עברית
Library

בס"ד. שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פּאַראַד", ה'תשמ"ג

135

און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער שטייט מיט דער שטאַרקייט, "נצב", איבער די קינדער — ווערט די שטאַר­קייט איבערגעגעבן כביכול צו די קינ­דער, אַז זיי זיינען מבטל און רעכענען זיך לגמרי ניט מיטן יצר.

דער יצר וויל איינרעדן אַז די צוקער­קע איז אַ געשמאַקע און די צאַצקע איז אַ שיינע, דאַרף ער זיך ניט רעכענען דערמיט וואָס אַ צווייטער קינד איז געווען דער ערשטער וואָס האָט עס געוואָלט האָבן, און זיכער — זאָגט אים דער יצר — דאַרף ער זיך ניט יאָגן אָפּ­געבן כבוד דעם צווייטן קינד —

האָט אָבער דער קינד אַ שטאַרקייט באַקומען פון "אלקים נצב בעדת א­ל", איז ער אינגאַנצן מבטל דעם יצר, דער יצר האָט קיין באַטרעף ניט ביי אים, ער גייט מיט "אלקים (וועלכער איז) נצב בעדת א­ל", מיט דער שטאַרקייט פון דעם אויבערשטן, זייענדיק משמש את קוני.

און דעמולט איז זיכער אַז דער יצר ווערט אינגאַנצן בטל, און דער קינד ווערט אויסגעהיט סיי אין "סור מרע" סיי אין "עשה טוב", כולל אויך אין נוהג כבוד זיין זה לזה, אַז מ'גיט אָפּ כבוד איינער דעם צווייטן.

יג. און דעמולט ווערט אויך "כולנו כאחד"מד, אַלע אידן ווערן פאַראייניקט צוזאַמען ווי איין זאַך. וואָס דאַן ווערט "ברכנו אבינו"מד, אַז דער אויבערשטער בענטשט אונז מיט אַלע ברכות.

ביז — מיט דער הויפּט ברכה און עיקר ברכה — אַז במהרה בימינו ממש, גאָר אינגיכן "נאַו", נעמט דער אויבער­שטער אַרויס יעדן קינד און אַלע קינ­דער, צוזאַמען מיט זייערע ברידער, שוועסטער, עלטערן, באָבעס און זיידעס, "בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנו­תינו"מד, פון גלות,

און מ'גייט אַלע צוזאַמען, אַלס אַ "קהל גדול"מה, אַ גרויסע "עדת א­ל", שלימות העם, דער גאַנצער אידישער פאָלק גאַנצערהייט בגופו ובנשמתו ובממונו, מיטנעמענדיק מיט זיך שלימות התורה והמצוות, אַלץ וואָס מ'האָט באַקומען דורך לערנען תורה ובפרט — פון "תורתו אומנתו" און דורך מקיים זיין מצוות בשמחה ובטוב לבב, ביז אַז עס ווערט שלימות התורה והמצוות,

און מ'גייט "עם ענני שמיא"מו, "אחי­שנה"מז — דער אויבערשטער ברענגט אידן דורך וואָלקנס און גאָר אין אַ שנעלן אופן, בלשון הרמב"םמח "מיד הן נגאלין" — אין דער גאולה האמיתית והשלימה, אין אונזער הייליקער לאַנד, "ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"מט, און דער אויבערשטער האָט עס אָנגערופן פלטרין של מלך, דאָס איז זיין פּאַלאַץ,

און תורה האָט פאַרזיכערט אַז די ארץ געהערט אַלס נחלת עולם, אַלס אַן אייביקע ירושה, צום עם עולם, צום אייביקן פאָלק, וואָס איז זיי געגעבן גע­

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-dfzewjew

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources