ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א להתלמידים שיחיו ערב יום הכפורים, לפני כל נדרי, ה'תש"נ
374
מגלה זיין טוב וברכה אין אַלע עניני העולם, אויך די ענינים וואָס זיינען בעבר נאָך ניט געווען טוב בגלוי.
ובפרט באַ תלמידי תומכי תמימים — אַז יעדערער באַווייזט אַ דוגמא חי' פון זיך אליין — אַז ער שטייט אין אַ מצב פון תמימות, און אויך בשעת מ'איז שוין פון פריער אַ תמים, איז מען אין דעם עולה מחיל אל חיל.
און דורך דעם איז מען ממשיך און תומך די תמימות פון אידן אַרום, ביז די תמימות אין זמן ומקום פון דער גאַנצער וועלט,
ובפשטות — אַז עס קומט די גאולה האמיתית והשלימה, וואָס דעמולט וועט זיין תמימות ושלימות אין זמן (זמן הגאולה), און תמימות ושלימות אין מקום — ארץ ישראל, ארץ אשר לא תחסר כל בהנה, ארץ תמימה, ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנהנו.
און וואָס מער מ'איז מוסיף אין ילכו מחיל אל חיל אין תמימות — אַלץ מער קומט צו אין תמימות בכל הענינים,
ביז אַז בקרוב ממש קומט מען צו "יראה אל אלקים בציון"לט, בגאולה האמיתית והשלימה, נאָך אין אָנהויבס פון שנת תש"נ,
און נאָך פאַר דעם — נאָך אין זמן ומקום הגלות — ווערט אויפגעטאָן תמימות (וויפל ס'איז שייך אין גלות), און גלייך דערפון גייען אַלע אידן, "בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"נז, ובפרט די עוסקי בתורה ובמצוותי', ובפרט אין פנימיות התורה און הפצת המעינות חוצה (וואָס איז נאָכמער מזרז וממהר די גאולה) — אין ארץ הקודש, בירושלים עיר הקודש, בהר הקודש, בבית המקדש השלישי, בקדש הקדשים,
וואָס אין דעם באַשטייט דער חידוש פון יוהכ"פ, אחת בשנה, ווען דער אחת בנפש (כהן גדול) גייט אַריין אין אחת במקום — קדש הקדשים, כנ"ל,
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-nj44k1xr
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.