עברית
Library

ר"ח סיון

140

מיט אַ פולשטענדיקער גרייטקייט פון אחדות, און דערהויבענער רוחניות'דיקער אויסאיידלונג און איבערגעבנקייט צו תורה ומצוות.

* * *

די תורה ווערט אָנגערופן "חמדה גנוזה" — דער טייערסטער אוצר כביכול ביי דעם אויבערשטן, וועלכער איז געווען "באַהאַלטן" און צו וועלכן ער האָט אַ "גלוסטונג" כביכול (ווי, למשל, די טייערסטע זאַך ביי מענטשן, וואָס ער האַלט עס פאַרבאָרגן און באַהאַלטן). און דעם אוצר האָט דער אויבערשטער אַוועקגעגעבן צו אידן. קען מען זיך פאָרשטעלן אַ טייערערע מתנה פון דעם!

ביי די אידן אָבער טאָר זיך די טייערקייט פון תורה ניט אויסדריקן בלויז אין אָפּגעבן כבוד און האַלטן הייליק­טייער די ספרי­תורה; און אויך ניט בלויז דורך דערהערן דעם טייערן געשמאַק פון חכמת התורה. די תורה אַליין גיט צו וויסן, אַז דער ערשטער און הויפּט­באַדינג צו נעמען תורה איז (די גרייטקייט צו) "נעשה" — צו אָפּהיטן און מקיים זיין די אָנווייזונגען און מצוות פון תורה יעדן טאָג און יעדע מינוט — אויך ווען מ'איז פאַרנומען און אַריינגעטאָן אין מאַטעריעלע גשמיות'דיקע זאַכן.

און דער באַדייט פון "נעשה", פון דעם אומבאַדינגלעכער גרייטקייט צו מקיים זיין די תורה ומצוות אין טאָג­טעגלעכן פּראַקטישן לעבן — דאָס דאַרף זיין די הקדמה און הכנה פון יעדן אידן אויך איצט, ווען דער אויבערשטער "גיט" די תורה טאָג­טעגלעך פונדאָסניי, און באַזונדערס אין חודש סיון — אין די הכנות צום יום טוב שבועות זמן מתן­תורתנו.

* * *

די אויבן­גערעדטע ענינים זיינען, ווי געזאָגט, שייך צו יעדן אידן; אָבער זיי האָבן אַ ספּעציעלע וויכטיקייט אין באַצוג צו אידישע פרויען און טעכטער. און שוין ביי די הכנות צו מתן­תורה ביים באַרג סיני האָט דער אויבערשטער צום אַלעם ערשטן אָנגעזאָגט צו משה רבינו: "כה תאמר לבית יעקב" — צו די פרויען, און דערנאָך "ותגד לבני ישראל" — צו די מענער. צום אַלעם ערשטן דאַרף מען צוגרייטן צו מתן­תורה די אידישע טעכטער, אַז זיי זאָלן ביי זיך אַרויסרופן און אויסרופן "נעשה ונשמע" צו טאָן און פירן זיך ווי דער אויבערשטער וויל, און ערשט דערנאָך דאַרף מען צוגרייטן דערצו די מענער.

און דאָס חזר'ט זיך איבער יעדעס יאָר נאָכאַמאָל — אַפילו ווען מ'זעט עס ניט מיט די פליישיקע אויגן, זעט עס אָבער די אידישע נשמה (וואָס זי איז די הויפּט זאַך ביי מענטשן בכלל און ביי אידן בפרט) און זי לעבט עס איבער יעדן יאָר פונדאָסניי.

און ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק פון דער תורה, איז דאָס אַ תנאי, אַ באַדינג: די

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-efpaap3t

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources