בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנ"ש שיחיו שברכו אותו
104
אשר"קו, וואָס זיין ענין איז — "והוא יתן מעדני מלך"קז: יעדער איד ווערט געבענטשט — נאָך אין די לעצטע רגעים פון גלות — מיט "מעדני מלך", דער ענין התענוג ("ויהי נועם"), און "מעדני מלך"קח דוקא — שלימות התענוגקט, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, כולל — "מעדני מלך" אין עבודת ה', המשכת תענוג אויך אין דער סדר ושלימות העבודה פון מלך ר"ת "מוח לב כבד"קי, מוח שליט על הלבקיא, און דערנאָך ווערט עס נמשך אין כבד (מקור הדםקיב, "הדם הוא הנפש"קיג), אַזוי אַז ס'איז דאָ שלימות ציור ומצב האדם — איז אויך אין דעם ווערט אַ תוספת ברכה, פון המשכת התענוג ("מעדני מלך").
און עס ווערט נתגלה ווי יעדער איד איז אַ בן מלךקיד (ביז אַ "מלך" עצמוקטו) — בנו של מלך מלכי המלכים הקב"ה, וכמ"שקטז "וכל בניך לימודי הוי'", וואָס דאָס גייט אויף יעדער איד (וועלכער איז נכלל אין "בניך") — וכמבואר הענין ד"כל בניך גו'" אין די דרושי חתונה פון כ"ק מו"ח אדמו"רקיז; און זייענדיק אַ "בן מלך" באַקומט ער "מעדני מלך" בשלימות, שלימות התענוג.
ויש להוסיף ולקשר זה מיט דעם מאמר הידוע פון דעם בעש"טקיח, אַז יעדער איד איז טייער באַ דעם אויבערשטן ווי אַ בן יחיד שנולד להורים זקנים לעת זקנותם — דלכאורה, איז ניט מובן דער משל פון "הורים זקנים לעת זקנותם" אויף דעם אויבערשטן, ובלשון חז"לקיט: "מי איכא זיקנא קמי'"?!
ויש לומר, ע"פ הידוע אַז "זקן" איז פאַרבונדן מיט (חכמהקכ, ביז מיט) עתיק (יומין)קכא, וואָרום עתיק איז לשון זקן (כמ"שקכב "ועתיק יומין יתיב גו'")קכג, פנימיות הכתר, ביז מיט פנימיות עתיק, עצמות התענוג (בחי' אחד עשר, חד ולא בחושבן)קכד; וי"ל אַז דער משל הנ"ל (אַז אַ
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לז
- Id
- rh-aeyfg7j3
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.