עברית
Library

חג השבועות

249

געשטערט צו פאַרנעמען אפילו פירנדע פּאָזיציעס אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג דאָרטן. זעלבסטפאַרשטענדליך, ביז עס איז געקומען דער "עמעס"(ער) סאָציאַליזם.

(ממכתב י"ג ניסן, תשכ"ג)

... מען האָט געצויגן מיין אויפמערקזאַמקייט אויף אייער אַרטיקל וואָס איז אויך איבערגעדרוקט געוואָרן אין דער ארץ­ישראל'דיקער פּרעסע, און דעם אָפּקלאַנג וואָס דער אַרטיקל האָט אַרויסגערופן באַ אַ טייל לייענער.

איך בין זיכער, אַז איר נעמט זיך ניט צום האַרצן דעם נייען אופן פון רעליגיעזער פאַרפאָלגונג, אָדער ריכטיקער, אַנטי­רעליגיעזע רעאַקציע. אָבער אַזוי ווי אומדירעקט בין איך אין דעם אויך פאַרמישט, דערמאָן איך עס אין דעם בריוו. דער עיקר אָבער וויל איך ניט באַהאַלטן מיין האָפנונג, אַז דער דערמאָנטער אַרטיקל, ווי אויך האָפנטלעך די צוקינפטיקע, וועלן דערמוטיקן די גאָר פילע מיטגלידער פון די "פאָרווערטס" קרייזן אַרויסצואווייזן, אָפן און אויסדריקלעך, די טיפע ענדערונג וואָס ס'איז פאָרגעקומען באַ זיי אין די לעצטע יאָרן אין צוזאַ­מענהאַנג מיט זייער שטעלונג צו די אידישע מקורות און טראַדיציעס. און באַ אַ טייל פון זיי איז דאָס אפשר גאָר קיין ענדערונג ניט, ווייל זיי האָבן שטענדיק געהאַט אַ פּאָזיטיווע שטעלונג צו די פראַגען.

אגב איז די גאַנצע טענה מיר אומפאַרשטענדלעך, וואָרום נאָך אין מיטן ברען פון דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָב איך געקענט פּערזענלעך פיל סאָציאַליסטן, און צווישן זיי אויך גאָר ראַדיקאַלע, וועלכע זיינען געווען טיף­רעליגיעזע מענטשן שומרי תורה ומצוה, שטאָלצירנדיק דערמיט און גלייכצייטיק פאַרנעמענדיק פירנדע פּאָזיציעס אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין רוסלאַנד. אויב עס זיינען נאָך דאָ אַזעלכע וועלכע זעען דאָ אַ קאָנפליקט פון גרונט­אידייען, קומט עס פּשוט פון אומוויסן, אד"ג.

(ממכתב י"ג ניסן, תשכ"ג)

איך באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון דעם בוך פון אייער מאַן. . און איך דאַנק אייך פאַר דער אויפמערקזאַמקייט.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-sr08cgv3

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources