עברית
Library

ימי הגבלה

225

וימותו"ט), ובלשון פון אוה"ח הקדושט: "לא נמנעו מקרוב לדביקות נעימות עריבות ידידות חביבות נשיקות מתיקות עד כלות נפשותם מהם",

נאָר דוקא אַן עבודה פון נשמות בגופיםט, טאַקע מיטן גאַנצן ברען און קאָך צו זיין נאָענט צו דעם אויבערשטן, אָבער צוזאַמען דערמיט דוקא אין אַן אופן פון "הסנה איננו אוכל"י — ווי ס'איז געווען באַ רבי עקיבאיא, "נכנס בשלום ויצא בשלום" (עד כדי כך, אַז זיין כניסהיב איז געווען אַנדערש — בשלום דוקא, על מנת ובאופן אַז דערנאָך זאָל זיין יציאה בשלום ושלימות, אַ נשמה בגוףיג). ד.ה. אַז עס דאַרפן זיין ביידע זאַכן — "נכנס", און צוזאַמען דערמיט — "בשלום" — באופן ועל מנת "ויצא בשלום". ואדרבה: דוקא דורך דעם "יצא בשלום" ווערט ער אַ כלי אמיתי ובשלימות אויף די גילויים הכי נעלים שלמעלה (צוליב וועלכע ער איז "נכנס").

[ווי ס'איז אויך מרומז אין דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט בימי ההכנה (ביום שנייד) צו מתן תורה (נאָך פאַר דעם ציווי פון "והגבלת גו'") — "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש"א: צוזאַמען דערמיט וואָס אידן זיינען "ממלכת כהנים", וואָס באַווייזט אויף זייער אָפּגעשיידקייט פון וועלט, אַזוי ווי אַ כהן "שהובדל לעבוד את ה' לשרתו כו'"טו, ובפרט אַ כהן גדולטז, וואָס מקומו איז דוקא בירושליםיז (יראה שלםיח, און עיר שחוברה לה יחדיויט, ולא נתחלקה לשבטיםכ, ווייל ער איז למעלה מהתחלקות) און ער דאַרף פון דאָרטן ניט אַרויסגיין ("ואינו זז משם")יז — דאַרפן זיי, אידן, אויך זיין "גוי קדוש": ווי זיי געפינען זיך אַלס אַ "גוי" (אַ פאָלק) בארץ הלזו הגשמית, נשמות בגופים, דאַרפן זיי זיין "קדוש"כא, קדוש ומובדליח, וע"ד המבואר בתורה אור (בתחלתוכב) ובאור התורהכג (בהגהות על התו"א)

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-1vn7jwt8

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources