עברית
Library

י"ב­י"ג תמוז

284

און פאַרשפּרייטן תורה און מצוות, בפרט אין דעם געביט פון חינוך על טהרת הקדש, איז אייך זיכער באַקאַנט. דאָס איז איינע פון די אייביקע גייסטיקע ירושות וואָס דער רבי דער שווער האָט איבערגעלאָזן פאַרן כלל ישראל און ספּעציעל פאַר יעדן מאַן און פרוי וואָס האָבן אַ שייכות צו חב"ד. פון דער ירושה שעפּן מיר אַלע פרישע כוחות פאָרצוזעצן זיין הייליקע אַרבעט. די דאָזיקע אַרבעט איז אויך אַן אונערשעפּלעכער קוואַל פון ג­טלעכע ברכות וואָס דער רבי דער שווער האָט געבענטשט יעדן איינעם און איינע וועלכע נעמען אַ חלק אין שטיצן זיינע מוסדות, בפרט די מוסדות חינוך על טהרת הקדש. אייער אַרבעט האָט נאָך דערצו די מעלה וואָס די מוסדות וועלכע איר שטיצט געפינען זיך בארצנו הקדושה אין כפר חב"ד וואָס כ"ק מו"ח האָט געגרינדעט און געהאַלטן אַזוי טייער.

השם יתברך זאָל העלפן, אַז אייער אַרבעט זאָל אָנגיין מיט גרויס הצלחה, און זאָל האַלטן אין פאַרגרעסערן זיך, ווי אַלע לעבעדיקע זאַכן וואָס לעבן און וואַקסן. צוגלייך זאָלן אויך מקויים ווערן אין אַ וואַקסנדער מאָס די ג­טלעכע ברכות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דער אַרבעט, באַ אייך און אייערע בני בית שיחיו, אין אַלץ וואָס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות.

בברכה להצלחה

ולבשורות טובות

(ממכתב כ"ז סיון, תשכ"ד)

... אקוה שנסתדרה התועדות בעירם, בקשר עם חג הגאולה י"ב וי"ג תמוז, גאולת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, בעת ההיא ולשנים שאחרי זה, ולקח חלק אקטיבי בהתועדות הנ"ל, ויביא זה לעבודה בפועל, להחזקת היהדות בהסביבה, נוסף על החיזוק בהנוגע לעצמו. ואין לך דבר העומד בפני הרצון.

(ממכתב י"ד תמוז, תשי"ט)

הנני לאשר קבלת מכתבו, וכן המאמר שהדפיס, ויהי רצון שדבריו היוצאים מן הלב יכנסו ללב הקוראים, והעיקר — על פי סגנון חכמינו ז"ל, מעשה הוא העיקר — שיפעלו פעולתם. שאחת הנקודות המקוות בזה היא לעורר את הרגש והרצון המוחלט בלב הקורא, באיזה מעמד ומצב שהוא, לחיות חיים ראויים לשמם על פי רצון בורא

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-tb1mmg4w

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources