עברית
Library

ר"ח סיון

141

זיכערקייט, אַז די מענער וועלן אָננעמען און אויספירן ווי געהעריק דעם "נעשה ונשמע", איז אָפּהענגיק אין דעם "נעשה ונשמע" וואָס די פרויען וועלן אויף זיך אָננעמען און פאַרווירקלעכן. די ווירקונג און איינפלוס וואָס אידישע פרויען האָבן אויף זייערע קינדער, מענער, פאָטער און ברידער. אויף אַזוי ווייט, אַז זיי איבן אויס אַ דעצידירנדיקע השפּעה שוין ביי די צוגרייטונגען צו קבלת התורה — צו דעם מאָמענט ווען אַלע אידן צוזאַמען שרייען אויס מיט דער פולסטער נשמה­גרייטקייט "נעשה ונשמע".

און אַזאַ הכנה ברענגט­צו דעם גאַנצן אידישן פאָלק צו קבלת התורה "בשמחה ובפּנימיות" — ווי דער רבי דער שווער פלעגט בענטשן — מיט פולער און אמת'דיקער פריידיקייט, וואָס נעמט דורך דעם גאַנצן מענטשן, ביז אַז תורה ומצוות ווערן דער גאַנצער אינהאַלט פון זיין לעבן.

* * *

ווי דערמאָנט, איז המעשה הוא העיקר: דער ציל און תכלית פון אַלע גערעדטע ענינים איז, אַז איר, אידישע טעכטער, זאָלט אויסנוצן אייער איינפלוס און באַווירקן מיטן "נעשה ונשמע" די נשי ובנות ישראל וואו נאָר איר וועט קענען דערגרייכן, און דורכדעם באַווירקן אויך די אידישע מענער און זין צו מקבל זיין און מקיים זיין די תורה — ביז שבועות און מיט אַלץ מער שטייגנדיקן חיות אין די טעג פון מתן­תורה און נאָכדעם.

און עס ווערט מקויים די הבטחה פון דער תורה (אין דער פּרשה פון דעם שבת מברכים): "אם בחוקותי תלכו" — אַז מ'וועט לערנען און האָרעווען אין תורה וואָס וועט דערפירן צו — "ואת מצותי תשמרו ועשיתם אותם" — אָפּצוהיטן די מצוות און במעשה, וואָס דאָס איז דער עיקר, ווי געזאָגט — איז מען פאַרזיכערט מיט אַלע ברכות פון דעם אויבערשטן, וואָס ווערן דאָ אויסגערעכנט אין דער תורה, ביז צו דער גרעסטער און פולקאָמסטער ברכה, אַז בקרוב ממש וועט זיין ואולך אתכם קוממיות, דער אויבערשטער וועט אַרויסנעמען יעדער אידן און אַלע אידן פון גלות, ברענגען די גאולה השלימה דורך משיח צדקנו.

די צוגרייטונג דערצו איז דורכדעם, וואָס אַ איד טוט אַלדאָס מעגלעכע אַרויסצונעמען זיך אַליין פון גייסטיקן גלות און פון דער ניט­אידישקייט וואָס הערשט אין וועלט. ד.ה. טראָץ דעם וואָס אַ איד ווייסט, אַז אין כמות איז ער "המעט מכל העמים" — דאָס אַמווייניקסטע (אין קוואַנטיטעט) צווישן דער ניט­אידישער פעלקער­וועלט, איז ווען עס קומט צו אידישקייט, צו תורה, רעכנט ער זיך דערמיט אינגאַנצן ניט און ער פירט זיך מיט דער גאַנצער שטאַרקייט ווי אַ איד דאַרף זיך פירן אַ גאַנצן טאָג — פונעם מאָמענט ווען ער כאַפּט זיך אויף פון שלאָף ביז צום לעצטן מינוט פון זיין וואַך­זיין; און נאָכמער: אויך זיין שלאָפן איז אַזאַ וואָס מ'דערקענט אין דעם אַז דאָ שלאָפט אַ איד פון תורה ומצוות. . .

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-k3wwp61q

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources