נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
56תזריע
א.ס'איז אַ מנהג ישראל, אַז ביים אַריינברענגען אַ קינד לבריתו של אאע"ה זיינען זיך משתתף אַ זוג „קוואַטערס" (איש ואשתו וכו'). די „קוואַטערין" ברענגט דעם קינד צום טיר פון ביהכנ"ס (אָדער חדר) וואו מ'איז מל דעם קינד, און דער „קוואַטער" נעמט פון איר דעם קינד און ברענגט אים צום „כסא של אליהו"א.
„מנהג ישראל תורה היא"ב — איז מובן, אַז אויך אָט דער מנהג ביי אידן איז „תורה היא"ג.
ויש לומר, אַז אויף דעם ענין — דאָס וואָס אַן אשה (חאָטש אויף איר איז ניטאָ די מצוה למול וכו' — כדלקמן) איז איינגעפירט בדוקאד אַז זי זאָל מסייע זיין צו מצות מילהה, איז דאָ אַ כעין סמך ורמזו בפרשתנו:
57דער פסוק „וביום השמיני ימול בשר ערלתו"ז — מצות מילהח — שטייט אין דער פרשה פון „אשה כי תזריעט (וילדה זכר)", וועלכע רעדט וועגן „תורת היולדת גו'"י און בהמשך צו דעם פסוק אשה גו' עצמו גלייך נאָך עם,
הגם אַז די מצוה פון „וביום השמיני ימול" איז דער חיוב וואָס ליגט על האביא (למול את בנו), משא"כ אַן אשה איז אין דעם ניט מחוייב, ווי די גמרא לערנט אָפּיב (ביז אַז ס'איז דאָ אַ שקו"ט און מחלוקת צי אַן אשה איז כשרה למוליג) — אעפ"כ שטייט די מצוה אין דער פרשה וועגן אַ יולדתיד, און וואו דער איש (בעל) ווערט גאָר ניט דערמאָנט (און אויך אין דעם פסוק גופא „וביום השמיני ימול בשר ערלתו" שטייט ניט (בפירוש) אַז דאָס דאַרף טאָן דער אבטו).
ב. בכמה מקומות איז ביי אידן דער מנהגיז ניט צו נעמען אַן אשה מעוברת אַלס „קוואַטערין" (ברענגען דעם קינד לביהכנ"ס). און וויבאַלד אַז אַזוי איז דער מנהג ישראל (בכו"כ מקומותיח), איז מובן, אַז אויך דאָס האָט אַן אָרט און „תורה היא" (וכתשובת הרשב"א הידועה*18, אַז אפילו אַ מנהג, קבלה ביד זקנים וזקנות כו' קען מען עס ניט דוחה זיין מיט קושיות וכו'יט).
אויף דעם מנהג (אַז אַ מעוברת זאָל ניט זיין קיין קוואַטערין) ווערן געבראַכט כמה טעמיםכ — צוליב סכנה, מחמת חשש עין הרע ועוד — אָבער ע"פ הידוע אינעם גודל הדיוק במנהגי58ישראל, איז מסתבר צו זאָגן, אַז דער מנהג איז ניט פאַרבונדן מיט אַ זייטיקער סיבה אָדער חשש (מצד סכנה להעובר וכיו"ב) נאָר ער האָט אַ שייכות און איז נוגע צום עצם ענין ומנהג פון קוואַטער.
וי"ל — בנוגע צו טעמי המנהגים בכלל: פי' ודיוק הלשון „מנהג (ישראל) תורה היא"כא: א) דאָס איז אַ זאַך וואָס האָט אַ תוקף פון תורה ואין לשנות (ע"ד „מנהג אבותינו בידינו", „אל תשנו מנהג אבותיכם"כב), ב) דער מנהג איז אויך אַ הוראה (תורה היא) אויפ'ן תוכן הענין המיוחדכג (המצוה) אין וועלכן ער איז.
ג. ויש לומר הביאור בזה, ובהקדם: עד"ז (ווי ס'איז דער מנהג הנ"ל פון „קוואַטער" באַ אַ ברית) געפינט מען אויך באַ נשואי חתן וכלה (וואָס תכליתם איז דער ענין פון פרו ורבוכד, הולדת בנים ובנות) — אַז אַ זוג שושביניםכה (אונטערפירער) פירן די חתןכו וכלה צו דער חופהכז.
