עברית
Library

בס"ד. שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פּאַראַד", ה'תשמ"ג

בס"ד. שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פּאַראַד", ה'תשמ"ג

א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי חז"לא.

אח"כ ניגנו הניגון "ווי וואָנט משיח נאַו"].

ב. דער טאָג פון ל"ג בעומר איז פאַרבונדן מיט מערערע זאַכן פון שמחה של מצוה.

אָנהויבנדיק דערפון וואָס דאָס איז יום שמחתו פון רשב"יב, דער טאָג פון דער שמחה פון דעם גרויסן תנא רבי שמעון בן יוחאי, וואָס ער האָט געזאָגט וועגן דעם טאָג אַז דאָס איז זיין שמחה, און ער וויל אַז יעדער איד און אַלע אידן, אָנהויבנדיק פון גאָר קליינע קינדער, זאָלן זיך באַטייליקן אין זיין שמחה און זיך מיטפרייען מיט איםג, און מיט אַ "שמחה גדולה"ד.

אַ צווייטע זאַך וואָס איז געווען אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר (וואָס איז אויך אַ טעם אויף שמחה ביום זה): די תלמי­דים פון רבי עקיבא [וואָס (רבי עקיבא) איז געווען דער רבי אויך פון רשב"יה] וועלכע "מתו מפסח ועד עצרתה" — "פסקו מלמות"ה, עס האָט אויפגעהערט די מגיפה ר"ל.

די סיבה אויף דער מגיפה (ביז ל"ג בעומר) איז געווען וואָס די תלמידים פון רבי עקיבא "לא נהגו כבוד זה לזה"ו. זיי האָבן זיך ניט געפירט איינער מיטן צווייטן מיטן געהעריקן כבוד, מיטן כבוד ווי ס'פּאַסט פאַר תלמידים פון ר' עקיבא — דערפאַר האָבן זיי באַקומען דעם עונש (שטראָף).

און אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר "פסקו מלמות". וואָס דערפון איז פאַר­שטאַנדיק אַז דעמולט האָט אויפגע­הערט, ס'איז בטל געוואָרן די סיבה וואָס האָט געבראַכט צו דעם וואָס זיי האָבן זיך געפעלט. ד.ה. אַז פון דעמולט (פון ל"ג בעומר) האָבן זיי זיך נוהג געווען מיטן כבוד וואָס איז צוגעפאַסט צו אַ אידן בכלל ובפרט צו אַ תלמיד פון רבי עקיבא.

ג. וויבאַלד אַז יעדערער פון אונז דערוויסט זיך פון די צוויי ענינים פאַרבונדן מיט דעם טאָג פון ל"ג בעומר, איז ווי יעדער זאַך — דאַרף מען זיכער עפּעס אָפּלערנען דערפון. אָפּ­לערנען בפרט אין דער הויפּט שליחות פון אַ אידן — "אני נבראתי לשמש את קוני"ז, וואָס יעדערער פון אייך, יעדער­ער פון אונז און יעדערער פון אידישן פאָלק איז ?אַשאַפן געוואָרן כדי צו דינען דעם אויבערשטן און פאַרשאַפן

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-knjpmvrh

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources