עברית
Library

בס"ד. שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פּאַראַד", ה'תשמ"ג

138

מ"ת ווייניקער מיט אַ טאָג ווי מ'האָט געדאַרפט וואַרטן נעכטן, און במילא איז זעלבסטפאַרשטאַנדיק אַז מען דאַרף גרייטן זיך נאָכמערער אַז מ'זאָל זיין ווערט צו מ"ת, און מ'זאָל קענען לער­נען תורה און מקיים זיין אירע מצוות מיט דער גאַנצער שטאַרקייט און לעבע­דיקייט — דורך דעם וואָס אין די טעג פאַר דעם פירט מען זיך אויף ווי אַ איד דאַרף זיך אויפפירן.

ובפרט אַז מ'געפינט זיך בל"ג בעומר, ווי געזאגט פריער אַז דאָס איז יום שמחתו פון רשב"י, ביז — "שמחה גדו­לה", וואָס ער (רשב"י) האָט געזאָגטסה "יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין". ד.ה. וואָס פאַר אַ חשבונות עס זאָל ניט זיין — איז רשב"י מציל די גאַנצע וועלט פון מדת הדין. קען דאָך די גאולה האמיתית והשלימה קומען בקרוב ממש, און נאָכמער — בשמחה גדולה, מיט דער שמחה פון רשב"י!

* * *

טז. בהמשך להמדובר לעיל וועגן גודל השמחה בל"ג בעומר —

זעט מען דאָס אויך אין אַ סיפּור וואָס מ'האָט אויך געדרוקטסו און מפרסם געווען און ס'איז דערגאַנגען צו אונז:

ר' אברהם הלוי, אַ תלמיד פון אריז"ל, צוזאַמען מיטן אריז"ל זיינען אַמאָל געווען אין מירון בל"ג בעומר (ביים קבר פון רשב"י). דער תלמיד האט זיך געפירט זאָגן יעדער טאָג אין ברכת "תשכון"סז (די ברכה פון "ולירושלים עירך ברחמים תשוב ותשכון בתוכה") די תפלה "נחם ה' אלקינו את אבלי ציון ואת אבלי ירושלים כו'". און אַזוי האָט ער עס אויך געזאָגט יענעם ל"ג בעומר. האָט רשב"י איבערגעגעבן דורך דעם אריז"ל, אַז דער תלמיד האָט ניט געטארט זאָגן "נחם" אין "יום שמחתינו"סח ל"ג בעומר און ער איז דערפאַר נענש געוואָרן וכו'.

וואָס דערפון האָט מען אַ ראי' אויף דעם גודל השמחה פון ל"ג בעומר:

יעדער איד זאָגט "נחם" נאָר תשעה באב. ר' אברהם הלוי האט אָבער אַזוי טיף געפילט דעם גלות, ביי אים איז דאָס געווען אויף אַזויפיל פילבאַר, אַזויפיל לעבעדיק און אַזויפיל טוט­וויי — ווי עס שטייט אין ספרים, אַז ער איז געווען אַ גלגול ניצוץ פון ירמי' הנביאסט

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-m5f6hss3

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources