עברית
Library

בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנ"ש שיחיו שברכו אותו

103

הפרטיים, און הויבט אויף אידן (און "מעשה ידינו") למעלה ממעמדם ומצבם אפילו כשהיו בשנת נסים (וואָס אויך דעמולט איז מען געווען אויפגעהויבן), און אין אַן אופן פון "(נפלאות) אראנו", אַז מ'זעט עס בגלוי, מראה באצבעו ואומר זהק.

ולהוסיף: דער סדר האותיות פון מספר השנה איז (תש)נ"א, פריער נפלאות און דערנאָך אראנו. אָבער אידן האָבן (אויך) מוסיף ומשנה געווען דעם סדר, אַז מ'זאָל זאָגן "אראנו נפלאות" (כלשון הכ­תוב). ויש לומר דער חילוק: אין "נפלאות אראנו" איז דער עיקר הדגשה אויף די נפלאות, און די נפלאות — "אראנו", מ'זעט זיי באופן של ראי'.

אין "אראנו נפלאות" איז דער עיקר הדגשה אויף דעם "אראנו", ווי דער אויבערשטער אַליין באַווייזט באופן של ראי' — דער אמת ופנימיות פון יעדער זאַך, און בשעת דאָס איז אין אַן אופן פון "אראנו" (דורך דעם אויבערשטן אַליין) זעט מען (בדרך ממילא) ווי דאָס איז אַלץ — "נפלאות" (סיי די הנהגה טבעית, סיי די הנהגה נסית, סיי די מאורעות שבעבר און סיי די נפלאות וואָס וועלן זיין בעתיד).

ביז אַז עס ווערט "אראנו" — דער גילוי וראי' אין דעם אויבערשטן אַליין, כביכול — "והיו עיניך רואות את מוריך"קא, ראי' בעיני בשר, ביז אַז דאָס נעמט דורך אויך די הנהגה טבעית וגשמיות פון אַ אידןקב. און בשעת ס'איז דאָ דער "אראנו" אין ("ויהי נועם ה' אלקינו עלינו", ביז אין) דעם אויבערשטן אַליין, זעט מען ווי אַלץ (סיי טבע, סיי נס) איז "נפלאות" ("כוננהו") של הקב"ה.

י. אין שנת אראנו נפלאות גופא איז דאָס נאָכמער אונטערשטראָכן אין חודש ניסן, וואָס באַווייזט אויף "נסי נסים"קג, נסים אפילו בערך צו נסים (ע"ד די נפלאות דלע"ל כנ"ל),

און אין חודש ניסן עצמו — נאָך שבת הגדול, "שנעשה בו נס גדול"קד (גדלות אין נס עצמו), און שוין נאָך עשירי בניסן (ווען דער "נס גדול" האָט פּאַסירט בפועל, בשבת לפני פסח עשירי בניסןקה),

און מ'האַלט שוין אור ל"עשתי עשר יום"קו בחודש ניסן, דער "נשיא לבני

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-sgtpg4sn

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources