עברית
Library

Letter 4622

י"ד מנ"א, תשט"ז · ברוקלין.

ב"ה, י"ד מנ"א, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ב' מנ"א, אין וועלכען איר שרייבט וועגען די שוועריגקייטען פון אייער לעבען.

אין דער צייט אז השי"ת האט אייך געהאלפען און איר האט אויסגעהאדעוועט קינדער וועלכע גייען אין אידישען וועג, אויב אפילו אונטערשיידען זיך איינער פון צווייטען, און קענט זיין שטארק אין האפענונג אז אויך אויף ווייטער וועלען זיי גיין אין דעם לעבענס וועג, איז אריינטראכטענדיק זיך אין די ניט לאנג פארגאנגענע יארען, זייט איר איינע פון די גליקליכסטע וועלכע מען טרעפט, און בפרט ווען מען פארגלייכט מיט די קרובים וועלכע א טייל זיינען פארבליבען אויף דער אנדער זייט און א טייל פון זיי וכו' - זעלבסט פארשטענדליך אז דאס מיינט ניט אז עס קען ניט זיין נאך בעסער, און השי"ת וועלכער איז דער עצם הטוב זאל געבען און וועט געבען מיט דער צייט כהנה וכהנה, אבער גלייכצייטיג מיט דער האפענונג אויף דער פארבעסערונג פון דעם איצטיקען מצב אין דער נאהענסטער צוקונפט, דארפמען ניט ח"ו פארגעסן אויף די חסדים און דאס גוטע וואס השי"ת האט געגעבען, וואס דאס גיט אויך צו א שטארקייט אין אמונה ובטחון, עס בעסערט דעם געזונט און עס מאכט די גאנצע הויז געזינטער אידישער און חסידישער...

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 13
Id
rh-2xsq4j99

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit4622