עברית
Library

בס"ד. שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פּאַראַד", ה'תשמ"ג

136

וואָרן דורך אלקי עולם, דורכן אייביקן אויבערשטן. זי געהערט צו זיי —

זיכער די טיילן וואָס השם האט שוין אָפּגעגעבן אידן, און זיכער אַז מ'וועט ניט צוריקגעבן פון מתנת השם אפילו אַ שעל דערפון.

און וויבאַלד אַז מ'איז מקיים אויך די מצוה, אַז מ'האַלט די מתנת השם, אַלע שטחים וועלכע מ'האָט שוין פאַרנומען אין ארץ הקודש, וואָס דער אויבער­שטער האָט געגעבן מיט נסים ובסבר פנים יפות, — וועט דאָס נאָכמער צו­איילן אַז דער אויבערשטער דורך משיח צדקנו, ובדרכי נועם ובדרכי שלום, גיט אָפּ הארץ בשלימותה — שלימות הארץ צו אידן. די גאַנצע לאַנד בשלימותה ווערט אָפּגעגעבן צו יעדער אידן און צו אַלע אידן, בדרכי שלום, ווייל דאָס גיט דער אויבערשטער וואָס שמו שלום.

ווערן אַלע דריי שלימות'ן ביחד — שלימות העם, שלימות התורה און שלימות הארץ.

און ס'ווערט, ווי רבי שמעון בן יוחאי האָט געזאָגטנא, "כמה חביבין ישראל לפני הקב"ה שבכל מקום שגלו שכינה עמהן. . גלו לאדוםנב שכינה עמהן. . ואף כשהן עתידין ליגאל שכינה עמהן, שנאמרנג ושב ה' אלקיך את שבותך, והשיב לא נאמר אלא ושב, מלמד ש­הקב"ה שב עמהן מבין הגליות",

רשב"י זאָגט, אַז כל זמן וואָס אפילו איין און איינציקער איד, אַפילו אַ קליין פּיצל קינד, געפינט זיך נאָך אין גלות, איז נאָך אַלץ שכינתא בגלותא, בשעת דער אויבערשטער נעמט אַרויס אַלע אידן פון גלות דורך משיח צדקנו, "ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל"נד, יעדער אידן און אַלע אידן ביז דעם לעצטן קליין קינד וואָס געפינט זיך אין גלות — גייט דאַן דער אויבערשטער אויך אַרויס פון גלות,

"ורחמך"נג, דאָס טוט זיך אַלץ אָפּ ברחמים, און דורך דעם וואָס אַ איד פירט זיך מיט רחמים מיט אַ צווייטן אידן (וואָס "ורחמך" האָט אויך דעם אָפּ­טייטשט).

"ומיד הן נגאלין" (כנ"ל). זעלבסט­פאַרשטאַנדיק אַז בשעת דער אויבער­שטער גייט אַרויס פון גלות, דאַרף ער ניט אָנקומען ח"ו צו "טריינס" און

"פּליינס" און צו ענליכע זאַכן, נאָר "מיד הן נגאלין", אין איין רגע און "כהרף עין" (ווי ס'איז געווען ב"ימי צאתך מ­ארץ מצרים"נג).

כהרף עין גיט מען זיך אַ כאַפּ אַז מ'שטייט אין ארץ הקודש, און דאָרטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דאָרטן גופא אויפן הר הבית, אין "מקדש אד' כוננו ידיך"נה, אין "פראָנט" באַ דעם טויער און פתח פון בית המקדש השלישי, שיבנה במהרה בימינו, ו­"יחזירנו לנו עבודת בית המקדש ל­מקומה במהרה בימינו אמן סלה"נז.

* * *

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-n4wfm25g

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources