בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנ"ש שיחיו שברכו אותו
102
מגלה אלקות וואָס איז העכער פאַר דער בריאה, און הויבט אויך אויף און איז מגלה די פנימיות פון דער הנהגה טבעית (אז דאָס קומט פון דעם אויבערשטן, שם אלקים)צג.
ווי דאָס איז געווען אין שנה שעברה, ה'תש"נ, ר"ת הי' תהא שנת נסים — כמדובר כמ"פצד, וועגן די נסים וואָס מ'האָט דעמולט געזען.
דערנאָך איז דאָ אַ חידוש נעלה יותר — "אראנו נפלאות", ווי עס שטייט בנוגע צו דער גאולה האמיתית והשלימה, אַז "כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"צה, נפלאות אפילו בערך צו די נסים פון יציאת מצריםצו, ד.ה. אַז עס ווערט אַן עלי' אפילו אין דעם ענין פון "ארים נסי". ונוסף לזה — איז דאָס אין אַן אופן פון "אראנו נפלאות": די נפלאות זיינען בגלוי באופן אַז מ'קען זיי זעען בעיני בשר. און נאָכמער — "אראנו", דער אויבערשטער אַליין באַווייזט די נפלאות, איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז למעלה מכל מדידה והגבלה, און — אַז אַלץ ווערט אַנטפּלעקט, עס ווערט געזען דער אמת און פנימיות פון דער הנהגה טבעיתצז, און דער גילוי פון די פולקאָמע הנהגה נסית, ביז — אויך דער גילוי פון דאָס וואָס איז אינגאַנצן "נפלא"צח.
עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז שטייענדיק אין "שנת נפלאות אראנו" — שטייט בהדגשה יתירה די ברכה פון דעם אויבערשטן (וואָס ווערט נמשך דורך "תפלה למשה איש האלקים") אין אַלע ענינים, "ויהי נועם ה"א עלינו" — אַז עס ווערט "ומעשה ידינו כוננהו" סיי אין דער הנהגה טבעית (אלקים), אַז אין זיין "וואָכעדיקע"צט און טבעית'דיקע ענינים ווערט "כוננהו" (ביז באופן של נפלאות), און נאָכמער — "ומעשה ידינו כוננה עלינו" אפילו אין דער הנהגה נסית (הוי'), אַז אפילו אין זיין "שבת'דיקע" און למעלהמדרךהטבע'דיקע הנהגה באַווייזט דער אויבערשטער נסים גלויים — ווי ער האָט שוין אָנגעהויבן באַווייזן, און איז ממשיך באַווייזן ביתר שאת וביתר עוז, לכל אחד ואחת, אויך בחייו