עברית
Library

בס"ד. שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פּאַראַד", ה'תשמ"ג

137

יד. מסתם וועט מען פאַרענדיקן ווי מ'פאַרענדיקט אַלעמאָל די כינוסים (פון קינדער) — מיטן ענין פון אַ תפילה, די תפלהנט פון "יהי רצון כו' שיבנה ביהמ"ק כו'".

וואָס דאָס וועט קומען אין צוגאָב (אַלס אַ הוספה) צו די מערערע דברי תורה שבכתב ושבעל­פּה, די פּסוקים ומאמרי חז"ל, וועלכע מ'האָט פריער געזאָגט און געלערנט.

און מ'וועט אויך געבן יעדער קינד געלט ער זאָל דאָס (— אַ טייל דערפון) אָפּגעבן נאָך אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר אויף צדקה.

וואָס דעמולט וועלן זיין די דריי עמודים פון תורה עבודה וגמילות חסדיםס. וואָס זיי האַלטן אויף די וועלט אַז זי זאָל זיך ניט שאָקלען און ניט טרייסלען.

וואָס דאָס איז אויך די שליחות פון אידן צו ברענגען שלום אויך אין וועלט, דורך דעם וואָס זיי ברענגען שלום באַ זיך אַליין, צווישן איין אידן מיט אַ צווייטן (ווי גערעדט פריער), ביז אַ שלום אמיתי, ברענגט דאָס אויך שלום אמיתי אין וועלט.

און זיכער וועט דאָס ברענגען שטאַר­קייט אין דעם "עולם קטן" זה האדםסא, אַז באַ יעדער אידן וועלכער טוט אין תורה עבודה וגמ"ח — וועט זיין עולם קטן שטיין מיט דער גרעסטער שטאַר­קייט.

טו. ובפרט אַז מ'געפינט זיך אין די טעג פון ספירה. וואָס דאָס איז נאָכמער מדגיש די שטאַרקייט און לעבעדיקייט מיט וועלכע אידן זיינען מקיים תורה ומצוות (אַלע דריי עמודים פון תורה עבודה וגמ"ח):

איינער פון די ענינים אין ספירת העומר איזסב, אַז אַרויסגייענדיק פון מצרים, וואָס שוין דעמולט האָבן זיי גע­וואוסט אַז זיי גייען צו מתן תורה, מען האָט זיי אָנגעזאָגט אַז "בהוציאךסג את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה" — האָבן אידן געציילט מיט דער גרויסער תשוקה די טעג צו מתן תורה, וויפל טעג זיינען שוין דורכגע­גאַנגען פון יצי"מ ביז מ"ת.

וואָס אַזוי טוען אידן בכל שנה ושנהסד, אַזוי ווי אין דעם יאָר — אַז גלייך נאָך חג הפסח, הייבט מען זיך אָן גרייטן צו חג השבועות, זמן מתן תורתנו, מ'ווייסט אַז עס דאַרפן צווישן זיי דורכגיין ניין און פערציק טעג, ציילט מען די טעג מיט אַ תשוקה צו מ"ת, וויפל טעג זיינען שוין דורכ­געגאַנגען,

און שטייענדיק בל"ג בעומר, ווייסט מען אַז ביז היינט זיינען שוין דורך דריי און דרייסיק טעג, דאַרף מען וואַרטן ביז

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-sc79tx4t

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources