בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנ"ש שיחיו שברכו אותו
97
ווערן נמשך אַלע ברכות פון דעם אויבערשטן למטה, בכל הפרטים ופרטי פרטים.
ד. נאָכמער: בכדי אַז ביי אידן זאָל נקלט ווערן בפנימיות די ברכות של הקב"ה (שלמעלה ממדידה והגבלה), איז פאַרשטאַנדיק אַז אויך באַ זיי דאַרף זיין מעין פון די ביידע ענינים הנ"ל (פון "איש" און פון "האלקים"),
ויש לומר, ע"פ הידועמ אַז יעדער איד האָט אין זיך בחי' משה שבו, כמובן פון דברי הגמראמא עה"פמב "ועתה ישראל מה ה' אלקיך שואל מעמך כי אם ליראה את ה' אלקיך", "אטו יראה מילתא זוטרתי היא? אין, לגבי משה מילתא זוטרתי", און וויבאַלד אַז "כל נפש ונפש מבית ישראל יש בה מבחי' משרע"ה", דעריבער, כשם ווי די ענינים זיינען געווען באַ משה'ן, אַז ביי אים איז דאָס "זוטרתי", אַזוי ווערט עס "זוטרתי" באַ יעדער איד (אנשים נשים וטף עד סוף כל הדורות), ביז אַז דאָס פועל'ט אויף אים אין זיין עבודה בפועל כהמשך הכתוב ("ועתה ישראל גו'") "ללכת בכל דרכיו ולאהבה אותו ולעבוד את ה"א גו' לשמור את מצות ה' גו'"מג.
דערפון איז מובן, אַז ע"ד ווי באַ משה'ן זיינען פאַראַן ביידע ענינים פון "איש" און "האלקים" (וואָס ע"י זה איז ער דער ממוצע המחבר צווישן די ברכות שלמעלה און אידן למטה), איז "אפס קצהו ושמץ מנהו"מד דאָ באַ יעדער איד (כדלקמן), וואָס דאָס גיט אים דעם כח צו אויפנעמען די ברכות בשלימות.
עפ"ז איז נאָכמער פאַרשטאַנדיק, ווי דער מזמור צדי"ק "תפלה למשה" איז כולל כל הברכות כולם — וואָרום נוסף לזה וואָס דורך "תפלה למשה" ווערן נמשך אַלע ברכות צו אידן למטה, איז דאָ בחי' משה בכל א' מישראל, און במילא איז (תפלת) משה כולל אַלע אידן, און דער תוכן המזמור דריקט אויס און שפּיגלט אָפּ (דעם תוכן און עבודה פון) אידן עצמם אין אַלע זייערע ענינים (וואָרום משה איז רעיא מהימנא פון אַלע אידן (כנ"ל), ביז אַז בחי' משה איז דאָ אין יעדער איד), ביז — אַז "תפלה למשה" פועל'ט אויף אים אין זיין עבודה בפועל (כנ"ל), משה גיט דעם כח אַז אַלע ענינים פון דעם מזמור, אָנהויבנדיק פון דעם עצם ענין פון "תפלה למשה איש האלקים", זאָלן נמשך ווערן צו יעדער איד.
ה. וועט מען עס פאַרשטיין לויט דעם ביאור אין דעם כפל הלשון (וענין) במזמור צדי"ק — אַ כפל הן אין דעם מברך (בתחלת המזמור): "(תפלה ל)משה" און "איש האלקים", און הן אין דער ברכה עצמה (בסיום המזמור): "ומעשה ידינו כוננה עלינו" און "ומעשה ידינו כוננהו"מה:
מעין דעם ענין פון "איש האלקים", "מחציו ולמטה איש מחציו ולמעלה האלקים" (וואָס שטייט אויף משה'ן) — איז דאָ באַ יעדער איד, בבחי' משה שבו.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לז
- Id
- rh-ft7b4txg
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.