עברית
Library

ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א להתלמידים שיחיו ערב יום הכפורים, לפני כל נדרי, ה'תש"נ

389

און אין אַ יאָר פון "אראנו נפלאות" איז מובן, אַז מ'דאַרף אויף דעם ניט וואַרטן ביז יוהכ"פ, ועאכו"כ ניט ביז "זמן שמחתנו", נאָר שוין בערב יוהכ"פ ווערט דער "אינון ניצוחיא", און אין חג הסוכות קומט צו נאָכמער אין דעם גילוי ושלימות הענין.

י. ע"פ כל הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק די ברכות וואָס יעדער איד באַקומט בערב יוהכ"פ זה דשנת תנש"א, ברכות אין אַלע זייערע ענינים — גשמיים און רוחניים, און גשמיים ורוחניים גם יחד, ברכות וועלכע ווערן נמשך פון למעלה מעלה, ביז למעלה ממקור כל הברכות, ביז פון "ואני אברכם", און זיי ווערן נמשך למטה מטה, ביז ועיקר — אין גשמיות העולם. ביז אַז דאָס האָט אויך דעם כח צו מבטל ומהפך זיין די ענינים בלתי רצויים, וואָס דאָס ברענגט צו נאָך אַ העכערע עלי' (וואָרום ירידה צורך עלי', און אַ ירידה למטה מטה ברענגט אַן עלי' למעלה מעלה). אַזוי אַז מ'האָט די מעלה פון דער המשכה מלמעלה מעלה ("גבוה מעל גבוה וגבוהים עליהם"קכד), ביז למעלה מכל מדידה והגבלה, צוזאַמען מיט דער מעלה פון מדידה.

און דער כח אויף דעם האָט מען במיוחד בערב יוהכ"פ לאחרי תפלת מנחה, נאָכדעם וואָס מ'האָט געזאָגט תפלת וידוי, אויסגעשטעלט אין אַלע אותיות פון דעם אל"ף­בי"ת, און באופן כפול — אַזוי אַז מ'האָט דעמולט דעם תיקון ואתהפכא פון אַלע ענינים בלתי רצויים, ואדרבה: וויבאַלד אַז דאָס איז ווי די ענינים שטייען אין תפלה (וידוי) און תורה (כ"ב אותיות התורה), האָט מען נאָר די מעלה וואָס קומט אַרויס דערפון — די מעלה פון "כפליים לתושי'" פון אתהפכא, "זדונות נעשו לו כזכיות"קכה, ביז זכיות ממשקכו, ובאופן פון "נעשו לו", בעולם העשי' הגשמית (ומראה באצבעו ואומר זהקכז), ביז באופן של ממשות.

ובפשטות: דער אויבערשטער בענטשט יעדער איד און אַלע אידן מיט אַ שנה אין וועלכע מ'האָט אַלע ברכות והצלחות, בטוב הנראה והנגלה,

און בפרטיות — ווי די ברכות שטעלן זיך אויס און הויבן זיך אָן מיט די אותיות פון אל"ף­בי"ת (בעניני טוב בפירוש ובגלוי) — וואָס בזה גופא זיינען פאַראַן כמה אופנים, אָבער מפני טירחא דציבורא ומפני כמה טעמים קען מען ניט אויסרעכענען אַלע ברכות וואָס הויבן זיך אָן מיט אַן אל"ף, בי"ת וכו' ביז תי"ו; דעריבער דערמאָנט מען נאָר איין אופן בזה, ויש לומר אַז דאָס (און יעדער אופן בזה) איז כולל אַלע אַנדערע אופנים בזה (וואָרום מ'איז דערביי מכוון אַלע אותיות אל"ף­בי"ת מיט אַלע ברכות וואָס הויבן זיך אָן מיט די אותיות אל"ף ביז תי"ו), וועלכע זיינען כולל אַלע ברכות אין אַלע ענינים רוחניים און אַלע ענינים גשמיים:

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-62g26y9f

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources