עברית
Library

עקב

267

אויפגעשריבן אַפן קונטרס אַז דאָס זאָל פועלן מחזק זיין די התקשרות פון הרוצה בעילום שמו צום רבי'ן — (דורך דרוקן און פאַרשפּרייטן זיין תורה בכל קצווי תבל).

איך האָב עס ספּעציעל געטאָן, ווייל איך ווייס ניט וואָס עס טוט זיך מיט התקשרות (האָט נאָר קיין פאַראיבל ניט פאַרן זאָגן עס).

איך זה כמה וכמה מופתים פון רבי'ן איצט, איז אויב איר זאָגט, אַז באַ אייך איז "ניטאָ קיין נייעס" — מוז דאָך עפּעס זיין אַ סיבה אין דעם.

זייער מעגליך, אַז דער רבי האַלט אַז מ'דאַרף איצט ניט פאַרקויפן דעם בילדינג דערפאַר איז ניטאָ קיין קונים וכיוצא בזה.

און אפשר איז דאָס מצד דער חלישות, ח"ו, בהתקשרות. — (איך גלויב אָבער אַז איר האָט אויך געהאַט מופתים (מיט'ן שותף וכיוצא בזה) נאָר איר באַמערקט ניט אַלע) — דערפאַר האָב איך פאַרנוצט אַ טייל פון אייערע געלד אַף דער הפצה פון רבי'ס תורה — איינע פון די בעסטע עצות אוי[ף] התקשרות לנשיא ישראל בעל התורה.

די צווייטע העלפט אַריינגעטראָגן אין דער לשכת חשאים פון וואַנעט דער רבי פלעגט העלפן בחשאי צו אנשים נכבדים און וואָס עס ווערט געטאָן אויך ווייטער.

דער קונטרס וועט זיין פאַרטיק אין אייניגע טעג אַרום. דער כתר שם טוב בייגעלייגט. ביטע מודיע זיין אַז איר וועט עס באַקומען.

המברכו בכל טוב ומחכה לבשורות טובות.

(ממכתב ד' תמוז השי"ת)

ב"ה, כ"ח אייר, תשכ"א

ברוקלין.

המשתתפים בההגרלה השנתית לנסיעה בחודש תשרי הבע"ל, שהתקיימה בכפר חב"ד, מיסודו ובהנהלתו של כ"ק מו"ח אדמו"ר, אשר שם צוה ה' את הברכה חיים

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

מאשר הנני קבלת רשימת המשתתפים בההגרלה עם ההודעה ע"ד ההגרלה והזוכה בגורל שי'.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-0dv605j3

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources