עברית
Library

חג השבועות

257

איז העכער פון שכל, האָט קיין אָרט ניט. דעריבער מוז ער — נאָך אַ דערשיטערנדען אַמפּערן זיך און דורכווייטיקן — סוף כל סוף קומען צום אויספיר — עם כל זה אני מאמין! אדרבא — נאָך שטאַרקער.

***

דאָס אויבנגעזאָגטע באַציט זיך אויף אייער אַרטיקל. עס איז אָבער פאַראַן נאָך אַ נקודה אין דעם, אַ נקודה וואָס איז נוגע דער גאַנצער פּראָבלעם, און עס איז אַ פלא וואָס מ'פאַרקוקט זי. איך מיין פאָלגנדעס:

נאָך אַלעמען, איז דאָך דער גאַנצער ענין פון דעם דערמאָנטן "קאָנפליקט" מיט אמונה ניט קיין נייע זאַך, וואָס איז אויפגעשוואומען אין אונזער דור. אונזער פאָלק האָט שוין געהאַט אויסצושטיין שחיטות און שמדות ר"ל אין פריערדיקע דורות. די קרייצצוגן, צ.ב., זיינען אין זייער פאַרנעם "פּראָצענטועל" און אין אומפאַסונג געווען אפשר ניט לייכטער ווי די היטלעריסטישע, מיט דעם אונטערשייד דערצו, וואָס דאַן איז גאָרניט געווען קיין שטראַל פון האָפנונג, אַז די לאַגע זאָל זיך ענדערן; די שחיטות זיינען אָנגעפירט געוואָרן אין נאָמען פון אותו האיש און די טריניטי, וואָס לויט דער אידישער אויסטייטשונג איז דאָס אמת'ע עבודה­זרה, וואָס אידן האָבן בשום אופן ניט געקענט אָננעמען; נאָכדעם ווי די טערקן זיינען באַזיגט געוואָרן דורך די קרייצטרעגער, איז ניט געווען קיין אויסזיכט אויף קיינע "פאַרבינדעטע". בשעת אין היטלער'ס י"ש צייטן — זיינען די שחיטות פאָרגעקומען "סתם" פון ווילדקייט און חי'שער נאַטור פונם מענטשן, און מען האָט געקענט האָפן, אַז אפשר וועט די וועלט פאָרט אויפגעטרייסלט ווערן, און דער עיקר, אַז די פאַרבינדעטע וועלן סוף כל סוף זיגן און מאַכן אַ סוף צו היטלערן ימח שמו.

מיט אַנדערע ווערטער: דער איד דער מאמין ביז 1940, וואָס איז געבאָרן געוואָרן אינם 20'טן יאָרהונדערט און האָט געוואוסט וועגן דער אידישער געשיכטע און די איבערלעבענישן פון אונזער פאָלק, מיט אַלע גזירות און שמדות ר"ל, פון די קרייצטרעגער און פריער, ביז נבוכדנצר מלך בבל וכו', האָט נאָר געקענט פרעגן, פאַרוואָס ער און זיין משפּחה זיינען פאַרמישט אין דעם היטלער פּלאַן; אָבער דער עצם ענין פון שטענדיקן עומדים עלינו לכלותנו איז טיילווייז גיט זיך דאָס זיי איין — איז באַ אים קיין נייעס ניט געווען; במילא האָט היטלער ניט געקענט אָנרירן זיין אמונה אין דעם רבונו של עולם. בלויז דער וואָס זיין אמונה איז אויך פריער געווען אַ שוואַכע און ער האָט געזוכט אַ "באַגרינדונג" פאַר זיין פאַרלייקענען דעם רבונו של עולם, האָט געפונען אַזאַ באַגרינדונג, כביכול, אין דער היטלער געשיכטע.

די היטלער געשיכטע האָט יאָ געבראַכט אַ חידוש, אָבער אין אַן אַנדער ריכטונג — אין דעם געביט פון מענטשלעכער אַנטוויקלונג, קולטור און ציוויליזאַציע.

פיל האָבן געגלויבט בפרט אין די רייען פון די אַזוי­גערופענע משכילים — אַז

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-kbjcbyqc

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources