עברית
Library

ימי הגבלה

228

יעדער יום ראשון איז בדוגמת (דעם ערשטן) יום ראשוןמ פון מעשה בראשיתמב, וואָס ווערט אָנגערופן "יום אחד"מג, "שבו הי' הקב"ה יחיד בעולמו שלא הי' בעולמו אלא הוא"מד;

און אויך די בריאה וואָס איז געווען ביום ראשון, איז געווען — אור, וואָס איז בכלל העכער פון דער (שאר כל ה)בריאה, ועאכו"כ דער אור שנברא ביום ראשון, וואָס לא הי' העולם כדאי להשתמש בומה (און דערפאַר איז — גנזו הקב"ה לצדיקים לע"ל)מו,

[און אפילו די דרגא פון אור וועלכע איז מאיר איצטער — איז למעלה משאר כל הבריאהמז. וכידוע ובהבנה מעלת האור מהענין שאינו דומה שמיעה לראי'מח, דורך ראי' (ע"י האור) דערזעט מען גלייך בסקירה אחת כל הענין כולו מיט אַלע זיינע פרטים, ואדרבה — ווי די פרטים שטייען אין אַ מציאות אחת, שלמעלה מהתחלקות, דערנאָך ווערט דאָס נמשך מן הכלל אל הפרט; משא"כ דורך שמיעה, איז פאַרקערט: פריער הערט מען אַ פרט און נאָך אַ פרט, א.ז.וו. און מן הפרטים קומט מען אל הכלל, ביז מ'שטעלט צוזאַמען דעם ציור פון כל הענין].

ויש לומר, אַז דאָס איז בהתאם לזה וואָס בראש חודש סיון (אחד בסיון)מט — ביום ראשון בשנה זו (דהשיחה) — איז געווען דער ענין פון "ויחן" לשון יחיד, "כאיש אחד בלב אחד" (ע"ד דער ענין פון יום אחד, (ויקרא אלקים ל)אור (יום)נ וועלכע איז (מצ"ע) למעלה מהתחלקות).

די כוונה איז אָבער, אַז דערנאָך זאָל דער גילוי פון "יחיד" און "אחד" אַראָפּקומען אין פרטים, אין די גדרי ההתחלקות פון דער בריאה (תחתונים).

דעריבער קומט דערנאָך ביום השלישי (ג' סיון) דער ציווי פון "והגבלת גו' השמרו לכם עלות בהר ונגוע בקצהו".

אָבער דוקא דורך דער הגבלה, ווערן אידן מוכן צו מתן תורה, דער שלימות החיבור פון עליונים ותחתונים, און די התאחדות פון אידן מיטן אויבערשטן —

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-d294c8kr

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources