטס פּראָגראַם פון אגודת נשי ובנות חב"ד, צוגעפּאַסט לויט די אויבען געזאָגטע ענדערונגען, סיי פאַר די וועלכע זיינען אָנגעשלאָסען און טעטיג אין דער אַרבעט, סיי פאַר די נשי ובנות ישראל וועלכע ווייסען ניט פאָרלויפיג וועגען דעם, אָדער ווייסען ניט אין אַ גענוגענדער מאָס.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לח
- Id
- rh-dbd2rcwp
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.