און אויך באַ דעם איז מנהג ישראל אַז אַן אשה מעוברת זאָל ניט זיין די אונטערפירעריןכח.
שטייט אין ספריםכח, אַז די ביידע מנהגים בשייכות צו אַן אשה מעוברת — אַז זי זאָל ניט זיין אַ „קוואַטערין" (ביי אַ ברית מילה) און ניט קיין „שושבינה" (באַ אַ חופה) — „חד מנהגא הוא". עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער טעם פון די ביידע מנהגים איז אויך חד הוא.
[ולהעיר עד"ז אין הלכהלט: דער דין „נמצא א' מהם קרוב או פסול עדותן בטילה" איז דוקא ווען זיי זענען פאַראייניקט אַלע אַלס עדות — „נתכוונו כולם להעיד", אָדער אַז זיי זיינען (אויך) געקומען אין ב"ד להעיד; אָבער ווען דער קרוב או פסול האָט בשעת הראי' ניט מכוין געווען להעיד וכיו"ב, איז עדותן (פון די אַנדערע כשר'ע עדות) ניט בטלה, ווייל דער קרוב או פסול זיינען ניט אין דעם גדר פון אַן עד].
וא"ו. כד דייקת שפיר אין דעם ענין הנ"ל י"ל עוד: פון מנהג כפרות הנ"ל בנוגע אַן אשה מעוברת, איז מובן —
אַז דער עובר איז משנה מציאות אמו, מוסיף אין איר מציאות באופן אַז זי אַליין ווערט גערעכנט ווי צוויי (דריי), און דעריבער דאַרף איר כפרה (אַלס אַן אשה מעוברת) באַשטיין פון צוויי (און לויט דער צווייטער דיעה, מצד דעם ספק, פון דריי) עופות.
וי"ל הסברה בזה: ווען די מעוברת האָט געגעסן דבר האסור און עס איז געוואָרן דם ובשר מבשרה און צריכה כפרה — איז אכילתה געוואָרן דם כו' פון לב האשה און פון לב העובר וכו'.
בסגנון אחר, כולל יותר: טאָן אַ זאַך וואָס צריך כפרה קומט ע"י האדם וועלכער באַשטייט פון אַלע זיינע אברים וכו'וכולם מתכפרים. און אויב דאָס איז אַן אשה מעוברת האָט זי אויך כל חלקי העובר בתור (נאָך אירער אַ) ירך שזקוקים לכפרה.
ענינם פון שושבינין בפשטות איזמג: היות אַז חתן וכלה זיינען ביז איצט געווען פרעמד און ווייט איינער פון צווייטן, און דערפאַר איז פאַר זיי שווער (מצד הבושה וכו') צו איבערשטעלן זיך מיטאַמאָל אין אַ מצב פון קירוב וכו' ביי זייער חתונה — דעריבער דאַרפן זיי האָבן דעם סיוע פון שושבינין, וועלכע זיינען רעיםמד צו דעם חתן און צו דער כלה, כדי זיי תומך זיין, מחזק און מעודד זיין אין דעם קירוב זל"ז.
און דאָס איז דער טעם אויפן מנהג ישראל אַז די שושבינין זאָלן זיין אַן איש ואשה — און אַ זוג נשוי — וואָרום ס'איז מובן ופשוט, אַז אויף צו מעודד זיין דעם חתן איז מתאים אַן איש, און אַ נשוי, וועלכער איז שוין דורכגעגאַנגען ענין הנישואין; ועד"ז די שושבינה פאַר דער כלה — אַן אשה נשואה.
ח. אַלע ענינים דלמטה ווערן נשתלשל פון זייער שורש למעלה — עד"ז בעניננו:
דער ענין פון שושבינין דאיש ואשה באַ אַ חתן וכלה דאָ למטה, נעמט זיך דערפון וואָס אַזוי איז דאָס געווען באַ חתן וכלה בשרשם ועיקרם — די נישואין פון הקב"ה (כביכול) מיט אידןמה, ביום חתונתו זה מתן תורהמו, זיינען געוועןמז דערביי צוויי שושבינין: שושבינא דמלכא — משה, שושבינא דמטרוניתא — אהרןמח:
משה איז דער שושבין מצד החתן — ער איז מקרב און ממשיך אלקות מלמעלה למטה צו אידן (בדוגמא, כביכול, ווי דער שושבין של החתן וועלכער פירט דעם חתן צו דער כלה); און אהרן איז דער שושבין מצד הכלה — ער איז מעלה און מקרב אידן מלמטה למעלה, ביז אַז זיי זאָלן נתייחד ווערן מיטן אויבערשטן (בדוגמא צו דער שושבינה פון62דער כלה, וועלכע פירט איר צום חתן)מט.
און דער צורך פון די שושבינין ביי דעם יחוד פון הקב"ה מיט אידן איז מפני זה וואָס די נשמה פון אַ אידן, איז ירדה בריחוק גדול מאיגרא רמא לבירא עמיקתא אינעם העלם והסתר פון וועלט, און עס איז דאָ דער הרגש הבושה והיראה (בעת הקירוב) פון גדלות הא־ל, דער רוממות פון דעם איבערשטן.
און דעריבער דאַרף מען האָבן אַ שושבין מצד ה"כלה", מצד אידן, וואָס מדריגתו וענינו ופעולתו איז בחי' אשה (עושה רצון בעלה) — צו מעלה זיין די אידן צום אויבערשטן; און אַ שושבין מצד החתן, וואָס מדריגתו וענינו ופעולתו איז בחי' איש (והוא ימשול בך) — צו ממשיך זיין אלקות מלמעלה למטה צו און אין אידן.
ט. און דאָס איז אויך דער טעם וואָס די שושבינין זיינען פאַרבונדן מיט דער שמחה בעת הנישואיןנ, וואָרוםנא דער ענין השמחה נעמט זיך דערפון וואָס עס טוט זיך אויף אַ דבר חדש — און דאָס איז דער ענין פון אַ חתונה; ווען אַן איש און אשה, וועלכע זיינען געווען אָפּגעטיילט און ווייט איינער פון צווייטן פון זינט זיי זיינען געבאָרן געוואָרן (וואָרום בעצם איז דאָך יעדער איינער אַ פלג גופאנב) — און די שושבינין ברענגען זיי צוזאַמען, צו אַ קירוב ויחוד — רופט עס אַרויס אַ שמחה נפלאה.
ועד"ז ברוחניות הענינים: מצד ירידתה למטה, איז די נשמה געוואָרן (כאילו ווי) נפרד ורחוק פון דעם מצב און דרגא פון איר יחוד ודביקות מיטן אויבערשטן, ווי די נשמות בהיותן למעלה; און ווען אידן ווי זיי געפינען זיך למטה ווערן דבוק ומיוחד מיטן אויבערשטן דורך תורה ומצוות (און זיי זיינען מברר ומעלה די ענינים הגשמיים, די ניצוצות הקדושה וואָס ירדו ממדריגתם ונתרחקו און געפינען זיך למטה אין זיי) — ווערט דורכדעם אויפגעטאָן אַ שמחה נפלאה.
וי"ל אַז דאָס איז דער טעם וואָס מתן תורה ווערט אָנגערופן „יום חתונתו וביום שמחת לבו"נג: פאַרנד מ"ת איז געווען די גזירה אַז „עליונים לא ירדו לתחתונים ותחתונים לא יעלו לעליונים"*54; און במ"ת, ווען עס איז געווען די חופה וקדושיןנה פון דעם אוי־63בערשטן מיט אידן, איז בטל געוואָרן די גזירה, עס איז געוואָרן דער חיבור ויחוד פון דעם אויבערשטן מיט אידן ווי אידן געפינען זיך אין וועלט דאָ למטה, (ועל ידם מיט כל עניני העולם), און דערפאַר איז דאָס — „שמחת לבו".
יו"ד. ע"פ כל הנ"ל איז אויך מובן דער תוכן ענין פון קוואַטער באַ אַ ברית מילה, און שייכותו צו דעם ענין השושבינין באַ אַ חתונה:
די שלימות ופנימיות ענין היחוד פון דעם אויבערשטן מיט אידן ווערט אויפגעטאָן דורך ברית מילה; דעמאַלט טוט זיך אויף דער ענין פון „בריתי בבשרכם לברית עולם"נו, אַז דער ברית פון אַ אידן מיטן אויבערשטן איז חתום אין בשר הגשמי פון אַ אידן.
ד.ה. אָט דער חידוש פון מ"ת, טוט זיך אויף באופן גלוי באַ ברית מילה, אַז „עליונים" (רוחניות) זיינען יורד „למטה", און „תחתונים" (גשמיות) זיינען עולה למעלה, ביז אַז דער גוף הגשמי פון אַ אידן ווערט, כביכול, בברית מיט דעם אויבערשטן.
[וואָרום דער קישור וחיבור פון אידן מיטן אויבערשטן דורך אַנדערע מצות — וואָס יעדער מצוה איז (מלשון) צוותא וחיבורנז — איז ניט ניכר אויף אַזוי פיל אין דעם גוף האדם וואָס איז מקיים אַ מצוה ווי דאָס איז ביי דער מצוה פון מילהנח].
וואָס דאָס גיט אויך אַ תוספת ביאור אין דעם וואָס דער אַלטער רבי זאָגט אין שולחן ערוךנט, אַז „תחלת כניסת נפש זו הקדושה" איז „במצות מילה"ס.
און דעריבער כשם ווי די שושבינין באַ חתן וכלה זיינען אַן איש ואשה, ווייל ענינם איז צו מסייע זיין אין דעם קירוב ויחוד — דער שושבין מצד החתן און די שושבינה מצד הכלה — עד"ז איז אין שרש הענין פון חיבור פון איש ואשה, אין דעם יחוד פון דעם אויבערשטן מיט אידן, וואָס קומט בגלוי באַ אַ ברית מילה, דריקט זיך דאָס אויס (לויט דעם מנהג ישראל) אין די קוואַטערס (כעין שושבינין) וואָס באַשטייען פון אַן איש ואשה, וואָס בתוכנם וענינם ברוחניות איז איש מרמז אויף דעם שושבין מצד המלך, מצד דעם אויבערשטן, און אשה — אויף שושבינא דמטרוניתא, מצד די אידן.
און דעריבער דאַרפן אויך ביי ברית מילה זיין (אַזוי ווי שושבינין ביי אַ חתונה) דוקא אַן איש און אַ אשה.
יא. עפ"ז איז אויך מובן פאַרוואָס שמחה איז אַן ענין עיקרי ביי ברית מילה (פּונקט ווי דאָס איז ביי אַ חתונה), וואָס מ'געפינט דאָס ניט אויף אַזוי פיל ביי אַנדערע מצות וכדרז"לסא אַז שש אנכי על אמרתך מיינט עס מצות מילה (כאָטש עס דאַרף זיין באַ יעדער מצוה „עבדו את ה' בשמחה"סב) ביז אַז די גמראסג זאָגט, אַז דאָס איז דער טעם וואָס מ'איז מל לשמונה „מפני מה אמרה64תורה מילה לשמונה שלא יהו כולם שמחים ואביו ואמו עצבים" (און ווי פאַרשטאַנדיק פון מפרשיםסד, לערנט מען דאָס אָפּ פון דעם וואָס די תורה שטעלט אַריין „וביום השמיני ימול בשר ערלתו" בפרשתנו גלייך נאָך דעם וואָס דער פסוק פירט אויס וועגן טומאת לידה שמסתיימת בשבעת ימים),
וואָרום דער ענין השמחה וואָס ווערט מצד אַן ענין פון התחדשות, ווי ביי חתונה וואָס עס ווערט אויפגעטאָן אַ דבר חדש, אַז יעזובסה איש את אביו גו' ודבק באשתו והיו לבשר אחד, כנ"ל, איז דאָס בשלימות ביי מצות מילה, וואָס עס טוט זיך אויף דער פנימיות'דיקער חיבור ויחוד פון (איש ואשה) דעם אויבערשטן מיט אידן, בריתי בבשרכם לברית עולם.
און דורך דעם קיום פון די ביידע מצות הנ"ל — פו"ר (וואָס איז דער תכלית פון חתונה — נשואי איש ואשה) און מצות מילה — איז מען זוכה בקרוב ממש צו דער גאולה האמיתית והשלימה ווען עס וועט זיין די שלימות אין מילה — „ומלסח ה"א את לבבך ואת לבב זרעך" און די שלימות ב"נישואין (פון אידן מיט'ן אויבערשטן) שנאמרסט כי בועליך עושיך"ע, און דעמאָלט וועלן זיין די שושבינים — „משה ואהרן יהא עמנו"עא.
(משיחות חמשה עשר בשבט
וש"פ יתרו ה'תשמ"א)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר