ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א להתלמידים שיחיו ערב יום הכפורים, לפני כל נדרי, ה'תש"נ
375
בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א ערב יום הכפורים
בביהכנ"ס אחרי תפלת מנחה, ה'תנש"א
א. אַ גאַנץ יאָר האָט מען דעם כלל אַז "פותחין בברכה"א, עאכו"כ אין די "עשרה ימים שבין ראש השנה ליום הכפורים"ב [וועלכער "נקרא ג"כ ראש השנה בכתוב"ג] — וועלכע זיינען די פתיחה וראש (אויך) פון די ברכות אויף כל השנה כולהד. און אין די טעג גופא — בפרט אין דעם טאָג פון ערב יום הכפורים.
צווישן אַלע ברכות — איז אַממייסטנ'ס צוגעפּאַסט (צו אָנהויבן דער "פותחין בברכה" מיט) דער נוסח הברכה פון ברכת כהניםה, די ברכה וועלכע דער אויבערשטער האָט אים אַליין אויסגעקליבן בתורתו הקדושהו, און האָט אָנגעזאָגט און געגעבן כח די כהנים, אַז מיט דער ברכה זאָלן זיי בענטשן אידן ("כה תברכו את בני ישראל") בכל יוםז
— ווי מ'פירט זיך בפועל אין ארץ ישראל (עכ"פ בכמה מקומות) — נשיאת כפים בכל יוםח, אָדער עכ"פ בכל שבת [ווי עס פירט זיך בכמה ספרד'ישע קהילות אויך בחוץ לארץ], און בכל הקהילות, אויך אין חוץ לארץ — וואו מ'איז נושא כפים נאָר ביו"טט — זאָגט יעדער איד דעם נוסח פון ברכת כהנים בכל יום בברכות