עברית
Library

בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנ"ש שיחיו שברכו אותו

בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנ"ש שיחיו שברכו אותו

לאחרי תפלת ערבית

א. כשם ווי אין תורה איז דער סדר אַז "במה שסיים כו' פתח להם כו'"א — אַזוי דאַרף אויך זיין באַ אידן, אַז "במה שסיים" ווערט דערנאָך דער המשך און התחלת ופתיחת הענין שלאחרי זה באופן של פעולה נמשכת (ביז — על כל השנים כולם)ב.

אַזוי ווי מ'האָט איצטער מסיים גע­וועןג מיט "ואני אברכם"ד — איז "פתח להם" אויך מיט דעם ענין:

"ואני אברכם": דער אויבערשטער זאָגט אין תורה (ואין מקרא יוצא מידי פשוטוה), אַז ער אַליין וועט בענטשן את כל המברכיםו, ובברכתו של הקב"ה — מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבהז, אָן קיין מדידה והגבלה במקום ובזמן, במילא קומט עס אָן תיכף ומיד ממשח, און צוזאַמען דערמיט איז "ואני אברכם" — ווי דאָס איז למעלה ממדידה והגבלה (פון "אני", דער אויבערשטער אַליין) ווערט עס נמשך (ברכה מלשון המשכהט) צו אידן למטה, און באופן פון "אברכם" (סתם, בלי פרטים) וואָס איז — אַלע ברכות, צו יעדער אידן און צו אַלע אידןי, סיי בענינים כלליים סיי בענינים פרטיים, ביז פרטי פרטים.

דאָס הייסט אַז "ואני אברכם" איז כולל צוויי ענינים, צוויי קצוות: פון "אני" (דער אויבערשטער אַליין) שלמעלה מכל מדידה והגבלה, ווערט "אברכם", ברכה והמשכה צו אידן למטה.

וואָס אין יעדער ברכה והמשכה פאָ­דערן זיך צוויי ענינים: די ברכה זאָל קומען פון אַן אָרט וואָס איז העכער פאַר די הגבלות פון דעם מתברך מצ"ע (וואָס דערפאַר דאַרף ער אָנקומען צו דער

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-y30mq4tv

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources