יוהכ"פ — סוכות
402
בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר לאנשי כפר חב"ד,
בעת מסירת האתרוגים ע"י באי כח הכפר שיחיו
א. דער אויבערשטער זאָל העלפן און מצליח זיין אַלע אידן, אנשים נשים וטף, אַז מ'זאָל צוזאַמען פּראַווען שמחת יום טוב ("מועדים לשמחה", ובפרט "זמן שמחתנו") בתכלית השלימות, און ווי דער רמב"ם פסק'נטא אַז שמחת יום טוב פּראַוועט מען דוקא ברוב עם, ועאכו"כ צוזאַמען מיט די בני בית, קרובים אָדער בני הקהילה וכו',
און די שמחה (ברוב עם) זאָל אַזוי נמשך ווערן על ובכל השנה כולה.
ובפרט אַז מ'האָט אויף דעם אַ נתינת כח מיוחדת פון קביעות שנה זו: פון די ערשטע צוויי טעג יום טוב סוכות (בחוץ לארץ), "מועדים לשמחה", גייט מען אַריין גלייך אין יום השבת קודש, "וביום שמחתכם אלו השבתות"ב, במילא האָט מען אַ חזקה וחוזק מיוחד אין דעם ענין השמחה, וועלכער גיט אויך אַ תוספת כח צו ממשיך זיין די שמחה און די התוועדויות פון "מועדים לשמחה" אין די קומענדיקע טעג פון סוכות, ועאכו"כ אין שמיני עצרת ושמחת תורה (די שלימות השמחה פון חג הסוכות), ובפרט אַז אויך די טעג (פון שמע"צ ושמח"ת) פירן גלייך אַריין אין שבת, און אין שבת בראשית,
— וכמדובר כמ"פג אַז שנה זו טיילט זיך אויס דערמיט וואָס די ימים טובים בחודש תשרי שטעלן זיך אויס אין שלש און (אין חוץ לארץ) שלש פעמים שלש: די צוויי טעג פון ראש השנה האָבן תיכף אַריינגעפירט אין שבת, און אַזוי אויך — בנוגע צו די ימים הראשונים פון חג הסוכות און די ימים האחרונים, שמע"צ ושמח"ת —
און דאָס גיט אויך נאָכמער כח צו ממשיך זיין די שמחה על כל השנה כולה.
ובפרט אַז שנה זו, ה'תנש"א, איז ראשי תיבות (ווי אידן זיינען מסביר) — הי' תהא שנת אראנו נפלאות, און דאָס קומט נאָך שנת ה'תש"נ, ר"ת הי' תהא שנת נסים, ד.ה. אַז נוסף צו די נסים (בשנה שעברה) האָט מען (נסים וואָס ווערן אָנגערופן) "נפלאות" ("נפלאות" למעלה מנסים סתם), און — "אראנו נפלאות",
וואָס דאָס גיט נאָכמער צו אין דער פריצת גדר (ע"ד ענין הנס והנפלאות) פון שמחת יום טוב, עס זאָל זיין אַ שמחה וואָס איז פורץד אַלע גדרים און אַלע מדידות
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-n3a66qe6
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.